ליטעראַטור

Edmund deWaal.
The Hare with Amber Eyes:
A Hidden Inheritance.
London: Chatto & Windus, 2010.


דער נאָמען עפֿרוסי איז אַ מאָל געווען ווײַט באַקאַנט אין אָדעס. איסאַק באַבעל האָט זיי אָנגערופֿן "פֿילאָסאָפֿישע הולטײַען, באַשעפֿער פֿון רײַכטימער און פֿון אָדעסער אַנעקדאָטן" — צוזאַמען מיט די העסענס און די אַשכּנזיס, די ייִדישע סוחרישע משפּחות, וואָס זײַנען געקומען פֿון וואָלין, פּאָדאָליע און גאַליציע און האָבן געמאַכט גרויסע פֿאַרמעגנס פֿון תּבֿואה־האַנדל.

די עפֿרוסיס זײַנען אַריבער קיין אָדעס פֿון בערדיטשעוו אינעם מיט־19טן יאָרהונדערט, פּונקט אין דער צײַט פֿון דער ירידה פֿון בערדיטשעווער האַנדל און פֿונעם אויפֿקום פֿון אָדעס. די 1860ער יאָרן זײַנען געווען זייער אַ גוטע צײַט פֿאַר ייִדישע סוחרים אין אָדעס. ווי רוסישע בירגער, האָבן זיי באַקומען געוויסע פּריווילעגיעס און האָבן געקאָנט אַרויסשטויסן זייערע גריכישע, איטאַליענישע און פֿראַנצויזישע קאָנקורענטן פֿונעם סאַמע לוינעוודיקן מין האַנדל, דעם תּבֿואה־עקספּאָרט. אַ ראַיה געפֿינט מען ווידער בײַ באַבעלן, וועלכער דערמאָנט, אַז עפֿרוסי פֿאַרקויפֿט תּבֿואה קיין מאַרסעל.

אָבער אָדעס איז געווען צו קליין פֿאַר עפֿרוסיס אַמביציעס. זיי האָבן געוואָלט נאָכיאָגן און איבעריאָגן די ראָטשילדס, און גאָר אין גיכן האָבן זיי אַריבערגעפֿירט זייערע פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס קיין פּאַריז און ווין. אין ביידע אייראָפּעיִשע הויפּטשטעט האָט מען אויפֿגעבויט פּרעכטיקע פּאַלאַצן. אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר אויפֿגעקומענע גבֿירים, האָבן די עפֿרוסיס אָנגעפֿילט זייערע נײַע וווינונגען מיט כּל־טובֿ׃ אַנטיקוואַר־מעבל, טײַער געשיר, אַלטע בילדער. צווישן די שיינע קונסטווערק, וואָס האָבן באַפּוצט דעם פּאַריזער פּאַלאַץ, איז געווען אַ זאַמלונג פֿון 264 נעצקעס — קליינטשיקע יאַפּאַנישע פֿיגורקעס, געשניטן פֿון העלפֿאַנד־ביין אָדער האַרטן האָלץ. דאָס איז געווען די צײַט, ווען די יאַפּאַנישע קונסט איז פּונקט אַרײַן אין דער מאָדע אין פֿראַנקרײַך, און איז געווען אַ סימן פֿון אַ גוטן געשמאַק.

אָט די דאָזיקע זאַמלונג איז דער הויפּט־העלד פֿונעם פֿאַרכאַפּנדיקן בוך וועגן דער משפּחה עפֿרוסי. דער מחבר עדמונד דע וואַל שטעלט זיך פֿאָר גאַנץ באַשיידן ווי אַ "טעפּער"; אָבער אין דער אמתן, איז ער אַ באַקאַנטער קינסטלער, וואָס אַרבעט מיט פּאָרצעלאַן, און דערצו נאָך אַ פּראָפֿעסאָר אין איינעם פֿון די לאָנדאָנער אוניווערסיטעטן. ער פֿאַרמאָגט אַ שאַרף אויג און חוש פֿאַר קליינע פּרטים, און דערצו נאָך האָט ער אַ ספּעציעלן דערציילערישן טאַלאַנט׃ "מען נעמט אַרויס אַ חפֿץ פֿון קעשענע, מען שטעלט אים אַוועק אַנטקעגן זיך, און מען הייבט אָן. מען הייבט אָן צו דערציילן אַ מעשׂה".

עדמונד דע וואַל שטאַמט פֿונעם ווינער צווײַג פֿון דער עפֿרוסי־משפּחה, און זײַן בוך איז אַ פּועל־יוצא פֿון עטלעכע יאָר אַרבעט אין פֿאַרשידענע עפֿנטלעכע און פּריוואַטע אַרכיוון און ביבליאָטעקן. די מעשׂיות, וואָס ער דערציילט, ברענגען צונויף מענטשן און חפֿצים. ער מאָלט טיפֿע פּסיכאָלאָגישע כאַראַקטערן פֿון פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון זייער אַרום, פֿון זייערע צימערן, פּאַלאַצן, ווילאַס.

די עפֿרוסיס האָבן קיין מאָל זיך ניט אויסגעגלײַכט מיט די ראָטשילדס. זייער פֿאַרמעגן איז געגאַנגען לאיבוד בעתן חורבן, און די משפּחה איז געוואָרן צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט. זייער גאָלדענע תּקופֿה איז פֿאַרבליבן אין דער צײַט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען די עפֿרוסי־באַנק איז געשטאַנען פֿעסט אויף די פֿיס, און מען האָט געהאַט גענוג געלט צו לעבן אויפֿן הויכן גאַנג. איינער פֿון די פּאַריזער עפֿרוסיס, שאַרל, האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ מומחה אין קונסט; ער האָט זיך געחבֿרט מיט באַרימטע אימפּרעסיאָניסטן —דעגאַ, מאַנע, רענואַר. אמת, די דאָזיקע חבֿרשאַפֿט האָט געדויער נאָר ביז 1893, ווען דער דרײַפֿוס־ענין האָט געשפּאָלטן די פֿראַנצויזישע געזעלשאַפֿט, און ס׳רובֿ קינסטלער האָבן זיך געפֿונען אויפֿן אַנטיסעמיטישן צד. שאַרל עפֿרוסי איז אויך געווען גוט באַקאַנט מיטן שרײַבער מאַרסעל פּרוסט, און האָט געדינט ווי איינער פֿון די צוויי פּראָטאָטיפּן פֿאַר סוואַן, דעם צענטראַלן פּערסאָנאַזש פֿון פּרוסטס ראָמאַן "אין זוכעניש פֿון דער פֿאַרלוירענער צײַט".

די טעמע פֿון ייִדישקייט און אַנטיסעמיטיזם שנײַדט דורך דאָס גאַנצע בוך. סײַ די פּאַריזער, סײַ די ווינער עפֿרוסיס זײַנען געווען טיף אַסימילירט און האָבן ניט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער קהילה. אָבער ניט געקוקט אויף זייער עשירות און זייער סאָציאַלן סטאַטוס, זײַנען זיי קיין מאָל ניט אָנגענומען געוואָרן ווי גלײַכע אין דער "איידעלער" געזעלשאַפֿט. אין ווין, למשל, איז עס געווען אין גאַנצן ניט מעגלעך פֿאַר אַ קריסטלעכער פֿרוי צו באַזוכן ייִדישע הײַזער, אַפֿילו מיט איר מאַן. די אומבאַווײַבטע מענער האָבן דווקא יאָ געפֿירט אַ פֿרײַנדשאַפֿט מיט ייִדן, אָבער נאָר ביז דעם מאָמענט, ווען זיי האָבן חתונה געהאַט.

ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן די עפֿרוסיס, ווי צענדליקער אַנדערע ייִדישע גבֿירישע משפּחות, געלעבט אין אַ חלום־וועלט. דער דאָזיקער חלום איז אויסגעגאַנגען נאָכן אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אין 1914, ווען עסטרײַך און פֿראַנקרײַך זײַנען פּלוצעם געוואָרן בלוט־שׂונאים. דער נײַער דור עפֿרוסיס האָט שוין געדאַרפֿט זוכן אַנדערע וועגן אין דער וועלט. איצט איז מאָבילקייט געווען וויכטיקער פֿון סטאַבילקייט׃ אַ גוטע פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג, שפּראַך־קענטענישן און פּערזענלעכע קאָנטאַקטן. אַ דאַנק דעם, האָבן די יונגע עפֿרוסיס געקענט געפֿינען פֿאַר זיך אַ מקום־מקלט לעבֿר־הים, ווען די צײַטן זײַנען געוואָרן גאָר שלעכטעד.

די נעצקע־זאַמלונג איז אַריבער פֿון איין משפּחה־צווײַג צו אַן אַנדערן, פֿון פּאַריז קיין ווין. די קריסטלעכע דינסט האָט אָפּגעהיט די קאָלעקציע, ווען דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס איז ״אַריאַניזירט״ געוואָרן דורך די נאַציס אין 1938. מיט צען יאָר שפּעטער האָט זי אומגעקערט דעם איינציק־געבליבענעם אוצר צו די באַלעבאַטים אין לאָנדאָן. סוף־כּל־סוף, האָט זיך די זאַמלונג אומגעקערט קיין יאַפּאַן, וווּ עס האָט זיך נאָך דער מלחמה באַזעצט דעם מחברס פֿעטער. נאָך זײַן טויט האָט דער מחבר געירשנט די נעצקעס, און דאָס האָט אים באַגײַסטערט צו שרײַבן אַ בוך וועגן זײַן משפּחה.

די קליינטשיקע יאַפּאַנישע פֿיגורקעס איז אַ שליסל־מעטאַפֿאָר צו דעם גאַנצן בוך. זיי זײַנען ענלעך צו פֿאַרשידענע משפּחה־מיטגלידער, יעדער איינער מיט זײַן אייגענער אויפֿפֿירונג, אייגנשאַפֿטן און אַן אייגענעם גורל. אַזוי ווי די משפּחה עפֿרוסי און אַנדערע ייִדישע משפּחות, האָבן די נעצקעס געוואַנדערט איבער דער וועלט. און די זאַמלונג איז דער איינציקער גליד — אי סימבאָליש, אי מאַטעריעל — וואָס פֿאַרבינדט די גאָלדענע תּקופֿה, ווען דער נאָמען עפֿרוסי האָט געקלונגען הויך — פֿון בערדיטשעוו און אָדעס ביז פּאַריז און ווין — מיטן הײַנט, ווען דער דאָזיקער נאָמען איז בלויז אַ פֿוסנאָטע צו באַבעלס ווערק.