ליטעראַטור

Samuel Heilman and Menachem Friedman.
The Rebbe: The Life and Afterlife
of Menachem Mendel Schneerson.
Princeton University Press, 2010.


אין אַ שיינער מעשׂה "אַ שקלאָווער לבֿנה אויף אַרבאַט" דערציילט דער סאָוועטישער ייִדישער שרײַבער שמואל גאָדינער די לעבנס־געשיכטע פֿון אַן עלטערן ליובאַוויטשער חסיד, וואָס פֿאַרקויפֿט פּאַפּיראָסן אויף דער מאָסקווער גאַס. דער חסיד דערמאָנט זײַן באַזוך בײַם רבין, וואָס איז אָקערשט אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין ריגע׃ "רבי, — זאָג איך צו אים, — מאָסקווע פֿאַרלאַנגט איר זאָלט דאָ בלײַבן, מיר זאָלן ניט זײַן אָפּגעשיידט פֿון אײַך. ענטפֿערט ער מיר׃ — זאָג מאָסקווע, אַז איך וויל זיי זאָלן זײַן מיט מיר. גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט."

די דאָזיקע דערציילונג איז אָנגעשריבן געוואָרן אין 1928, גלײַך נאָך דעם אַרעסט און עמיגראַציע פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבי, ר׳ יוסף יצחק. דאָס איז געווען די צײַט, ווען אַ סאָוועטישער שרײַבער האָט נאָך געמעגט דערמאָנען אַזעלכע ענינים אין דרוק, און דערצו נאָך מיט אַן איראָנישן שמייכל. דעם רבינס ווערטער, "גשמיות איז בלאָטע און אין רוחניות איז ניט שײַך אָפּגעשיידט", פֿאַרסך־הכּלען די אידעע, וואָס וועט שפּעטער ווערן דער יסוד סײַ פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע, סײַ פֿון דער פּראַקטישער טעטיקייט פֿון דער חב״ד־באַוועגונג.

די מחברים פֿון דער ערשטער קריטישער ביאָגראַפֿיע פֿון דעם לעצטן (זיבעטן) ליובאַוויטשער רבי מנחם־מענדל שניאורסאָן האַלטן, אַז דווקא אָט די געצוווּנגענע עמיגראַציע, ווען דער רבי האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זײַנע חסידים אין דער צײַט פֿון צרות און רדיפֿות מצד דער סאָוועטישער מלוכה, איז געווען דער אָנהייב פֿון דער נײַער תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון חב״ד.

אין יענער צײַט איז דער חב״ד געווען ווײַט ניט קיין זייער גרויסע און שטאַרקע חסידישע שיטה אין מיזרח־אייראָפּע, ניט צו פֿאַרגלײַכן מיט די גערער אָדער אַלעקסאַנדרער חסידים. אָבער ביז 1928 איז דער רבי יוסף־יצחק געווען דער איינציקער חשובֿער חסידישער רבי, וואָס איז נאָך פֿאַרבליבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; און בהדרגה איז ער געוואָרן די צענטראַלע פֿיגור פֿונעם פֿרומען ייִדנטום אינעם לאַנד. נאַטירלעך, האָט די סאָוועטישע מאַכט ניט געקענט טאָלערירן זײַן טעטיקייט, און נאָך אַ קורצן אַרעסט, זומער 1927, און אַ פֿיבערישער דיפּלאָמאַטישער אַקטיוויטעט הינטער די קוליסן, האָט ער באַקומען אַ דערלויבעניש צו פֿאַרלאָזן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט זײַן משפּחה און די סאַמע נאָענטע אַנשי־שלומנו.

צוזאַמען מיט יוסף יצחק איז אַרויסגעפֿאָרן זײַנער אַ קרובֿ, מנחם־מענדל שניאורסאָן. די אומשטאַנדן פֿון דעם אַרעסט און דער עמיגראַציע וואַרטן נאָך אויף אַ פֿאָרשער, וואָס וועט האָבן צוטריט צו די דאָקומענטן פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי. אָבער לעת־עתּה דאַרף מען זיך פֿאַרלאָזן אויף זכרונות און אויף דער אָפֿיציעלער היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון חב״ד, וואָס האָט אַ קנאַפּן אינטערעס אין די היסטאָרישע פֿאַקטן.

אָבער אַפֿילו די ווײַט ניט קיין פֿולע היסטאָרישע רעקאָנסטרוקציע פֿון די יוגנט־יאָרן פֿונעם רבי מנחם־מענדל, וואָס מען געפֿינט אינעם בוך פֿון שמואל העלמאַן און מנחם פֿרידמאַן, מאָלט אויס אַ טשיקאַווע געשטאַלט. דער יונגער מנחם־מענדל, וואָס האָט אין אַ פּאָר יאָר אַרום נאָך זײַן עמיגראַציע חתונה געהאַט מיט דעם פֿינפֿטן רבינס טאָכטער מוסיע (חיה־מושקע), איז געווען ווײַט ניט קיין טיפּישער חסידישער יונגערמאַן.

הגם ער האָט געשטאַמט פֿון דער סאַמע זעמל־מעל פֿון חב״ד, האָט ער זיך קיין מאָל ניט געלערנט אין אַ ישיבֿה. אַנשטאָט דעם, האָט ער באַזוכט לעקציעס פֿון מאַטעמאַטיק און פֿיזיק; צוערשט, אין יעקאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניעפּראָפּעטראָווסק אין אוקראַיִנע), וווּ זײַן פֿאָטער איז געווען אַ רבֿ, און שפּעטער — אין בערלין. אָבער קיין מאַטריקולירטער סטודענט אין בערלינער אוניווערסיטעט האָט ער ניט געקאָנט ווערן, ווײַל ער האָט ניט געהאַט קיין אַטעסטאַט פֿון אַ מיטל־שול. אין פּאַריז, וווּ ער האָט זיך אַריבערגעקליבן אין 1933, האָט ער יאָ באַקומען אַ מעגלעכקייט צו שטודירן אין אַ רעגולערער טעכנישער הויכשול, און סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַן אינזשעניר.

ווי עס קומט אַרויס פֿונעם באַריכט וועגן שניאורסאָנס לעבן פֿאַר דער מלחמה, האָבן סײַ ער און סײַ זײַן פֿרוי געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו חסידות. אויף די פֿאָטאָס האָבן זיי ביידע אַ גאָר וועלטלעכן אויסזען (זײַן באָרד איז אַפֿילו אונטערגעשוירן). זייערע בערלינער און פּאַריזער דירות זײַנען געווען ווײַט פֿון די ייִדישע געגנטן, און קיינער דערמאָנט ניט, אַז מנחם־מענדל זאָל אַמאָל פֿאַרברענגען צווישן די חסידים.

אַוודאי איז ער געווען פֿרום און האָט ניט באַזוכט לימודים אום שבת. דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק פֿלעגט קומען אויף יום־טובֿים צו דעם שווער קיין ריגע, און דווקא דער שווער, דער ליובאַוויטשער רבי, האָט באַצאָלט זײַן איידעמס שׂכר־לימוד און אַנדערע הוצאָות אין בערלין און פּאַריז. עס שאַפֿט זיך אַן איינדרוק, אַז ווען ניט די מלחמה און די צווייטע עמיגראַציע קיין אַמעריקע, וואָלט מנחם־מענדל שניאורסאָן פֿאַרבליבן אין פֿראַנקרײַך און געמאַכט אַ קאַריערע ווי אַן אינזשעניר אָדער אַן אונטערנעמער.

די מחברים פֿון דער ביאָגראַפֿיע טענהן, אַז דער חורבן און די עמיגראַציע האָבן אין גאַנצן איבערגעקערט מנחם־מענדלס לעבן. די גאַנצע וועלט זײַנע איז געלעגן אין חורבֿות. די איינציקע האָפֿענונג וואָס איז אים פֿאַרבליבן, איז געווען — משיחס קומען, וואָס וועט ברענגען די גאולה. און דווקא אין אָט דעם קריטישן מאָמענט איז זײַן וועלטלעכע דערפֿאַרונג אים צו נוץ געקומען.

די אַלטע טראַדיציאָנעלע מיטלען פֿון אונטערהאַלטן און פֿאַרשפּרייטן חסידות זײַנען ניט געווען פּאַסיק פֿאַר אַמעריקע, און מנחם־מענדל האָט ראַדיקאַל געביטן דאָס פּנים פֿון דעם חב״ד. ער ווערט אַקטיוו פֿאַרטאָן אין דער פּאָליטיק און אין די עפֿנטלעכע עסקים. וועגן יעדן ענין האָט ער אַ קלאָרע פּאָזיציע. אָבער, דער עיקר, איז געוואָרן — דער נײַער מין משיחיזם, וואָס האָט באַקומען אַ פּראַקטישע אָרגאַניזאַציע. די שליחים, וואָס זייער צוועק איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן דעם חב״דישן נוסח ייִדישקייט איבער אַלע תּפֿוצות־ישׂראל, זײַנען געוואָרן די שרײַפֿעלעך און רעדערלעך פֿונעם ריזיקן מעכאַניזם. די ישיבֿות, פֿריִער דער סאַמע וויכטיקער טייל פֿון חב״ד־חסידות, זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין שולן פֿאַר צוגרייטן די שליחים.

אונטער מנחם־מענדלס פֿירערשאַפֿט האָט חב״ד ראַדיקאַל געביטן די באַציִונג צום ציוניזם, וואָס איז פֿריִער געווען גאַנץ נעגאַטיוו. איצט איז דער חב״ד געוואָרן אַן אַקטיווער שפּילער אויף דער פּאָליטישער בינע סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין ישׂראל. מנחם־מענדל האָט אָנגעפֿירט מיט דער וואַקסנדיקער חב״ד־באַוועגונג ווי אַ געניטער אינזשעניר. ער האָט באַנײַט די אַלטע מעכאַניזמען און געמאַכט נײַע, אין הסכּם מיט מאָדערנע סטאַנדאַרטן. אַפֿילו נאָך זײַן פּטירה לויפֿט די מאַשין פֿאָרויס אויף אַלע כּלים, געטריבן דורך "רוחניות", אַ מין גײַסטלעכע עלעקטריע.