טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַל פּאַטשינאָ אין דער ראָלע פֿון שײַלאָק
אַל פּאַטשינאָ אין דער ראָלע פֿון שײַלאָק
Credit: Joan Marcus

דאָס מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זען אויף בראָדוויי דעם באַרימטן האָליוווּדער־ און טעלעוויזיע־שטערן אַל פּאַטשינאָ, אין שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעדיק." דער זאַל איז געווען געפּאַקט. איך דערקען ייִדישע פּנימער. די בינע איז באַצירט ווי אַ הײַנטצײַטיקע וואָל־סטריט־בערזע (מאַרק ווענדלאַנד), די קאָסטיומען (דזשעט גאָלדשטיין) וואָס מ׳קען מסתּמא הײַנט געפֿינען אין אַ לוקסוריעזן געשעפֿט אויף פֿינפֿטער עוועניו "בערגדאָרף־גורדמאַן." בלויז שײַלאָק, דער ייִד (אַל פּאַטשינאָ), דרייט זיך אַרום איבער דער בינע ווי אַן אָפּגעריסענער, היישעריק, פֿאַרשוויצטער פּראָצענטניק. און די ייִדן אַרום אים זעען אויס ווי זיי וואָלטן אַרויסגעקומען פֿון הײַנטיקן וויליאַמסבורג, נעט אָנגעטאָן אין אַ ייִדישן גאַרדעראָב.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די פּיעסע ווערט אויפֿגעפֿירט אונטער דעם פּאַטראָנאַזש פֿון שעקספּיר־פֿעסטיוואַל און דעם פּאָבליק־טעאַטער. איז ערשטנס, האָט מען זי געשטעלט אין סענטראַל־פּאַרק, אין ניו־יאָרק. און אַזוי ווי ס׳האָט אויסגענומען בײַם עולם, האָט מען זי פֿאַרשדכנט מיט דעם "בראָדהוירסט־טעאַטער" אויף בראָדוויי.

אויף דער בינע רוכעוועט זיך מיט מענטשהייט. די פֿרויען אין פֿאַרצײַטיקע, קאָלירטע און דעקאָלטירטע קליידער. די מענער עלעגאַנט געקליידט לויט דער מאָדע פֿון הײַנטיקע פּיאַניסטן און דיריגענטן פֿון באַרימטע פֿילהאַרמאָנישע אָרקעסטערס; און ווען שײַלאָק מיט זײַנע ייִדן באַווײַזן זיך אויף דער בינע און ווילן זיך אָנשליסן אין דער בערזע, יאָגט מען זיי פֿון דאָרט ווי די פּאַרשיוואַטע הינט.

שײַלאָק איז אויפֿגעקאָכט, סײַ אויף די קריסטן אַרום און סײַ אויף די קריסטן וואָס קומען בײַ אים באָרגן געלט אויף פּראָצענט. דער אמת איז, אַז די קריסטלעכע קירכע האָט דאָך צו יענער צײַט געטאָן דאָס אייגענע. אָבער וועגן דעם מאַכט מען זיך נישט וויסנדיק. די שׂינאה צו שײַלאָקן בפֿרט און צו די ייִדן בכלל, פֿליסט, ווי דאָס שיפּען פֿון אַ שלאַנג, אויף די שפּורן פֿון אַנטיסעמיטיזם. און וואָס מער מען האָט פֿײַנט דעם וואָכערניק און די ייִדן, אַלץ מער באַציט מען זיך צו זיי ווי צו אונטער־מענטשן. שײַלאָק לעבט אַדורך אַ שרעקלעכע טראַגעדיע, ווען זײַן איינציקע טאָכטער, דזשעסיקאַ (העדהער לינד), אַנטלויפֿט מיט אַ גוייִשן אָפֿיציר. זי אַנטלויפֿט מיט איר טאַטנס פֿאַרמעגן און שמד זיך. און ווען עס קומט צו אַנטאָגיאָן, דעם קריסט, וועלכער האָט נישט די צוואַנציק טויזנט דוקאַטן אויסצוקויפֿן זיך בײַם ייִד, פֿאָדערט ער בײַ אים אַנשטאָט דעם געלט, אַ פֿונט פֿלייש פֿון זײַן לײַב, ווי אַן אָפּצאָל פֿאַר די אַלע ליידן וואָס ער, און די ייִדן גייען אַדורך דורך די דורות.

דער מישפּט גייט אין געריכט און זיי פּסקענען, אַז אַנטאָניאָ (בײַראַן דזשעניגס) זאָל אָפּצאָלן זײַן חובֿ מיט זײַן פֿונט פֿלייש. מ׳זעצט אים אַרויף אויף אַ שטול. ס׳גייט אַ רויך, אַנטאָניאָ ראַנגלט זיך ביז עס באַווײַזט זיך שײַלאָק און לייזט אים אויס. און כאָטש מ׳שטופּט געלט אים אין האַנט, זאָגט ער זיך אָפּ פֿון דער פּריווילעגיע. אַלץ וואָס ער האָט געוואָלט איז אָפּרעכענען זיך מיטן חוצפּהדיקן קריסט.

די סצענע האָט מיך שטאַרק דערמאָנט אין דער קריסטלעכער ווערסיע פֿון יעזוסעס שטראָף, זײַן מכּלומרשטן דערנער־וועג, און זײַן מפּלה. דאָס, פֿאַרשטייט זיך, איז דעם רעזשיסאָרס (דניאל סאַליוואַן) אײַנפֿאַל לגבי ייִדן. אַפֿילו ווען זיי ווײַזן אַרויס גנאָד, זײַנען די ייִדן סײַ ווי סײַ שולדיק אין ממיתן זייער גאָט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר, ייִדן, האָבן אויך געשטעלט שעקספּירס דראַמעס און קאָמעדיעס אין ייִדישן טעאַטער. איך קען זיך וועטן, אַז שלמה מיכאָעלס האָט אויסגעפֿירט די ראָלע אין מאָסקווער נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער ("גאָסעט"), פֿון ייִדישן שטאַנדפּונקט. מאָריס שוואַרץ האָט עס זיכער אויפֿגעפֿירט דאָ, אויף סעקאָנד עוועניו. און ווידער אַ מאָל, זײַענדיק אַליין ייִדן, האָבן זיי עס פֿאַרשטאַנען פֿון אַן אַנדער קוקווינקל. דער עיקר, ווי אַ סאַטירע פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער צײַט.

פֿאַראַן מענטשן וואָס זײַנען אונטערן אײַנדרוק, אַז שעקספּיר האָט אָפּגעשטאַמט פֿון ייִדן, און אַז זײַן משפּחה זײַנען געווען מאַראַנען (קאָנוועכאָס). אַזוי צי אַזוי, דער ייִד שײַלאָק, ווי ער ווערט געשפּילט פֿונעם באַרימטן אַקטיאָר אַל פּאַטשינאָ, איז שטאַרק איבערגעטריבן. זײַן ייִד איז מיאוס, גיריק נאָך געלט, אָן אַ מענטשלעך האַרץ, אַ מין סטראַשידלע פֿון אַ מענטשן. און ווען ער שטעלט זיך אַוועק אויף דער בינע רעציטירן פֿאַרן קריסטלעכן קהל, און וויל זיך אַנטפּלעקן ווי אַ טייל פֿון מין אנושי, טוט ער זיך מודה און מתוודה אינעם באַרימטן מאָנאָלאָג "איך בין אַ ייִד:"


האָט דען נישט דער ייִד קיין אויגן?

קיין הענט? קיין אבֿרים? קיין חושים?

קיין מענטשלעכע געפֿילן?


ווערט ער נישט דערנערט מיט די זעלבע שפּײַזן?

פֿאַרוווּנדעט פֿונעם זעלבן געווער?

אָנגעשטעקט פֿון די זעלבע חלאַתן?

און אויסגעהיילט מיט די זעלבע מיטלען?

געוואַרעמט און געפֿרוירן פֿונעם זעלבן ווינטער? זעלבן זומער?

פּונקט ווי יעדער קריסט?

אויב דו שטעכסט אונדז — וועט מען דען נישט בלוטן?

אויב דו קיצלסט אונדז? וועט מען דען נישט לאַכן?

אויב דו סמסט אונדז — וועט מען דען נישט שטאַרבן?

אויב דו טוסט אונדז שלעכטס —

וועט מען דען נישט גלוסטן נקמה?


אויב ענלען מיר צו אײַך ווי איין טראָפּן וואַסער,

וועלן מיר טאָן דאָס זעלביקע ווי איר.

אויב ייִד פֿאַרזינדיקט זיך אַנטקעגן קריסט —

וויפֿל קריסטלעכקייט דאַרף ער באַווײַזן?

נקמה!

אויב אַ ייִד פֿאַרזינדיקט זיך אַנטקעגן ייִד —

ווי זאָל ער אָפּקומען די שטראָף!

ס׳איז פּראָסט און פּשוט,

און פֿאַר וואָס? וואָס איז געווען די סיבה?

איך בין אַ ייִד!

(איבערזעצונג: מרים האָפֿמאַן)


אַל פּאַטשינאָ האָט דעם מאָנאָלאָג דערלאַנגט פּינקטלעך און מיט געפֿיל. ס׳איז אָבער ווי אַנטרינען געוואָרן אַנטקעגן דעם פֿונט פֿלייש. נישט וואָס די קריסטן זײַנען מלאכים, חלילה. אָבער ווי נישט, זײַנען זיי אַרויסגעקומען אַנטקעגן דעם ייִד, ווי די געווינערס; אָפּגעווישט די געשיכטע פֿון די קרייצצוגן, די אינקוויזיציעס, די גירושים און פּאָגראָמען. שעקספּיר האָט טאַקע געשאַפֿן די פּיעסע אין מיטלעלטער בײַם ברען פֿון דער שוואַרצער מגפֿה וואָס מען האָט באַשולדיקט אין איר די ייִדן; מיט די ייִדישע גירושים פֿון ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד.

"דער סוחר פֿון ווענעדיק" האָט אין מיר אויפֿגעדעקט דעם אומרו פֿון די קריסטלעכע פּאַסיע־דראַמעס (Passion Plays), וואָס די קינדער פֿון די קריסטלעכע שולן מיט זייערע לערער און גלחים בראָש, פֿירן אַדורך כּמעט יעדעס יאָר אַרום ניטל־צײַט, וווּ עס אַנטפּלעקט זיך ערשט די סדרה פֿון ייִדנס פֿאַרראַט און בייזוויליקייט לגבי דעם ענדגילטיקן קריסטלעכן גאָט, וועלכער איז אַליין געווען אַ ייִד. נאָר דאָס האַלט מען בסוד־סודות, נישט קאַליע צו מאַכן די פּאַסיע.

דער צושויער איז געווען אַזוי איבערגענומען מיט דער פֿאָרשטעלונג, אַז די הילכיקע אָוואַציעס און אַפּלאָדיסמענטן האָבן אָפּגעהילכט אין זאַל. דער עיקר, בײַם אָנקוקן דעם פֿילם־ און טעלעוויזיע־שטערן אַל פּאַטשינאָ, וועלכער האָט די ראָלע אויסגעפֿילט אויך אין פֿילם. אַל איז שוין הײַנט אַ זיבעציקער און אין פֿולן שוווּנג פֿון זײַן שעפֿערישער קאַריערע. די ראָלע האָבן פֿאַר אים אויסגעפֿילט גרויסע האָליוווּדער און בראָדווייער אַקטיאָרן. צווישן זיי דזשאָרדזש סי. סקאָט און אַנדערע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע אַקטיאָרן טויגן זיך גוט אויס און אַ פֿאַרגעניגן צו זען אַזאַ פֿולן עולם.

די פּיעסע שפּילט אין בראָדהוירסט־טעאַטער, 235, 44סטע גאַס. בילעטן צו באַקומען: קלינגט 6200־293 (212), אָדער: www.telecharge.com.