ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ גאַסט אין וועטעראַנען־שפּיטאָל, ניו־יאָרק (פֿון רעכטס) איציק גאָטעסמאַן, לייזער בורקאָ און ירמיהו העשעלעס ז״ל
אַ גאַסט אין וועטעראַנען־שפּיטאָל, ניו־יאָרק (פֿון רעכטס)
איציק גאָטעסמאַן, לייזער בורקאָ און ירמיהו העשעלעס ז״ל
Photo by Janina Wurbs

דעם 16טן אָקטאָבער 2010 איז געשטאָרבן דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געלעגן אין אַ וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, ניו־יאָרק; אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט, צום באַדויערן, נישט פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען געסט. אַפֿילו אויסצוגעפֿינען בײַ זיי דעם טאָג פֿון זײַן פּטירה איז געווען אוממעגלעך, און נאָך דעם ווי איך האָב גערעדט מיט פֿיר אָפּטיילן אין שפּיטאָל, האָט דער הויפּט־באַלעבאָס מיר פּשוט געענטפֿערט, אַז די אינפֿמאָרמאַציע טאָר מען נישט "אַנטפּלעקן". האָב איך געזוכט דורך "גוגל" אויף דער אינטערנעץ, און זוכנדיק בלויז צען סעקונדעס, אויסגעפֿונען ווען העשעלעס איז ניפֿטר געוואָרן. צי עמעצער איז געווען אויף זײַן לוויה, אָדער צי אַ לוויה איז בכלל פֿאָרגעקומען, ווייס איך נישט.

ירמיהו העשעלעס איז געבוירן געוואָרן דעם 28סטן פֿעברואַר 1910 און האָט דערגרייכט אַן עלטער פֿון 100 יאָר. ער האָט געשטאַמט פֿונעם גאַליציאַנער שטעטל גלינע, זיך געלערנט פֿידל אין דער לעמבערגער קאָנסערוואַטאָריע, שטודירט מעדיצין אין איטאַליע, און געווען דער קאַפּעלמײַסטער פֿון דער קאַפּעליע אין גלינע אין די 1930ער יאָרן, איידער ער האָט אימיגרירט קיין ניו־יאָרק. דאָ האָט אים מקרבֿ געווען זײַן לאַנדסלײַט, דער גרויסער פּאָעט, אַבא שטאָלצענבערג (1905—1941).

העשעלעס האָט יאָרן לאַנג געשריבן אינעם "טאָג־מאָרגן זשורנאַל", געדרוקט סײַ פּובליציסטיק, קריטיק, סײַ נײַעס; ווי אויך, פֿון צײַט צו צײַט, בעלעטריסטיק, אַרײַנגערעכנט אַ ראָמאַן. אַ דאַנק אונדזער מיטאַרבעטער און גראַדויִר־סטודענט לייזער בורקאָ, קלאַפּט מען אויס הײַנט אַ ראָמאַן וואָס העשעלעס האָט, צום טייל, געדרוקט אינעם לעמבערגער "טאָג" אין די 1930ער יאָרן.

כאָטש העשעלעס האָט געליטן פֿון אַ שוואַך האַרץ און אַנדערע קרענק, האָט זײַן קאָפּ און זכּרון געאַרבעט אויף הונדערט פּראָצענט ביזן סוף. ער האָט זיך געהאַלטן געזעלשאַפֿטלעך אָפּגעזונדערט פֿון דער ניו־יאָרקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, און מע פֿלעג אים זעלטן זען אויף די פֿאָרלייענונגען און אַנדערע מינים פֿאַרזאַמלונגען. פֿון דעסט וועגן, ווען מע האָט אים געגעבן אַ פֿרעג וועגן אַ געוויסן ייִדישן שרײַבער אָדער רעדאַקטאָר, האָט ער אַלע מאָל זיך געטיילט מיט אַ שלל אינטערעסאַנטער אינפֿאָרמאַציע וואָס מע קען נישט געפֿינען אין קיין שום ביכער. ער האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך די זכרונות פֿונעם עלטערן דור ניו־יאָרקער ייִדישע שרײַבער, און האָט גוט געקענט אַנעקדאָטן פֿון דער איסט־סײַד, פֿון "קאַפֿע רויאַל" און דער גאַנצער סבֿיבֿה, כאָטש דאָס איז אַלץ פֿאָרגעקומען פֿאַר זײַן צײַט.

דאָס לעצטע מאָל וואָס מיר האָבן זיך געזען, זומער 2010 האָבן מיר, אַ גרופּע פֿון סטודענטן און פֿאָרשער, אַלע געהאַט קשיות צו אים, און ער האָט געענטפֿערט אויף אַלע — סײַ אויף פֿראַגעס וועגן דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער, סײַ אויף דער ניו־יאָרקער ייִדישער וועלט; סײַ אויף קלעזמער־מוזיק, סײַ אויף פּאָעזיע.

זײַן ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך, צום הומאָר און חכמה פֿונעם פֿאָלק האָט מען תּמיד געפֿילט. פֿאַר מײַן פֿעטער, דער לינגוויסט ד״ר מרדכי שעכטער, איז העשעלעס געווען "מיסטער גאַליציע", און ווען ער האָט געהאַט אַ קשיא וועגן גאַליציאַנער לשון, האָט ער געפֿרעגט בײַ אים. מיט זײַן בקיאות אין למדנישע ספֿרים און טראַדיציעס, און מיטן פֿאָלקלאָר פֿונעם פּשוטן גאַליציאַנער ייִד האָט העשעלעס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אויסגעצייכנטער אינפֿאָרמאַנט פֿאַרן פֿאָרשער פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּעיִשער וועלט.

לעצטנס, האָב איך זיך צוגעהערט צו איינער פֿון די רעקאָרדירונגען, וואָס איך האָב פֿאַרשריבן מיט העשעלעס, אַן ערך 20 שעה במשך פֿון 13 יאָר. דער דאָזיקער שמועס פֿון אַפּריל 1991 איז פֿאָרגעקומען אין אַ רעסטאָראַן לעבן זײַן דירה אויף דער 7טער עוועניו און 14טער גאַס. דאָס גערודער און טומל פֿון קלינגענדיקע קאַווע־טעפּלעך און טעצלעך דינט ווי אַ הינטערגרונט־קלאַנג פֿאַר אַן אינטענסיוון שמועס וועגן דער ייִדישער קולטור אין גאַליציע, בפֿרט אַרום לעמבערג נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. מיר רעדן וועגן די קאַלענדאַרן פֿון גרשון באַדער (1868—1953), און וועגן פּאָעט דוד קעניגסבערג (1891—1942) וואָס זײַן ווערק "הונדערט סאָנעטן" (ווין, 1921) האָט העשעלעס שטאַרק געלויבט, און געדינט ווי אַ פֿאָרגייער פֿאַר העשעלעס ערשט בוך "סאָנעטן פֿון תּוהו־ובֿוהו" (1957).

ווען איך האָב געדאַרפֿט הילף צו פֿאַרשטיין אַן עלטערן פֿאָלקסטעקסט, האָב איך געבעטן העשעלעס, ער זאָל זיך מיט מיר טרעפֿן, נישט כּדי ער זאָל מיר טײַטשן דעם פּשט פֿון די ווערטער, נאָר כּדי ער זאָל מיר טײַטשן דעם טיפֿערן מיין, די צוויי־טײַטשיקייט, די ווערטערשפּילן פֿונעם טעקסט. נאָר אַ ייִד פֿון יענע מקומות, וואָס פֿאַרשטייט יענע צײַטן ווען גאַליציע איז געווען אַ טייל פֿון עסטרײַך־אונגערן, האָט געקענט אַלץ כאַפּן. ער האָט זיך באַצויגן צו אַ טעקסט זייער ערנסט און מיך געוואָרנט, אַז דאָס מוז מען טאָן פּאַמעלעך.

העשעלעס האָט זיך געלעקט די פֿינגער, ווען איך האָב אים געבראַכט אַזוינע מאַטעריאַלן — טשיקאַווע מינהגים, פֿאָלקס־מעשׂיות, פֿאָלקסלידער, הומאָריסטישע פּאַמפֿלעטן. זײַנע פּירושים האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן ייִדישע און נישט־ייִדישע מקורים, וווּלגאַרע גאַסן־וויצן מיט ישיבֿישע חוזק־געמאַטריעס. כאָטש מע האָט אין זײַן אייגן, מער באַלעבאַטישער שטוב אין גלינע קיין סך פֿון די פֿאָלקישע מינהגים נישט געהאַלטן, האָט ער זיי געקענט פֿון די שכנים, בײַ די אָרעמע שיכטן אין שטעטל. אָפֿט זענען זײַנע קאָמענטאַרן מכּוח אַן ענין ווײַט אַוועק פֿון דער טעמע, אָבער תּמיד האָט געהאַלטן דעם צוהערער געשפּאַנט מיט זײַן אַלוועלטלעכן און אַל־ייִדישן וויסן. כּבֿוד זײַן אָנדענק!

שטומע שפּראַך

איך האָב זיך אומגעקוקט, — דערזען אַז האַלב
פֿון מײַנע יאָרן וויאַנען אויף דער שליאַך,
אַז אויף מײַן לעבן גיט זיך אַ פֿאַרמאַך —
פֿון מײַן תּכריך דער ערשטער בלייכער פֿאַלב.

האָב איך זיך אײַנגעקאָרטשעט ווי אַ שוואַלב,
וואָס טרעפֿט נישט מער איר נעסט בײַם סקאָפּ פֿון דאַך:
מיט יוגנט זיך צעשיידט אין שטומער שפּראַך —
ווי קו באַגלייט צום חלף־שניט איר קאַלב.

און עלטער הייבט אָן קריצן מיט געקנייטש
פּה־נטמנס טיף אין הויט פֿון מײַן געזיכט,
און שטופּט צום גרוב, און באַרג־אַראָפּ פֿאַרגיכט
מײַן שנעלן פֿאַל אַהין, וווּ האָר און בײַטש
פֿאַרשוויגן שרײַ און פֿאָך, וווּ צווישן ווענט
פֿון שטילן קבֿר רוּען פֿיס און הענט.