ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


וועלוול טשערנין. 
שלאָס־סמ״ך׃ לידער


דער סוף פֿון אַ יאָרצענדליק לויטן ייִדישן לוח ווערט געוויינטלעך קוים באַמערקט דורך די מענטשן, וואָס זייער לעבן לויפֿט לויט דעם גוייִשן קאַלענדאַר. ניט אַזוי וועלוול טשערנין, אַ ייִדישער דיכטער פֿון ישׂראל, וועלכער לעבט "צווישן צוויי וועלטן," ארץ־ישׂראל און גלות. זײַן נײַ זאַמלבוך איז אַ מין טאָגבוך, וועלכער פֿאַרפֿיקסירט זײַנע געדאַנקען, אײַנדרוקן, איבערלעבונגען. אַלע לידער זײַנען באַזאָרגט מיט דאַטעס און נעמען פֿון די ערטער, וווּ זיי זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן. דאָס גאַנצע בוך פֿאָלגט דעם כראָנאָלאָגישן סדר, נעמענדיק אַרום די לעצטע דרײַ יאָר פֿון "די 60ער יאָרן פֿונעם LVIII יאָרהונדערט, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן אינעם יאָר תש״ס", ווי עס דערקלערט דער מחבר אין דער הקדמה. דאָס איז דער מיין פֿונעם טיטל, "שלאָס־סמ״ך". אַזאַ אות איז אינעם ייִדישן אלף־בית אַוודאי ניטאָ, אָבער סימבאָליש באַטײַט דאָס דעם סוף פֿון אַ געוויסער תּקופֿה.
דאָס ווענדן זיך צו דעם ייִדישן לוח דערמעגלעכט נאָך אַ מאָל דורכצולעבן אַ תּקופֿה, וואָס איז שוין פֿאַרבײַ בײַ די אומות־העולם מיט פֿופֿציק יאָר צוריק. טשערנינס לידער קלינגען זיך איבער מיטן גײַסט פֿון די "זעכציקער יאָרן" — דער צײַט פֿון אויפֿשטאַנד קעגן אײַנגעפֿונדעוועטע ווערטן און באַגריפֿן, פֿון קינסטלערישע עקספּערימענטן און פֿון פּאָליטישן אַקטיוויזם. הײַנט קוקט מען צוריק אויף יענער צײַט מיט אַ ביסל נאָסטאַלגיע נאָך די שיינע יונגע יאָרן, ווען אַלץ האָט אויסגעזען אַזוי קלאָר און פּשוט. אָבער מען פֿאַרשטייט אויך, ווי נאַיִוו עס זײַנען געווען די דערוואַרטונגען פֿון יענער יוגנט.
טשערנינס דיכטערישער "איך" איז דער אָנהייב און דער סוף פֿון זײַן פּאָעטישער שעפֿערישקייט. די צוויי עיקרדיקע אַספּעקטן פֿון זײַן לירישן העלד זײַנען ליידיקייט און איינגעוואָרצלטקייט. ער איז איינצײַטיק אי מאָטל פּייסי דעם חזנס אי טבֿיה דער מילכיקער׃
"מיר איז גוט. כ׳בין אַ יתום,
און איך וויל ניט פֿאַרלירן מײַן ייִחוס
אין דער ענדלאָזער שפּיל פֿון מײַן דאָליע,
וואָס איך האָב אויסגעפֿורעמט אַליין."

די דאָזיקע צוויי אַספּעקטן האָבן אַ קלאָרע געאָגראַפֿישע אָנגעהעריקייט. דער יתום פּראַוועט גלות, בעת דער יחסן לעבט אין ארץ־ישׂראל. דער העלד פֿון זײַנע לידער איז אַ מענטש פֿון עקסטרעמען, וואָס אָנערקענט ניט קיין אין־דער־מיט׃
"אָדער דער ערשטער אָדער דער לעצטער
אין מנין איז כּדאַי צו זײַן".
אָט איז דער קול, וואָס רעדט צום לייענער פֿון מאָסקווע׃
"איך בין אַ האָן,
פֿון אָנהייב אָן
פֿון זיך כ׳טו אַ כּפּרה טאָן."

אין דעם ליד באַטיטלט "פּעטערבורג" רופֿט ער אַרויס, אין אָפּקלאַנג פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס באַרימטן ליד׃
"פּעטערבורג,
לאָז מיך אָפּ.
דריי מיר ניט דעקאַדענטיש דעם קאָפּ."


אין רוסלאַנד, דעם דיכטערס "אַלטער היים", פֿילט ער זיך מטושטשע און איינזאַם. עס איז אים אַפֿילו ניט קלאָר, ווער ער איז און וואָס ער טוט אינעם דאָזיקן לאַנד. אין קיִעוו פֿרעגט ער זיך׃
"ווער בין איך אין דער שטאָט פֿון האָפֿשטיין און שוואַרצמאַן,
אין דער שטאָט פֿון קוויטקאָ און מאַרקיש?"

קיין קלאָרן ענטפֿער אויף דער שאלה קאָן ער ניט געבן׃
"אַ פֿאַרשפּעטיקטער בעל־עגלה מיט אַ האַלב־ליידיקער טעליגע?
צי אַ יורש, וואָס האָט אַלע רעכט
אויף זייערע אוצרות?"

ווידער אַ מאָל, קיין מיטלגרונד צווישן אָט די צוויי עקסטרעמען איז ניטאָ.
גאָר אַנדערש, זיכער און שטאַרק, קלינגט זײַן קול אין רמת־רחל׃
"איך האַלט דעם שער און איך האַלט דעם פֿאָדעם,
נאָר כּדי זען, מוז מען גיין דעם וועג."

דער ריטעם און די מאָס פֿון די ארץ־ישׂראלדיקע לידער זײַנען פֿעסט און הילכיק, להיפּוך צו די "גלות־לידער". דאָ זײַנען ניטאָ קיין ספֿקות אָדער קלאָגן, אַלץ איז קלאָר און גראָדליניק׃
"פֿאַרפֿאַס אַ לידעלע
און קויף אַ פֿידעלע.
דעם זיידן ירשנדיק,
וועסט בלײַבן יונג."
(ירושלים־יפֿו).

דאָ איז ניטאָ קיין פֿראַגע "ווער בין איך?" — ווײַל מען ווייסט׃
"און איך בין איינער פֿון זיי,
אַזוי צו זאָגן, אחד העם".

דאָס זאָגט דער דיכטער אינעם ליד "בײַם דענקמאָל די באַפֿרײַער פֿון אילת", דאַטירט "אילת ראָש חודש אָבֿ תּשס״ח"
טשערנינס דיכטערישער כּוח־הדמיון פֿאַרמאָגט אַן אייגנטימלעכע געאָגראַפֿיע פֿון ארץ־ישׂראל, מיטן צענטער אין די ישובֿים אַרום ירושלים און מיט די ראַנדן בײַם ים־ברעג. אילת איז פֿאַר אים ניט קיין ים־קוראָרט, נאָר אַן אָנדענק־אָרט פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער גבֿורה. תּל־אָּבֿיבֿ?
"עס דאַכט,
אַז אַרום
איז אַלץ הפֿקר."

דאָ טוט זיך טשערנינס דיכטערישע פּאַרשוין אָן אַ מאַנטל פֿון אַ נבֿיא, און זאָגט פֿאָרויס כּלערליי אומגליקן אויף דער דאָזיקער שטאָט׃ "און עס ווערט צעשטערט די שׂימחה".
אידעאָלאָגיש קאָן מען מסתּמא דעפֿינירן טשערנינס דיכטונג ווי פּאָסט־ציוניסטישע. געוויינטלעך באַנוצט מען זיך מיט דעם דאָזיקן באַגריף, ווען מען רעדט וועגן די ראַדיקאַל־לינקע קריטיק פֿון ישׂראל, אָבער דאַכט זיך אַז ער פּאַסט גוט פֿאַרן ראַדיקאַל־רעכטן פֿליגל אויכעט. וואָס די ביידע עקסטרעמען האָבן בשותּפֿות איז די אומצופֿרידנקייט מיט דעם פּראַקטישן רעזולטאַט פֿון דעם "ציוניסשטישן פּראָיעקט", וואָס איז די איצטיקע מדינת־ישׂראל. טשערנינס משיחיסטיש־נּּבֿיאישע וויזיע גייט ווײַט איבער די גרענעצן פֿון דער טאָג־טעגלעכער אַרומיקער ווירקלעכקייט׃
"זײַ געוואַגט! גיי אַרויס
אין דער נאַכט אָן געווער.
פֿלי פֿאָרויס מיטן ווינט
צו דערזען ים־המוות."

אַזוי זאָגט טשערנינס לירישער קול אינעם לעצטן ליד פֿונעם זאַמלבוך, וואָס איז אונטערגעשריבן "כּפֿר־אלדד אלול, תשס״ט", דאָס הייסט בײַם סאַמע סוף פֿון די "זעכציקער יאָרן". איצט זײַנען מיר שוין אַרײַן אין די זיבעציקער, און די פֿראַגע איז, צי וועט דאָס דאָזיקע "ייִדישע" יאָרצענדליק דערמאָנען אָן די 1970ער יאָרן. וואָס וועט זײַן אַ נײַער גילגול פֿון די פֿיבערישע נבֿיאיש־משיחיסטישע וויזיעס, און וואָס וועט זײַן דער גורל פֿון דעם גלות? ווער ווייסט, גיי זײַ אַ נבֿיא...