ליטעראַטור
האָואַרד דזשייקאָבסאָן און זײַן נײַער ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע"
האָואַרד דזשייקאָבסאָן און זײַן נײַער ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע"
Credit: Getty Images

Howard Jacobson.
The Finkler Question.
London: Bloomsbury, 2010


דער נאָמען פֿונעם ענגליש־ייִדישן שרײַבער האָואַרד דזשייקאָבסאָן איז עד־היום ניט ווײַט באַקאַנט, מחוץ ענגלאַנד. אָבער דער הײַיאָריקער דערפֿאָלג פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן "די פֿינקלער־פֿראַגע" וועט אים אַוודאי מאַכן באַרימט אין דער ברייטער וועלט. דזשייקאָבסאָן איז איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטער פֿון דער ליטעראַרישער ענגלישער שפּראַך. ער איז שאַרפֿזיניק, איראָניש, אָבער דערבײַ ערנסט און צומאָל טרויעריק.

"די פֿינקלער־פֿראַגע" האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק באַקומען די בוקער־פּרעמיע, מסתּמא די סאַמע בכּבֿודיקע אויסצייכענונג אין דער ענגליש־שפּראַכיקער ליטעראַטור. דער ראָמאַן האָט נושׂא־חן געווען בײַ די קריטיקער פֿון גאָר פֿאַרשידענע פּאָליטישע אײַנשטעלונגען און עסטעטישן געשמאַק. דערבײַ האָט יעדער איינער פֿון זיי געפֿונען דווקא די מעלות, וואָס ער האָט ליב. אייניקע קריטיקער, בפֿרט קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער ייִדן, האָבן געלייענט דעם ראָמאַן ווי אַ שאַרפֿע קריטיק פֿונעם הײַנטיקן בריטישן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אַ וואָרענונג, אַז ענגלאַנד שטייט שיִער ניט אויף דער שוועל פֿון "קרישטאָלנאַכט". די לינקע בריטישע פּרעסע האָט אויך אָפּגעשאַצט דעם ראָמאַן זייער הויך, אָבער דווקא פֿאַר זײַן "אַלמענטשלעכן" הומאַניזם׃ "ייִדישקייט איז אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר דער מענטשלעכער קולטור אין אַלגעמיין".

דערבײַ איז דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן דווקא ניט קיין ייִד. ער איז אַן ענגלענדער פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַן אינטעליגענטער שלימזל מיטן נאָמען דזשוליאַן טרעסלאָוו. אינעם אָנהייב פֿונעם ראָמאַן ווערט ער באַרויבט דורך אַן אומבאַקאַנטער פֿרוי. די גזלנטע האָט בײַ אים צוגענומען דאָס געלט, דעם זייגער און און די פּען, און האָט אים אָנגערופֿן "יו דזשו!" (ביסט אַ ייִד). דער דאָזיקער אומגליק גיט אַ שטויס טרעסלאָוון צו זוכן זײַן ייִדישע "אידענטיטעט". ער גלייבט, אַז דאָס ווערן אַ ייִד וועט אים העלפֿן גובֿר זײַן אַלע זײַנע צרות.

טרעסלאָוו האָט צוויי ייִדישע פֿרײַנד. איינער איז אַ פּאָפּולערער זשורנאַליסט סעם פֿינקלער, דער צווייטער איז אַן אַלטער פּליט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, ליבער זעווטשיק. ביידע ייִדן פֿאַרקערפּערן צוויי מינים ייִדישקייט. פֿינקלער איז אַ מין כאַמעלעאָן מיט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַרן צײַטגײַסט. ער האָט אַנטוויקלט אַ טיפֿן שולד־געפֿיל לגבי ישׂראל און האָט אַפֿילו אָרגאַניזירט אַ גרופּע, וואָס רופֿט זיך ״ASHamed Jews״ (שעמעוודיקע ייִדן, מיט דעם איראָנישן וואָרטשפּיל צווישן "שעמען" און "אַש", וואָס איז מרמז אויפֿן חורבן). ליבאָר, להיפּוך, טראָגט זײַן ייִדישקייט מיט שטאָלץ, אָבער זײַנע באַגריפֿן זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין דער האַבסבורגער תּקופֿה.

דזשייקאָבסאָן דער סאַטיריקער קלײַבט נחת פֿון אויסלאַכן די קלישעען פֿונעם הײַנטיקן שמועס־סטיל בײַ דער לאָנדאָנער אינטעליגענץ. אָבער דאָס איז "לאַכן דורך טרערן", ווײַל דער מחבר האָט זייער ערנסטע דאגות וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער ענגלישער געזעלשאַפֿט. עס גייט דאָ די רייד סײַ וועגן ענגלישע ייִדן און סײַ וועגן ענגלאַנד בכלל. דזשייקאָבסאָן אַנטפּלעקט אַ טיפֿע און ערנסטע עטישע פּראָבלעם, וואָס ווערט אָנגעטאָן אין אַנטיציוניסטישע מלבושים. אָבער דאָס איז אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ מער תּוכיקן מאָראַלישן און אינטעלעקטועלן קריזיס פֿון דער ענגלישער אינטעליגענץ. דזשייקאָבסאָן שרײַבט אין אַן אַרטיקל אין לאָנדאָנער "דזשויִש קראָניקל"׃ "פֿאַר אַ סך ייִדן און ניט־ייִדן איז דאָס לאַנד ישׂראל געוואָרן אַ מין ליטעראַרישע פֿיגור, אַ תּירוץ פֿאַר אַרויסלאָזן געפֿילן, וואָס זייער מקור איז ערגעץ־וווּ אַנדערש." די פּראָבלעם, האַלט ער, האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס מען טראַכט און רעדט אין "היפּערבאָלן, וואָס ווערן אַלץ מער און מער אָפּגעטיילט פֿון וואָסער ניט איז ווירקלעכקייט."

"די פֿינקלער־פֿראַגע" איז אין תּוך גענומען — די "ייִדישע פֿראַגע", וואָס איז לעצטנס געוואָרן זייער הייס אין אייראָפּע. די דאָזיקע "פֿראַגע" באַטרעפֿט סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן, אָבער אויף אַ פֿאַרשידענעם אופֿן. ייִדן געפֿינען זיך פּלוצעם אין אַ מצבֿ, וווּ זיי מוזן טראָגן אַחריות פֿאַר דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין ישׂראל, דעם לאַנד, וואָס איז גאָר ניט חשובֿ פֿאַר אַ סך פֿון זיי. דערבײַ מיינט עס אָפֿטמאָל ניט ישׂראל גופֿא, נאָר געוויסע אימאַזשן און פֿאָרשטעלונגען, וועלכע האָבן טיפֿע וואָרצלען אינעם קאָלעקטיוון אונטערבאַוווּסטזײַן פֿון אייראָפּעיִשע קריסטן. פֿאַר ניט־ייִדן איז די קריטיק פֿון ישׂראל צומאָל אַ תּירוץ צו דערפֿרישן די אַלטע אָפּגעבליאַקעוועטע שׂינאה־געשטאַלט.

דאָס וואָרט "דזשו" (ייִד) טרעפֿט זיך אין פֿאַרשידענע קאָמבינאַציעס פֿון אותיות פֿון קלאַנגען אויף יעדער זײַט פֿונעם ראָמאַן. עס איז אַ מין עכאָ, אַן אָפּקלאַנג, וואָס מען הערט לאַנג נאָך דעם, ווי דער קלאַנג גופֿא איז שוין פֿאַרשטילט געוואָרן. דער קריסטלעכער נאָמען "דזשוליאַן" ווערט אַ צייכן פֿאַר אָט דעם דאָזיקן מין "אָפּקלאַנג־ייִדישקייט", וואָס לעבט זײַן אייגענעם לעבן.

דזשייקאָבסאָן האָט אַ זיידע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, און דאָס איז שלום־עליכם. מען קאָן לייענען "די פֿינקלער־פֿראַגע" ווי אַ מאָדערנעם ענגלישן גילגול פֿון שלום־עליכמס "דער בלוטיקער שפּאַס", וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן כּמעט מיט הונדערט יאָר צוריק בעתן בייליס־פּראָצעס. ביידע ראָמאַנען דערציילן אַ טראַגי־קאָמישע געשיכטע פֿון אַ "ניט־ייִדישן ייִד". ביידע מחברים שטעלן די ייִדישע פֿראַגע אינעם סאַמע צענטער פֿון דער עפֿנטלעכער פּראָבלעמאַטיק פֿון זייער צײַט. שלום־עליכם האָט אָנגעשריבן זײַן ראָמאַן אויף ייִדיש, אָבער ער האָט געהאַט בדעה סײַ דעם ייִדישן און סײַ דעם רוסישן עולם. "די פֿינקלער־פֿראַגע" איז סײַ אַן ענגלישער, סײַ אַ ייִדישער ראָמאַן; אַ לעבעדיקער באַווײַז, אַז די ייִדישע ליטעראַרישע טראַדיציע לעבט נאָך אַלץ, אָנגעטאָן אין אַנדערע שפּראַכלעכע בגדים.