דער אַמעריקאַנער פּאָעט שלמה בלומגאַרטען, בעסער באַקאַנט אונטער זײַן פּען־נאָמען — יהואש (1870 — 1927) איז געבוירן געוואָרן אין ווירבאַליס, ליטע, און געקומען קיין אַמעריקע אין 1890. ער האָט אָנגעהויבן צו שרײַבן פּאָעזיע, ווען ער איז געלעגן אין אַ טובערקולאָז־סאַנאַטאָריום אין 1900. יהואש איז איינער פֿון די געציילטע פּאָעטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכן ס׳איז שווער אַרײַנצופּאַסן אין די אָנגענומענע קינסטלערישע באַוועגונגען — "סוועטשאַפּ־פּאָעטן", "יונגע", "עקספּרעסיאָניסטן" און "אינזיכיסטן". ווי שמעון פֿרוג און משה־לייב האַלפּערן, וועלכע האָבן זיך אויך געהאַלטן בײַ דער זײַט פֿון די גרופּעס, אָנערקענט מען יהואש ווי איינעם פֿון אונדזערע בעסטע פּאָעטן.
צווישן די לידער וואָס יהואש האָט געשאַפֿן און אַרײַנגענומען אין זײַנע "געזאַמלטע לידער" (1910), געפֿינט זיך אַ ציקל פֿון "ייִדישע לעגענדן" איבערדערציילט אין פּאָעטישער פֿאָרעם. דאָס געזעמל באַשטייט פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלדיקע מעשׂיות, להיפּוך צו די תּלמודישע געשיכטעס, וואָס ער האָט געשאַפֿן אין זײַן קאַפּיטל לידער "פֿון ביבעל און תּלמוד". די דאָזיקע שטעטלדיקע לעגענדעס ווערן דערציילט אין אַ פֿאָלקסלידער־ריטעם, און ס׳איז אַ חידוש, וואָס די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן בלויז זעלטן אויסגעניצט יהואשס שאַפֿונגען, און אויב יאָ, דער עיקר, פֿאַר קינדער־לידער.
פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט פֿאָרמאָגן די לידער פֿון יהואש אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן; וואַריאַנטן פֿון פֿאַרשפּרייטע מסורות וואָס מע האָט נאָר צום טייל געזאַמלט און געדרוקט. לשמל, אינעם ליד "דעם שוסטערס מיידל" ווערט דערציילט וועגן אַן עושר וואָס האָט נישט חתונה געמאַכט זײַן רײַכן זון מיט אַ מיידל פֿון אַן אָרעמער משפּחה, אין וועלכער דער זון האָט זיך פֿאַרליבט. שטאַרבט זי יונגערהייט, אָבער דער עושר הערט איר כליפּען יעדע נאַכט:
זינט דעמאָלט אין מיטן דער נאַכט, וועגן
עס שלאָפֿט שוין דער גבֿיר אין זײַן מויער,
פֿון אונטער די פֿענסטער דערהערט ער,
אַזוי ווי אַ שטים פֿון טרויער...
עס כליפּעט... אַזוי ווי דאָס מיידל
דאָס טויטע וואָלט אונטן געוועזן...
אים דאַכט זיך אַזוי ווי זי וואָלט אים,
געשלעפּט און גערופֿן צו בית־דין.
ווי די פּאָעטן פֿון "די יונגע", האָט יהואש געשריבן אין אַ צײַט פֿונעם ראַמאַנטישן גײַסט, און דער טויט ווי אַ געשטאַלט שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין נישט ווייניק פֿון זײַנע לידער. אינעם ליד "דעם חתנס טויט" קומט דער מלאך־המוות צום פּאָרל בעת דער חופּה־נאַכט, און צוליב אַ נישט דערזאָגטן זינד, שטאַרבט דער חתן.
עס קומט ווי פֿון קבֿר... "צוריק נאָך מיט יאָרן
פֿאַרזינדיקט זיך האָסטו, פֿאַרשריבן געוואָרן,
אין פֿינסטערן בוך איז דײַן חטא,
באַשלאָסן דײַן טויט האָט פּמליא של מעלה,
און וווּ זיי באַשליסן דאָרט פֿרעגט מען קיין שעלה,
דאָרט העלפֿט ניט קיין קלאָג און געבעט".
צי דער דיכטער האָט געהערט די לעגענדעס אין זײַן געבוירן־שטעטל, צי געלייענט אין דער ליטעראַטור קען מען זיך נישט דערוויסן, כאָטש געוויסע לידער הייבט ער יאָ אָן פֿון באַשרײַבן ווי זײַן באָבע האָט אירע אייניקלעך דערציילט די שרעקלעכע מעשׂיות. אין געוויסע לידער גיט איבער יהואש די לעגענדע מיט הומאָר, ווי אינעם ליד "די געגנבֿעטע כּלה", אין וועלכן עס ווערט באַמאָלן ווי די באָבע דערציילט:
זי זיפֿצט און זי נעמט די שפּאַקולן אַרונטער —
דער אייבערשטער זאָל אונדז באַהיטן,
ס׳וואָלט אַלצדינג כּשורה געגאַנגען, ווען שדים,
זיך דרייען ניט אונטער אין מיטן.
מיר האָבן אַנומלט געשריבן, אַז אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿירן די שדים אַ פּאַראַלעלע וועלט צו אונדזערער; און אין דעם ליד, האָט די כּלה חתונה מיט אַ שד, און די שדים־חתונה קלינגט פּונקט ווי אַ מענטשן־חתונה:
"און ס׳האָבן טײַוולאָנים־כּלי־זמרים געצימבלט
און שדים חזנים געזונגען,
די אָרעמע כּלה די שיינע מושלמת,
אַ שד האָט גענומען אַ יונגען.
און יאָרן נאָך דעם ווי די מעשׂה פּאַסירט האָט,
בײַ נאַכט ווען ס׳פֿלעגט ווייען אַ שטורעם,
געקענט האָט מען הערן ווי ס׳רײַסט זיך די כּלה,
און יאָמערט פֿון טיפֿע יסורים".
בפֿרט האָבן די לעגענדעס פֿון טויט און שרעק צוגעצויגן יהואש, און טאַקע, זענען די קלאַסישע ייִדישע לעגענדעס פֿול מיט אַזאַ מאָטיוו. אין זײַן נוסח פֿון אַ בלוט־בילבול־לעגענדע אינעם ליד "פֿון אַן אַלטן פּינקס", געפֿינט מען אַ טויט קריסטלעך קינד פּסח אין שיל און די קריסטלעכע מאַסן ווילן אומברענגען די ייִדן. אָבער דער רבֿ ראַטעוועט זיי —
אין ווינקל פֿון מזרח דער רבֿ שטייט און דאַוונט,
דער גרויסער רב זאבֿ, אין קבלה באַהאַוונט,
ער קערט זיך איצט אום צו דעם עולם,
מיט רויִקער שטימע די שטילקייט צעברעכט ער:
דער גאָט פֿון ישׂראל, דער גרויסער גערעכטער,
קען וועקן אַ מת פֿון בית־עולם..."
און דער מת שטייט אויף און ווײַזט אָן אויף דעם אמתן מערדער.
מסתּמא איז יהואש געווען דער ערשטער צו שרײַבן לידער אויף דער טעמע — די לעגענדעס אינעם ייִדישן שטעטל. וועגן תּלמודישע לעגענדעס האָט שוין פֿרוג און ראָזענפֿעלד און אַנדערע פֿריִער געשריבן לידער, אָבער לידער וועגן די שדים און בלוט־בילבולים אויף ייִדיש האָט יהואש צו ערשט געאַקערט דאָס פֿעלד.