טעאַטער
אַלאַן בורק
אַלאַן בורק
Credit: Aidan Monaghan

ערשט נישט לאַנג איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ פֿאָרשטעלונג וועלכע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין דער "שיל פֿאַר קינסטלער," אין טרײַבעקאַ, ניו־יאָרק. די טעאַטראַלע טרופּע רופֿט זיך "קאַבאָש־טעאַטער־קאָמפּאַני," און ס׳איז אַ טייל פֿון אירלענדישן פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר די טעג אין ניו־יאָרק.

איך דערוויס זיך דערבײַ, אַז די גאָר קליינינקע ייִדישע קהילה אין אירלאַנד איז אָנגעקומען אַהין נאָך אין די 1850ער יאָרן, ווען אַ מיעוט פֿון זיי איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד. זיי האָבן זיך באַזעצט אין בעלפֿעסט און ערשט אין יאָר 1964 האָבן זיי דאָרט אויפֿגעשטעלט די בעלפֿעסטער סינאַגאָגע וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויף דער סאַמערטאַן ראָוד־גאַס. דעמאָלט האָט שוין די קהילה געציילט 1,600 נפֿשות, הײַנט צו טאָג זײַנען דאָרט פֿאַרבליבן נישט מער ווי הונדערט ייִדן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין איין און איינציקער פֿון די בכּבֿודיקע אירלענדישע אַקטיאָרן איז נישט קיין ייִד. בלויז דער דראַמאַטורג גאַווין קאָסטיק, מיט וועלכן כ׳האָב געכאַפּט אַ קורצן שמועס נאָך דער פֿאָרשטעלונג, האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט שוין אונטער זיך זעכצן פּיעסעס. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס איז קאָסטיק אויסגעוואַקסן אין ענגלאַנד און וווינט איצט אין דאָבלין. זײַן זיידע, פֿון טאַטנס צד, איז געווען פֿון פֿאַך אַ סטאָליער און אַ ייִד. דער זיידע האָט געשטאַמט פֿון פּוילן און אין 1920 האָט ער זיך געפֿונען אויף אַ שיף וואָס האָט געדאַרפֿט אַנקערן אין אַמעריקע. אָבער דער שיפֿס־קאַפּיטאַן האָט זיי באַשווינדלט און אַראָפּגעלאָזט אין אירלאַנד.

די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג איז באַזירט אויף אַ טוץ פֿאָרש־אַרבעטן און אַנקעטעס אַדורכגעפֿירט צווישן די ייִדן אין דער בעלפֿעסטער ייִדישער קהילה. זיי האָבן דערציילט זייערע לעבנס־געשיכטעס. און אַזוי ווי קאָסטיקס אייגענע געשיכטע איז נישט געווען אַזוי אינטערעסאַנט ווי דאָס עדות־זאָגן פֿון די אַלטע ייִדישע אײַנוווינער אין בעלפֿעסט, וווּ זיי האָבן זיך געפֿונען צווישן די פּראָטעסטאַנטן און קאַטאָליקן, האָט זי נושׂא־חן געווען אין זײַנע דראַמאַטורגישע אויגן; און ער האָט דערפֿון געמאַכט אַ פֿאָרשטעלונג.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די אַקטיאָרן — סײַ מענער, סײַ פֿרויען — זײַנען אָפּגעזונדערט איינער פֿון אַנדערן מיט אַ מהלך פֿון פֿינף ביז צען פֿוס. יעדער איינער דערציילט זיך זײַן ראָלע פֿאַר זיך, דער עיקר וואָס ס׳האָט זיך אָפּגעשפּילט אין דער משפּחה. אָבער קיינער פֿון די פֿינף אַקטיאָרן רעדט נישט איינער צום צווייטן. זיי רעדן אָדער צום עולם, אָדער צום אָרון־קודש. אָבער צווישן זיך — אַ פֿרעמדקייט, אָפּגערוקט איינער פֿון אַנדערן אין צײַט און דור. ס׳איז אַ געשיכטע פֿון ליבע און תּשובֿה. אַזוי באַשרײַבט מען די פּיעסע.

יעדער איינער פֿון זיי דערציילט פֿון זייער ייִדישער משפּחה אין בעלפֿעסט, און לאָדענען אויס זייער זינדיקן באַגאַזש פֿאַרן אָרון־קודש אין דער סינאַגאָגע. די האַנדלונג קומט פֿאָר אום יום־כּיפּור. די משפּחה פֿון פֿינף — דרײַ מענער אין טליתים, און צוויי פֿרויען אין ווײַסן געקליידט. זיי זײַנען אַהערגעקומען אום יום־כּיפּור זיך מתוודה זײַן און תּשובֿה טאָן, ווײַל זיי זײַנען באַגאַנגען עבֿירות נישט נאָר איינער אַנטקעגן אַנדערן, נאָר אויך קעגן דעם רבונו־של־עולם.

לאָראַ יוס
לאָראַ יוס
Credit: Aidan Monaghan

מיר דאַכט זיך, אַז אַזאַ סוזשעט איז פֿאַר מיר לגמרי פֿרעמד. מיר דאַכט זיך אַז דער אַרײַנבליק אין דער ייִדישער פֿאָלקס־אמונה און לעבנס־שטייגער פֿון ייִדן אין אירלאַנד, איז פֿאַר מיר אויך פֿרעמד. און וואָס אַן אמת איז די גאַנצע פּיעסע פֿאַר מיר געווען אַ מאָדנע רעוועלאַציע, וווּ יעדער איינער פֿון דער זעלבער משפּחה, דערציילט זיך זייערע אייגענע אינעווייניקסטע סודות און חטאָים. זיי שלאָגן זיך על־חטא און בעטן זיך אײַן בײַם רבונו־של־עולם ער זאָל האַנדלען מיט רחמים.

איז וואָס פֿאַר אַ סודות ווערן דאָ אַנטפּלעקט? דאָס יאָר איז 1895, און אַ ייִד מיטן נאָמען לעוו (לאַלאָר ראַד) און זײַן ברודער סאָל (אַלען בורק) האָבן פֿאַרלאָזט זייער שטעטל אין לעטלאַנד און צו זייער שלימזל געלאַנדעט אין בעלפֿעסט. סאָל האָט געהאַט אַ שיינע שטימע צום זינגען, און ער זינגט, דאַכט זיך, סתּם אין דער וועלט אַרײַן. לעוו האָט געטויגט אויף צו מאַכן געלט און פֿאַרמאָגן אַ גאַנצע סטאַדע ליובאָווניצעס, ווי אַ פֿערציק־יעריקער אַלטער בחור און אַ רײַכער געשעפֿטסמאַן דערצו. קומט לעוו צום באַשלוס, אַז ער דאַרף חתונה האָבן און בויען אַ משפּחה־לעבן. באַקענט ער זיך מיט חנהן (לאַראַ היוז), וועלכע זאָגט אונדז אויס אַ סוד, אַז מיטן מאָמענט וואָס זי האָט געהאַלטן בײַם חתונה האָבן מיט לעוון, און דערזען זײַן ברודער סאָל, אַזוי האָט זי זיך פֿאַרליבט אין איר חתנס ברודער ביז איבער די אויערן. אָבער ס׳איז שוין געווען צו שפּעט. צום סוף האָט סאָל חתונה געהאַט מיט הנהס שוועסטער.

זייער טאָכטער סיס (דזש דאַנעלי) בלײַבט אַן אַלטע מויד און האַלט זיך אין איין באַקלאָגן, אַז איר איז באַשערט אין לעבן צו דינען איר אַלטער מוטער. זי דערוויסט זיך אַז איר מאַמע חנה, וועלכע איז איר גאַנץ לעבן געווען פֿאַרליבט אין איר מאַנס ברודער סאָלן, אַז זי איז דער פּראָדוקט פֿון זייער ליבע. זי איז סאָלס טאָכטער.

איר קוזין ביל (סאַל קענעדי) געפֿינט זיך אין אַמעריקע און פֿאַרנעמט זיך מיט "וואָל־סטריט." ער האַנדלט און האַנדלט ביז ער פֿאַרלירט דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן. און ווען ער דערוויסט זיך, אַז זײַן טאַטע איז געשטאָרבן, און אַז די גאַנצע ירושה וועט אַריבער צו דער טאָכטער סיס, רײַסט ער אײַן וועלטן צו באַווײַזן, אַז זי איז אַן אומגעזעצלעך קינד און האָט נישט קיין רעכט אויף דער ירושה. קומט ער צו פֿליִען און רײַסט אײַן וועלטן. אָבער ס׳העלפֿט אים ווי אַ טויטן באַנקעס. די גאַנצע ירושה איז פֿאַרשריבן אויף סיסן און ער קריגט אַ פֿײַג.

פֿאָל קענעדי
פֿאָל קענעדי
Credit: Aidan Monaghan

ביז אַהער די סיפּור־המעשׂה. די מעשׂה איז אָבער סטאַטיש. קיינער רירט זיך נישט פֿון אָרט. יעדער איינער פֿון די העלדן איז פֿאַרפֿרוירן אין צײַט און רעדט צו דער וואַנט. נישטאָ קיין דיאַלאָגן, בלויז מאָנאָלאָגן. די פּיעסע דערמאָנט מיך אין יעדער איינער משפּחה וווּ עס קומען פֿאָר אַזעלכע רײַסערײַען. די מעשׂה איז אָבער, אַז איך האָב קיין מאָל נישט געזען אַ פּיעסע וווּ יעדער איינער רעדט אָדער צום עולם, אָדער צו דער וואַנט — דאָס הייסט צום אָרון־קודש; און ווענדט זיך קיין מאָל נישט אַפֿילו מיט קיין איין וואָרט צו די אַנדערע משפּחה־מיטגלידער. יעדער איינער פֿון זיי רירט זיך נישט פֿון אָרט. נאָר ווען זײַן ריי קומט, עפֿנט מען דאָס מויל און מ׳דרשנט.

די אינאָוואַציע האָט נישט נושׂא־חן געווען אין מײַנע אויגן; אפֿשר ווײַל עס איז מיר פֿרעמד, און אפֿשר ווײַל ס׳האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדן, אַ חוץ דעם וואָס ס׳איז יום־כּיפּור און מ׳שלאָגט זיך על־חטא. די זאַך איז, אַז בײַ גויים קומען אויך פֿאָר אַזעלכע מעשׂיות, נישט נאָר דווקא בײַ ייִדן. מיט וואָס איז דאָס אַ ייִדישע פּיעסע? בלויז צוליב די ימים־נוראָים? האָט מען געקענט נעמען דווקא אַ גוייִשע משפּחה און אַוועקשטעלן זי אין אַ קלויסטער קריסטמעס־צײַט זיי זאָלן זיך מתוודה זײַן פֿאַרן גלח און בעטן מחילה.

די זאַך איז, אַז וואָס ווייניקער מען איז באַקאַנט מיט ייִדן און זייער אַלגעמיינער ייִדישער געשיכטע, אַלץ אויסטערלישער קומט זי אויס בײַם שילדערן זי. די רעזשיסאָרקע פּאָלאַ מעקפֿעטרידזש, וועלכע האָט אַוועקגעשטעלט די פֿינף סטאָלבן אויף דער בינע און זיי אָנגעטאָן טליתים און געהייסן תּשובֿה טאָן, האָט, מיין איך, אויך פֿאַרפֿעלט דעם סטעלאַ אַדלערס קלאַס וווּ זי האָט אַמאָל געלערנט ייִדיש טעאַטער.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז מיטן מאָמענט וואָס מ׳כאַפּט זיך אָן אין אַ ייִדישער טעמע, אַזוי לויפֿט מען זי זען און אַ סך מאָל באַוווּנדערן. ייִדן, ווי אַ פֿאָלק, האָבן אַ צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די אומות־העולם, ווי זיי וואָלטן זיך אַרומגעטראָגן מיט מאַרצעפּאַנעס סליחות־צײַט. זעט אויס, אַז די דרויסנדיקע וועלט איז הײַנט אַ לאַנגווײַליקע, אַ נודנע, און דער דור דראַמאַטורגן איבער דער וועלט רײַסן זיך די האָר פֿון קאָפּ זוכנדיק אַן אינטערעסאַנטע טעמע.

אויב די פּיעסע האָט געדאַרפֿט שילדערן אַ קולטור פֿון אַ פֿאָלק, האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט צו משפּחה־פּראָבלעמען, צוליב דעם וואָס בײַם ייִדישן טיש האָט געפֿעלט דער אירלענדיש־ייִדישער מקור, אַזוי צו זאָגן, און מ׳חידושט זיך — מיט וואָס עסט מען עס? נאָך אַלעמען, אַז מען וועט אַוועקזעצן אַן אַלטן ייִד אָדער ייִדענע וואָס קומט פֿון פּוילן אָדער ליטע, לעטלאַנד אָדער אוקראַיִנע, וועלן זיי אײַך דערציילן נישט נאָר זייערע צרות בײַ לײַטן, נאָר שילדערן דעם אַרום, די שכנים און משפּחה־פּראָבלעמען. אויב דער דראַמאַטורג וואָלט געשילדערט וואָס די ייִדן האָבן אַדורכגעמאַכט אין צפֿון־אירלאַנד, אין בעלפֿעסט, ווען עס זײַנען פֿאָרגעקומען די הריגות צווישן די קאַטאָליקן און פּראָטעסטאַנטן, וואָלט איך געווען אַ בעלנטע אויסצוגעפֿינען וואָס אַזוינס האָבן די ייִדן דעמאָלט איבערגעלעבט? האָבן זיי געליטן פֿון די הריגות? און ווי אַזוי האָבן זיי זיך אײַנגעלעבט מיט זייערע נישט־ייִדישע שכנים, און וואָס הערט זיך לגבי דער אַסימילאַציע און געמישטע חתונות? דאָס וואָלט געווען אינטערעסאַנט. אָבער, ווי געזאָגט: ווי נאָר מ׳רירט אָן אַ ייִדישע טעמע, קען מען זי גלײַך ברענגען קיין ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען אַ פּאָר מיליאָן ייִדן, כּן־ירבו, און די אינטעליגענטערע פֿון זיי פֿילן אָן די טעאַטערס וואָס האָבן צו טאָן מיט אַ ייִדישער טעמע. דער זאַל אין דער "סינאַגאָגע פֿאַר קינסטלער," איז געווען באַזעצט פֿון אַ גרויסער צאָל פֿון זיי.

שרעקלעך אינטערעסאַנט (ווי די פֿרוי רעגינע ווײַנרײַך פֿלעגט זאָגן) איז עס געווען, אָבער אויסטערליש פֿרעמד. ווי געזאָגט שפּילט עס אין דער

Synagogue for the Arts
49 White Street
in Tribeca
Beck Lee/Media Blitz LLC at:
(718) 403-0939