ליטעראַטור

מיכאַיִל דאָלבילאָוו.
דער רוסישער קאַנט, אַ פֿרעמדע אמונה׃
די עטנאָ־קאָנפֿעסיאָנעלע פּאָליטיק
פֿון דער אימפּעריע אין דער ליטע און ווײַסרוסלאַנד אין דער צײַט
פֿון אַלעקסאַנדער דעם צווייטן.
מאָסקווע׃ "נאָוואָיע ליטעראַטורנאָיע אָבאָזרעניע", 2010


ביז לעצטנס האָבן די ייִדישע היסטאָריקער באַטראַכט די געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד ווי אַ מעשׂה פֿאַר זיך, מחוץ דעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון דער עטנישער און רעליגיעזער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אָבער ווי עס קומט אַרויס פֿון די לעצטע פֿאָרשונגען פֿון די רוסישע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה, איז די פּאָליטיק פֿון דער רוסישער מאַכט לגבי ייִדן געווען אַ באַשטאַנדטייל פֿונעם ברייטערן פּאָליטישן און אידעיִשן קאָמפּלעקס, וואָס איר צוועק איז געווען צו "דערנענטערן" אַלע פֿעלקער פֿון דער אימפּעריע צום "עלטערן ברודער", דעם רוסישן פֿאָלק.

דער אַדמיניסטראַטיווער "מערבֿדיקער קאַנט", וואָס האָט געאָגראַפֿיש פֿאַרנומען דעם גרעסטן טייל פֿונעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ, איז געווען באַוווינט דורך פֿאַרשידענע רעליגיעזע און עטנישע עדות. די רוסישע מלוכה האָט געפֿירט לגבי זיי אַ קאָמפּליצירטע פּאָליטיק. אייניקע, ווי למשל די אוקראַיִנער און די ווײַסרוסן, האָט מען געהאַלטן פֿאַר "אייגענע", בעת די אַנדערע — די פּאָליאַקן, די דײַטשן, די ייִדן — זײַנען געווען "פֿרעמד־געבוירענע". ספּעציעל פֿאַר זיי האָט מען געשאַפֿן אַ באַזונדערן "דעפּאַרטאַמענט פֿאַר גײַסטלעכע ענינים פֿון אויסלענדישע אמונות", וואָס האָט געדאַרפֿט רעגולירן דאָס רעליגיעזע לעבן פֿון קאַטויליקער, פּראָטעסטאַנטן, ייִדן און מוסולמענער — אונטערטאַנען פֿונעם רוסישן צאַר.

די ערשטע צען־פֿופֿצן יאָר פֿונעם מלכות פֿון אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, בפֿרט די 1860ער יאָרן, זײַנען געווען די סאַמע ליבעראַלע צײַטן אין דער ייִדישער פּאָליטיק. דאָס האָט צו טאָן נישט נאָר מיטן כאַראַקטער פֿונעם יונגן צאַר, וועלכער האָט באַפֿרײַט די פּויערים און רעפֿאָרמירט די רוסישע אַרמיי און געריכטן, אָבער אויך מיט דער "פּוילישער פֿראַגע".

די רוסישע רעגירונג איז געווען אויסן איבערצוניצעווען די ייִדישע רעליגיע לויטן צענטראַליזירטן ביוראָקראַטישן שטייגער. צוליב דעם האָט מען געשאַפֿן דעם ספּעציעלן אינסטיטוט פֿון "קאַזיאָנע ראַבינער", וואָס האָט געדאַרפֿט קאָנטראָלירן די וויכטיקסטע אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן. עס איז גוט באַוווּסט, אַז קיין אמתן אויטאָריטעט האָבן אָט די ראַבינער אין דער ייִדישער סבֿיבֿה ניט געהאַט, בפֿרט אין די הלכישע ענינים. אויסצושולן די ראַבינער פֿונעם נײַעם מאָדערנעם שניט, וואָס זאָלן זײַן באַהאַוונט סײַ אין דער ייִדישער און סײַ אין דער רוסישער קולטור, האָט די רעגירונג געעפֿנט צוויי סעמינאַרן — אין זשיטאָמיר און אין ווילנע.

די געשיכטע פֿון די דאָזיקע סעמינאַרן איז גוט באַקאַנט אַ דאַנק די פֿאָרשונגען פֿון די ייִדישע היסטאָריקער. אָבער אַ נײַער קוק פֿונעם רוסישן ווינקל איז זייער באַלערעוודיק. ווי עס דערקלערט פּראָפֿעסאָר דאָלבילאָוו, איז דער ציל פֿון די דאָזיקע סעמינאַרן, בפֿרט פֿונעם ווילנער, געווען ניט סתּם אויפֿצוהאָדעווען אַ נײַע ייִדישע אינטעלעקטועלע עליט, נאָר אויך צו מאַכן ייִדן פֿאַר אַ שותּף אינעם קאַמף קעגן די פּאָליאַקן.

דער דאָזיקער צוועק האָט זיך אויסגעדריקט ספּעציעל בולט נאָך דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד פֿון 1863, ווען די רעגירונג האָט באַשלאָסן צו רוסיפֿיצירן דעם גאַנצן צפֿון־מערבֿדיקן קאַנט. אַזוי אַרום זײַנען די ייִדן געוואָרן "אַגענטן" פֿון דער נײַער פּאָליטיק. די מלוכה האָט באַשלאָסן, אַז רוסיש זאָל אין גאַנצן פֿאַרבײַטן דײַטש, ווי די שפּראַך פֿון לערנען. צוליב דעם האָט מען געהייסן איבערצוזעצן דעם חומש און דעם סידור אויף רוסיש, אַנשטאָט צו באַנוצן די דײַטשישע איבערזעצונגען.

אָבער דאָס האָט געשאַפֿן אויך אַ נײַע פּראָבלעם פֿאַר דער רוסישער מאַכט. די נײַע, "ייִדישע" איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, זײַנען נאַטירלעך געווען אַנדערש פֿון דער קאַנאָנישער קריסטלעכער איבערזעצונג, וואָס איז אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן דורך דער פּראַוואָסלאַוונער קירך. אַזוי אַרום זײַנען די ייִדישע אויסטײַטשונגען פֿונעם תּנ״ך און אַנדערע רעליגיעזע אידעען געוואָרן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטערן רוסישן עולם, וואָס האָט באַאומרויִקט די קריסטלעכע מאַכט.

די רוסישע באַאַמטע, וואָס זײַנען געשיקט געוואָרן פֿון פּעטערבורג קיין ווילנע, דורכצופֿירן דאָרט די נײַע פּאָליטיק פֿון רוסיפֿיקאַציע, האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך אַ גאַנץ נײַע וועלט פֿון ייִדישקייט, מיט אייגענע מנהגים, קולטור, רעליגיעזע טראַדיציעס און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס. עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דווקא די ייִדן זײַנען געווען די אמתדיקע באַלעבאַטים פֿונעם קאַנט. קיין אַנדער עטנישע אָדער רעליגיעזע עדה האָט ניט פֿאַרמאָגט אַזאַ שטאַרקע און אַנטוויקלטע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, ווי די "ייִדישע מלוכה", ווי עס האָבן עס גערופֿן די רוסישע ביוראָקראַטן.

פֿון איין זײַט, האָבן די נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע רוסישע ביוראָקראַטן באַטראַכטן די ייִדן ווי אַ סכּנה, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן זיי געהאַלטן, אַז אָן דער ייִדישער שטיצע וועלן זיי ניט זײַּן בכּוח צו באַקעמפֿן די פּאָליאַקן — דעם הויפּט־שׂונא זייערן. די דאָזיקע סתּירותדיקייט האָט באַווירקט די פּראַקטישע פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג לגבי די ייִדן אין ווילנע. מען האָט געוואָלט אויסנוצן די ייִדן, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די רוסישע קולטור, אָבער דערבײַ האַלטן זיי ווײַט פֿון דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג.

די רוסישע מאַכט האָט שטאַרק מורא געהאַט, אַז אַפֿילו "די קריסטלעכע קבֿרים וועלן ווערן דאָ פֿאַרייִדישט", ווי עס האָט זיך מעטאַפֿאָריש אויסגעדריקט פּיאָטר בעסאָנאָוו, דער קריסטלעכער דירעקטאָר פֿונעם ווילנער ראַבינער־סעמינאַר. אָבער צווישן די מאָסקווער נאַציאָנאַליסטן האָט בעסאָנאָוו קונה שם געווען ווי דער "ליבהאָבער פֿון זשידעס", און מען האָט אים גאָר גיך באַזײַטיקט פֿון זײַן אַמט.

די ייִדישע פּאָליטיק פֿון דער צאַרישער אימפּעריע איז געווען אַ געמיש פֿון פּראַקטישע אַדמיניסטראַטיווע מאָסמיטלען און אידעאָלאָגישע — צומאָל, מיסטישע, השׂגות. אין דעם שטעקט דער וואָרצל פֿון איר סתּירותדיקייט׃ צו רוסיפֿיצירן די ייִדן, אָבער דערבײַ ניט צולאָזן, אַז די ייִדן זאָלן "פֿאַרייִדישן" די אַנדערע. סוף־כּל־סוף, איז די מורא פֿאַר דער ייִדישער מאַכט געוואָרן שטאַרקער, און דאָס האָט גורם געווען דעם אַנטי־ייִדישן קער אין דער רוסישער פּאָליטיק לגבי ייִדן, וואָס איז פֿאָרגעקומען נאָכן יאָר 1881.