ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער. ער פֿאַרטיפֿט זיך אינעם אוצר פֿון עלטערע ייִדישע פֿאָלקסלידער און זוכט אויס ווייניקער באַקאַנטע לידער פֿאַרן הײַנטיקן עולם. די פּירות פֿון זײַן מי קען מען הערן אויפֿן נײַעם קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער — "טיק־טאָק" [Tick Tock] — וואָס ער האָט אָקאָרשט אַרויסגעגעבן.

בנימין פֿאָקס־ראָזען, אַ באַסיסט, צוזאַמען מיט זײַן ברודער, דער גיטאַר־שפּילער אַבֿי פֿאָקס־ראָזען (וועלכן מען קען הערן אויף אַדריאַן קופּערס נײַ קאָמפּאַקטל), זענען געקומען קיין ניו־יאָרק אַן ערך מיט זעקס יאָר צוריק. בנימין איז צוגעשטאַנען צו דער גרופּע "לומינעסענט־אָרקעסטער" [Luminescent Orchestrii] וואָס רופֿט איר מוזיק "רומעניש־ציגײַנעריש־פּאָנק" (זי איז נישט די איינציקע גרופּע פֿון אַזאַ מין אין ניו־יאָרק). צו ביסלעך איז ער צוגעצויגן געוואָרן אין סאַמע שפּיץ פֿון דער קלעזמער־וועלט; אַ גוטן באַסיסט דאַרף מען דאָך אַלע מאָל האָבן, און אַן אינטערעס צו זינגען אויף ייִדיש האָט ער שוין געהאַט אַרויסגעוויזן אויף דזשייק שולמאַן־מענטס רעקאָרדירונג "דאָס רעדל".

אינעם קאָמפּאַקטל "טיק טאָק" קען מען הערן פֿאַרשיידענע זשאַנערן פֿון דער ייִדישער מוזיק, און בײַ יעדער אַראַנזשירונג שפּילן די מוזיקער מיט זעלטענער שאַפֿערישקייט. דאָס ערשטע ליד "האָדל מיטן שטראָדל" שטאַמט פֿון אַהרן לעבעדעווס רעפּערטואַר, און פֿאַרן יונגן דור זענען לעבעדעוו און משה אוישער די באַליבטסטע זינגערס פֿון אַמאָל; אוישער, צוליב זײַן עכט־ייִדישן רומענישן סטיל, און לעבעדעוו, פֿאַר זײַן נישט־צוריקגעהאַלטנקייט, כּמעט ווילדן סטיל, בײַם זינגען.

די אַראַנזשירונג איז ווײַט נישט קיין נאָכמאַכונג פֿון לעבעדעווס רעקאָרדירונג פֿון די 1920ער יאָרן. מע הערט צווישן אַנדערע קלאַנגען אַ "פֿראַנצייזישן האָרן", געשפּילט פֿון דזשולי דאָווסאָן און אַן עלעקטרישע ראָק־גיטאַר, געשפּילט פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. פֿון איין זײַט, פֿאַרשטייט מען, אַז די מוזיקער קענען גוט דעם אָריגינעלן נוסח; פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרשטייט מען אויך, אַז זיי ווילן בפֿירוש צונויפֿפֿלעכטן די טראַדיציע מיט אַ הײַנטצײַטיקן צוגאַנג.

נאָך דעם צווייטן עוועניו־טעאַטער־ליד פֿון לעבעדעוו, מיט זײַנע צוויי־טײַטשיקע גראַמען, זינגט פֿאָקס־ראָזען דאָס קונסטליד "אַ מעשׂהלע", ווערטער פֿון פּרץ הירשביין, מוזיק פֿון לאַזאַר ווײַנער; אַ ליד וואָס אויך סידאָר בעלאַרסקי האָט געזונגען. אָבער אין פֿאָקס־ראָזענס נוסח באַקומט דאָס ליד אַ רעגיי־ריטעם, אַ פּאַמעלעכן טאַנץ־ריטעם. דערצו שפּילט מײַק פֿרידמאַן זײַן "שויס־אײַזן־גיטאַר", אַן אינסטרומענט וואָס ווערט געניצט געוויינטלעך מיט מוזיק פֿון האַוואַיִ, אָדער בײַם זשאַנער "מערבֿדיקער סווינג"־מוזיק פֿון די 1930ער און 40ער יאָרן.

ווער עס קומט הײַנט אויף די ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן און קלעזמער־וואַרשטאַטן, קען גוט דעם רעפּערטואַר פֿון נײַ־געשאַפֿענע לידער פֿונעם קעשענעווער מוזיקער יעפֿים טשאָרני. צו ביסלעך ווערן פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט זײַנע רומעניש־ייִדישע שאַפֿונגען, וואָס קלינגען גאַנץ פֿאָלקיש. זײַן ליד "גרינע אויגן" מיט קאַרמען סטאַף אויפֿן אַקאָרדעאָן, ווערט געזונגען נוסח משה אוישער, אָבער מיט דזשעז־סאָלאָס אין מיטן פֿונעם פּײַקלער קעני וואָלענסאָן און פֿונעם באַסיסט, דער זינגער בנימין פֿאָקס־ראָזען.

דאָס ליד "טיק־טאָק" האָט מרדכי געבירטיג אָנגעשריבן נאָך דעם, ווי מאַלי ("מלכּהלע") פּיקאָן איז געקומען מיט איר טרופּע קיין קראָקע אין די אָנהייב 1920ער יאָרן. ווי ווײַט איך ווייס, האָט מען דאָס ליד קיין מאָל פֿריִער נישט רעקאָרדירט:

טיק־טאָק, טיק־טאָק, קלאַפּט מײַן האַרץ,
ס׳ווייס וואָס דאָס באַטײַט —
פֿאָרסט אַוועק שוין, מלכּהלע,
איבער ימען ווײַטע.

טיק־טאָק, טיק־טאָק, קלינגט אין האַרץ,
כ׳ווייס דעם זין פֿון קלאַנג;
ס׳וועט אָן דיר זײַן, מלכּהלע,
אומעטיק און באַנג.

פֿאָרסט אַוועק שוין, מלכּהלע,
איבער ימען ווײַט;
טיק־טאָג, טיק־טאָק, קלאַפּט מײַן האַרץ,
פֿאָר געזונטערהייט!

בנימין פֿאָקס־ראָזען באַשרײַבט אַליין זײַן אַראַנזשירונג ווי "טונקל", און אויף אַן אמת, וואָלט מען געקענט דאָס זעלבע ליד אויסטײַטשן מיט אַ מער פֿריילעכן טעמפּאָ. דאָס אַבסטראַקטע דזשעז־שפּילן פֿונעם סאַקסאָפֿאָניסט נח קאַפּלאַן און פּײַקלער קעני וואָלעסאָן אַנטוויקלען אַן ערנסטע, כּמעט טראַגישע שטימונג פֿון דעם ליבע־ליד.

מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד "דרײַ טעכטערלעך" מיט דבֿורה שטראַוס אויפֿן פֿידל, און דעם פֿאָלקסליד "אוי וויי איז צו וויינען" האָט פֿאָקס־ראָזען אַראַנזשירט מער פּשוט, אָבער אין אַלע לידער גייט מען אַ ביסל אַראָפּ פֿונעם פֿאָלקישן וועג מיט אינטערעסאַנטע רעזולטאַטן.

די אָפֿיציעלע פּרעמיערע פֿונעם קאָמפּאַקטל "טיק־טאָק" וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 30סטן אַפּריל, אינעם "אוקראַיִנישן רעסטאָראַן", 140 צווייטע עוועניו אין מאַנהעטן, 7:00 אין אָוונט.

You can purchase the CD

You can purchase the CD here, and listen to it for free:
http://benjyfoxrosen.bandcamp.com/

Benjy Fox-Rosen
www.benjyfoxrosen.com