קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַליין-פּאָרטרעט, מיט אַ ייִדישן פּאַס, 1943
אַליין-פּאָרטרעט, מיט אַ ייִדישן פּאַס, 1943

אין ייִדישן מוזיי פֿון קונסט אין פּאַריז קומט פֿאָר ביז סוף יאַנואַר 2011 אַן אויסשטעלונג פֿון דעם קרבן־החורבן פֿעליקס נוסבאַום. מיט אַ 12—13 יאָר צוריק איז אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון 80 רירנדיקע בילדער פֿאָרגעקומען אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. הקיצור, וועגן דעם דאָזיקן גרויסן קינסטלער קומט צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער — ס׳איז כּדאַי!

איין מאָל אַ טאָג, אָנפֿאַנגס 20סטן יאָרהונדערט, האָט דער שׂר־הקונסט אין די הימלען, באַשלאָסן — דאָס שטעטל אָסנאַבריק אין צפֿון־מערבֿ־דײַטשלאַנד וועט שענקען דער דײַטשער קונסט אַ מתּנה — אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ. דער גורל האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן דער זון פֿון דאָרטיקן ייִדישן סוחר בשם נוסבאַום. נו, מאַ! דעם טײַוול האָט דער־אָ באַשלוס געקאָסט אַ שטיק געזונט — ער האָט דאָס נישט געקענט איבערקרענקען... אויס גרויס פֿאַרדראָס האָט ער דײַטשלאַנד אײַנגעהילט אין אַ פֿינצטערער מגפֿה פֿון אַ ברוטאַלן נאַציזם. די נאַצישע רוצחים האָבן אויסגעהרגעט אַלע ייִדן אין דײַטשלאַנד, און אויף די ייִדן אין אייראָפּע געברענגט אַ מוראדיקן חורבן.

קורץ גערעדט — דײַטשלאַנד האָט פֿאַרלוירן אַ גרויסן מײַסטער פֿון מאָלערײַ. און דאָך, נישט אין גאַנצן. יאָרן שפּעטער האָט מען אין אים זיך דערמאָנט — זײַן שטעטל אָסנאַבריק, דער עיקר, און בערלין. אָט, למשל — אויף אַ פֿריש־אויסגעבויטן בנין אין בערלין האָט דער שטאָטראַט אײַנגעמויערט אַן אָנדענק־טאָוול מיט פֿאָלגנדיקע ווערטער: "דאָ, אויף דעם אָרט, איז פֿריִער געשטאַנען דאָס הויז וווּ פֿון 1928 ביז 1933 האָט געלעבט און געשאַפֿן פֿעליקס נוסבאַום, דער מאָלער פֿון נײַעם רעאַליזם. אַן עמיגראַנט זינט 1933 — צו לעצט אין בעלגיע. אין 1944 האָט אים די געשטאַפּאָ אַרעסטירט, דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ און דאָרט אים דערמאָרדעט".

דער קינסטלער, דער פּליט, ער האָט עפּעס געפֿילט אַז זײַן סוף איז נאָנט. האָט ער באַצײַטנס אָנגעשריבן אַ צוואה: "טאָמער שטאַרב איך, זאָלט איר מײַנע שאַפֿונגען נישט לאָזן אומקומען. איר זאָלט זיי ווײַזן מענטשן!"

ווען די אַליִיִרטע אַרמייען האָבן צעטרעטן דעם וויסטן נאַציזם, און אין דײַטשלאַנד האָט זיך צו ביסלעך גענומען אײַנשטעלן אויף ס׳נײַ אַ לעבן פֿון דרך־ארץ פֿאַרן מענטש, האָבן די "טאַטעס" פֿון אָסנאַבריק זיך דערמאָנט אין זייער אַבֿדה; זיי האָבן פֿאַרלוירן אַ גרויסן קינסטלער! און זיי האָבן זיך דערמאָנט אין דער צוואה פֿון נוסבאַום. עפּעס האָט זיי דאָס געוויסן נישט געלאָזט רוען — אויף זיי ליגט דער חובֿ צו פֿאַרווירקלעכן די צוואה פֿון קרבן־החורבן! און מען האָט גענומען זוכן די שאַפֿונגען פֿון פֿעליקס נוסבאַום. אַ סך בילדער זענען פֿאַרלוירן געגאַנגען: און דאָך האָט מען אָפּגעפֿונען אין פֿאַרשיידענע מקומות אין אייראָפּע אַ שפּאָרע צאָל ווערק. נאָך לאַנגע זוכענישן האָט מען 180 אָפּגעפֿונענע שאַפֿונגען פֿון קינסטלער באַנעסטיקט אין אַן אויסגעבויטן מוזיי בשם "דאָס הויז פֿון פֿעליקס נוסבאַום". אין דער געבײַדע פֿון מוזיי, געבויט פֿון אַרכיטעקט דניאל ליבעסקינד, שטעקן שפּאָרע אָנצוהערענישן אויפֿן בראָך פֿון דעם חורבן.

"די צוויי ייִדן (אין דער שיל אין אָסנאַבריק)", איילבילד אויף לײַוונט, 1926
"די צוויי ייִדן (אין דער שיל אין אָסנאַבריק)", איילבילד אויף לײַוונט, 1926
Credit: Felix Nussbaum Foundation

די שטאָט אָסנאַבריק, דאַרף מען זאָגן, וואַרט, אַז טוריסטן זאָלן קומען באַוווּנדערן די ווערק פֿון קינסטלער נוסבאַום, פֿון צײַט צו צײַט טוט דער מוזיי, מיט אַ סכום בילדער פֿון אַ רעטראָספּעקטיוון כאַראַקטער, אַרויספֿאָרן איבער דער וועלט. דער ערשטער "אַרויספֿאָר" פֿון דעם כאַראַקטער איז געווען די נוסבאַום אויסשטעלונג אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. איצטער, קומט פֿאָר אַזאַ אויסשטעלונג אין פּאַריז.

די אויסשטעלונג פֿון פֿעליקס נוסבאַום אין ירושלים, 80 ווערק, האָבן באַזוכט מאַסן מענטשן. זײַן שאַפֿונג האָט געמאַכט אַ רירנדיקן אײַנדרוק. אָט, שפּאַצירט מען צווישן די ווערק און אין די אויערן הילכן אַקאָרדן פֿון ערבֿ־אומקום: אין האַרץ האַמערט אַן אַנגסט. פֿעליקס נוסבאַום האָט באַצײַטנס געזען די שקיעה פֿון מענטש — ער האָט געזען דעם קאַטאַקליזם וואָס קומט אויף אייראָפּע.

פֿעליקס נוסבאַום, געבוירן אין אָסנאַבריק (דײַטשלאַנד), האָט באַזוכט אַ ייִדיש־רעליגיעזע שול, שפּעטער אַ גימנאַזיע; אַ מתמיד איז ער אָבער נישט געווען. זײַן קאָפּ איז אים געלעגן אין צייכענען און מאָלן. נו, האָט אים זײַן טאַטע, דער אוהבֿ־הקונסט, געשיקט לערנען אין אַ קונסטשול אין האַמבורג, וווּ מען האָט גלײַך געזען זײַן גרויסן טאַלאַנט. פֿעליקס איז שנעל אַריבער לערנען אין דער קונסט־אַקאַדעמיע פֿון בערלין. צו זײַנע 23 יאָר האָט ער געהאַט אַן אינדיווידועלע אויסשטעלונג אין בערלין: די אויסשטעלונג האָט געמאַכט אַ רעש! די קריטיק האָט געלויבט זײַן "אייגנאַרטיקן אויפֿנעם און זײַן אַרט הומאָר וואָס וואַרפֿט אָן אַ פּחד" — געלויבט זײַן בליק פֿון "אומשולד און יוגנטלעכן התפּעלות". דער יונגער קינסטלער איז אַ גליקלעכער מענטש. אין יאָר 1932 באַקומט ער אַ פּרײַז פֿון דער אַקאַדעמיע, מיט אַ סובסידיע צו פֿאָרן לערנען אַ פּאָר יאָר אין רוים.

אַ דײַטשישע מאַרקע לכּבֿוד נוסבאַום, מיט זײַן בילד "דער סוד"
אַ דײַטשישע מאַרקע לכּבֿוד נוסבאַום, מיט זײַן בילד "דער סוד"

דאָס קומען פֿון די נאַציס צו דער מאַכט האָט אַ טרייסל געטאָן מיטן ייִדישן בחור. זײַן סובסידיע ווערט אַנולירט — קיין דײַטשלאַנד וועט ער שוין צוריק נישט קומען... ער וועט זיך וואַלגערן איבער מקומות פֿון מערבֿ־אייראָפּע. בשעת דער מלחמה ווערט ער אין פֿראַנקרײַך, ווי אַ "דײַטש", פֿאַרמאַכט אין אַ לאַגער פֿון וועלכן אים געלינגט צו אַנטלויפֿן קיין בעלגיע. אין בעלגיע, נאָך אַ מסירה, אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן באַהעלטעניש, איז ער אין 1944 מיטן לעצטן טראַנספּאָרט פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ, און דאָרט גלײַך אומגעבראַכט.

אַלזאָ — וואָס האָבן "דערציילט" די ווערק אין דער ירושלימער אויסשטעלונג "תּמונות משם" (בילדער פֿון דאָרטן)? זיי האָבן גערעדט וועגן אַ מענטש וואָס איז אין לעבן אַרויס מיטן רעכטן פֿוס; מיט אַ טאַלאַנט, וואָס האָט פֿאָרויסגעזאָגט אַ קונסט־קאַריערער פֿון גלאַנץ. דער יונגער פֿעליקס, אַן אומרויִקע נאַטור, אָפֿן צו פֿאַרשיידענע קונסט־סטילן, האָט באמת, געזוכט אַ פֿעסטן שעפֿערישן אָנהאַלט. דערווײַל איז זײַן סטיל געווען אַן עלעקטישער. קלאָר, אַז נאָך אַן אימפּעדיקן אָפּלויף פֿון צײַט וואָלט ער אויף זײַנע ווערק אַוועקגעשטעלט אַן אייגענע פֿעסטע חתימה. וואָס טויגן אָבער די אַלע רייד, אַז די נאַציס האָבן אים אויסגעמעקט פֿון "ספֿר־החיים".

זײַנע ווערק "פֿון דאָרטן" טוען אונדז דערלאַנגען פֿינצטערע גרוסן... זײַנע רירנדיקע ווערק בעטן זיך: "מענטש! קוק, זע און פֿאַרשטיי!" פֿון זײַנע ווערק דערגייען עכאָס פֿון אַ געראַנגל מיטן מלאך פֿון טויט. אַלע זײַנע אויטאָפּאָרטרעטן זענען אײַנגעהילט אין אַנגסט, זיי טונקען אַלע אין פּחד. זײַן לעבן האָט קיין צוקונפֿט מער... פֿון זײַן היים דערגייען גיהנומדיקע נײַעס. זײַן סובסידיע איז — אויס. הכּלל, די בילדער זײַנע פֿון ליכטיקער איטאַליע "דערציילן", אַז זײַן לעבן נעמט אויסרינען. אין זײַנס אַ סוררעאַליסטיש ווערק, אין אַ טונקל־ברוינער טאָנאַליטעט, איז דער תּוכן אַ קלאָגעדיקער. אָט, ליגט דער מאָלבערט אַ "טויטער", צעפֿאַלן אויף דער ערד. פֿאַראַן אייניקע מענטשן אויסגעגאַנגענע, און אין דער טיף פֿון לײַוונט אַ פֿאַראיינזאַמטער בנין מיט אַ צורה פֿון קאָליזעום, אַן "עדות" פֿון אַ פֿאַרלאָשענעם גלאַנץ... און ווײַטער טוען דערשײַנען זײַנע ווערק מיט הימלען, באַדעקטע מיט פֿינצטערע כמאַרעס, מיט שוואַרצע פֿייגל, עלעהיי דער טויט, ביימער מיט צעריסענע צווײַגן. פֿעליקס נוסבאַום פֿילט די גרויליקע איינזאַמקייט פֿון ייִד — ער פֿילט דעם נאָנטן פֿינאַל פֿון חורבן!..

"דער גרויסער אומגליק", 1939
"דער גרויסער אומגליק", 1939

ערבֿ דעם מלחמה־אויסבראָך מאָלט נוסבאַום אַ "נאַטורמאָרט". דער קינסטלער וויל דאָ אַ פּנים זאָגן, אַז די נאַטור פֿון גאָט ווערט פֿאַר אים טויט. די שאַפֿונג ברענגט די בשׂורה, אַז צום קינסטלערס לעבן נעמט אַ סוף. אָט, זעט — אויפֿן לײַוונט אַ וואַזאָן אין העל־לעבעדיקע פֿאַרבן, אין אים שטעקן פּענדזלען צום מאָלן — אפֿשר וועט מען זיי נאָך דאַרפֿן; איז אָבער די בלום, וואָס אין וואַזאָן, הגם נאָך פֿול מיט פֿרישע זאַפֿטן, אײַנגעבראָכן... און איר שיינע גאָלדיקע קרוין הענגט אַ פֿאַרחלשטע איבערן טיש. דורכן פֿענצטער שמייכלט אַרײַן אַ בלויער הימל; אָבער וואָס טויג דער ליכטיקער דרויסן, אַז דאָס פֿענצטער איז פֿאַרצוימט מיט אײַזערנע קראַטן! מיט דער זעלבער שפּראַך און סטיל טוט זיך נוסבאַום פֿאַרשפּיגלען אין זײַנע צאָלרײַכע אויטאָפּאָרטרעטן. פֿאַראַן אַזלכע, וואָס זענען ממש מאַקאַבריש. אין טונקעלן שימער טריפֿן זיי מיט עלעגישע קלאַנגען און בינדן אויס אַ ניגון פֿון אַ נאָנטן סוף פֿון ייִדן אין אייראָפּע.

אין די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן, ערבֿ זײַן אַוועקגיין אויף דער עקדה, האָט אין פֿעליקס נוסבאַום אַ בליץ געטאָן זײַן "אייגנאַרטיקער דמיון מיט דעם גאַליקן הומאָר וואָס טוט אָנוואַרפֿן אַ פּחד": צום לעצטן מאָל האָבן זיך אין אים דערוועקט די מעלות וועלכע די דײַטשע קריטיק האָט אַזוי געלויבט בעת זײַנע יונגע יאָרן. אין יאָר 1944 האָט דער קינסטלער געשאַפֿן זײַן לעצט ווערק — "דער טאַנץ פֿון סקעלעטן" — אַ וויזיע פֿון אַ וועלט אין חורבֿות, וווּ מענטשלעכע סקעלעטן, מיטן מלאך־המוות בײַנאַנד, פּראַווען אַ וויסטן "קאָנצערט". סקעלעטן, אין מענטשלעכע מלבושים און אין תּכריכים, דערלאַנגען לשון — זיי שפּילן אויף פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן אַ מין גיהנומדיקע מוזיק — זיי שפּילן דעם רעקוויעם נאָך אַ וועלט, וואָס איז אומגעבראַכט געוואָרן פֿון נאַצישע הענט. פֿון הימל אַראָפּ קוקן זיך צו צו דעם פֿינצטערן געשפּענסט בהלהדיקע פּנימער אין מאַסקעס...

* * *

פֿעליקס נוסבאַום, דער קרבן־החורבן, האָט געזען די שקיעה פֿון מענטש און דעם קאַטאַקליזם פֿון אייראָפּע!