- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כּמעט די אַלע מאַטעריאַלן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן איבערצושיקן קיין אויסלאַנד, מיט דער הילף פֿון אלי וויזעל; און אין 1985 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַשינגטאָן מײַן "וועגווײַזער איבער ירושלים ד’ליטא". כ’האָב געהאָפֿט, אַז אויב אַן אַמעריקאַנער טוריסט וועט קומען אויף אַ באַזוך אין ווילניוס, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער ליטע, און זיך אַרײַנדרייען אין עפּעס אַן אַלטן הויף אָדער אַלט געסל, זאָל ער וויסן, ווער און ווען ס’האָט דאָרט געוווינט פֿון די אַמאָל־באַקאַנטע איבער דער וועלט ייִדישע פּערזענלעכקייטן. ווינטער אין תּל־אָבֿיבֿ. מאָסקווע, אַרגאָ־ריסק, 2011 אין ווינטער אַנטפּלעקט זיך דער אמתדיקער, תּוכיקער כאַראַקטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי לייענט מען אינעם נײַעם בוך פֿונעם רוסיש־ישׂראלדיקן מחבר דמיטירי דייטש׃ "תּל־אָבֿיבֿ מאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי שטייט אויף דער ערד, אויפֿן פֿעטן, סאַמאָראָדנעם, נאַטירלעכן שוואַרצבאָדן. אָבער די אַלטגעזעסענע תּושבֿים פֿון דער שטאָט ווייסן׃ דאָס איז אַ ליגן. מען האָט אויפֿגעבויט תּל־אָבֿיבֿ אויף דעם נאַסן פּאַלעסטינער זאַמד, און זי איז ענלעך צו אַ מענטש, וואָס דאָס גאַנצע לעבן זײַנס גייט ער אויף די שפּיץ־פֿינגער, כּדי אויסצוזען העכער." די ווינטערדיקע שטאָט תּל־אָבֿיבֿ איז דער הויפּט־העלד פֿון אַ חצי־מאה מיניאַטורן, וואָס זײַנען אַרײַן אין דייטשס קורצן זאַמלבוך. די אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿון די קורצע מעשׂיות־משלים זײַנען די "אַלטגעזעסענע תּושבֿים" פֿון דער שטאָט, וואָס קענען איר טבֿע. דאָס זײַנען דער פֿערצן־יעריקער בחור גבי, די לערערין רבֿקה, דער משוגענער מר כּהן, דער רוסישער עולה שמעון, די יונגע פֿרויען רחל און יעל, און רן, דער צווייטלינג פֿונעם דערציילער. ווען מען פֿאַרענדיקט לייענען דאָס בוך, פֿאַרשטייט מען, אַז אָט די איינצלנע מעשׂיות בילדן אַ מין ראָמאַן, וואָס באַשטייט פֿון עפּיזאָדן, און דער לייענער אַליין קאָן שוין אויספֿילן די בלויזן.
אויפֿגעקומענע פֿון אַש. די דאָזיקע פּובליקאַציע ברענגט צוריק צום לעבן אַ ווערטפֿול בוך, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט בלויז אין אַ געציילטער צאָל עקזעמפּליאַרן. דאָס בוך "קאַטשאַנאָווקע" איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1934 אינעם צענטראַלן סאָוועטישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג "גיכל" און איז געווען גאַנץ "כּשר" פֿונעם דעמאָלטיקן סאָוועטישן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. "קאַטשאַנאָווקע" געהערט צו דעם זשאַנער פֿון ליטעראַטור פֿאַר יונגע לייענער, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער קולטור. אַ היפּשע צאָל פֿון די מחברים אינעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען געווען ייִדן, אַזעלכע ווי רוּווים פֿרײַערמאַן, דובֿ־בער לעווין, אַלכּסנדרע ברושטיין. זייערע העלדן, ייִדישע און ניט־ייִדישע, האָבן געדינט ווי מוסטער־פֿיגורן פֿאַר דעם נײַעם סאָוועטישן דור קינדער. זיי האָבן געהאָלפֿן זייערע עלטערן, זיך גוט געלערנט אין שול, אָבער, דער עיקר, זיי זײַנען געווען באַוווּסטזיניקע קעמפֿער פֿאַר סאָציאַליסטישע אידעאַלן און געטרײַע רעוואָלוציאָנערן. אַ שמועס מיט דער ישׂראלדיקער-אַמעריקאַנער קינסטלערין יעל קאַנאַרעק יעל קאַנאַרעק איז אַ מולטי-דיסציפּלינירנדיקע קינסטלערין, ווי מע רופֿט עס הײַנט. זי איז אַ מאָלערין, אַ סקולפּטאָרין, אַ מחברטע, זי שאַפֿט דיגיטאַלע קונסט, ווידעאָ-קונסט און נאָך און נאָך. צווישן די זאַכן, וועלכע אינטערעסירן זי צום מערסטנס, איז אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט שפּראַך. די ערשטע דרײַ יאָר פֿון איר לעבן האָט זי געוווינט אין אַמעריקע — קען זי ענגליש; דערנאָך האָט מען זי געבראַכט קיין ישׂראל, איז זי אַריבער אויף העברעיִש; מיט 20 יאָר שפּעטער איז זי געקומען צוריק אין אַמעריקע און צום ענגליש. ווייסט זי עפּעס וועגן שפּראַך־ ענדערונגען און זייערע קאָמפּליקאַציעס. אָבער זי דריקט אויס איר אינטערעס צו דער שפּראַך-טעמע, בעיקר, דורך איר קונסט. יעל קאַנאַרעקס ביאָגראַפֿיע הייבט זיך אָן אין איסט-ווילעדזש אין מאַנהעטן, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ישׂראלדיקער מאַמען און אַן אַמעריקאַנער ייִדישן טאַטן. אירע עלטערן האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, בשעת דער טאַטע איז געווען אויף איינעם פֿון זײַנע אָפֿטע באַזוכן אין לאַנד. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ציוניסטיש־מאָטיווירטער היים, און די משפּחה האָט שטענדיק פּראָבירט זיך אַריבערצוקלײַבן אין ישׂראל, נאָך פֿון די 30ער יאָרן.
די עטנישע אָנגעהעריקייט פֿון דער שרײַבערין און קינסטלערין קאַרינע אַרוטיונאָוואַ לאָזט זיך ניט לײַכט דעפֿינירן. אַ טאָכטער פֿון אַן אַרמענישן פֿאָטער און אַ ייִדישער מוטער, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער קיִעווער געגנט פּאָדאָל און אין 1994 איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. שרײַבן שרײַבט זי אויף רוסיש, אָבער וווינען וווינט זי צווישן תּל–אָבֿיבֿ און קיִעוו, צוויי צענטערס פֿונעם רוסישן קולטורעלן "גלות". אירע ביכער גייען אַרויס אין מאָסקווע, אָבער אין אַרמעניע האַלט מען זי אויך פֿאַר אַן אייגענע. אין מײַן בוך Yiddish in the Cold War ציטיר איך דעם מעמאָראַנדום, וועלכן עס האָט אין יוני 1971 אָנגעשריבן דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק. אין פֿעברואַר 1972 וועט מען אים אויסשליסן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווײַל נאָוויקס "נאַציאָנאַליזם" האָט ניט געפּאַסט דער פּאַרטיי-פֿירערשאַפֿט. צו יענער צײַט איז "מאָרגן-פֿרײַהייט" שוין געווען אַ קריטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון זײַן פּאָליטיק לגבי ישׂראל. אָט וואָס נאָוויק האָט דעמאָלט געשריבן (איך זעץ עס איבער פֿון ענגליש — דער שפּראַך פֿון דעם מעמאָראַנדום, אַדרעסירט צו די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פֿירער): "אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1929 האָט ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ צוזאַמען מיט פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געפֿונען אין אַ קריזיס אין שײַכות מיט די דעמאָלטיקע אומרוען אין פּאַלעסטינע. מיר האָבן זיך ביטער צונויפֿגעשטויסן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. […] מיר האָבן טײַער באַצאָלט פֿאַר אונדזער פּאָזיציע, פֿאַרלוירן זייער אַ סך אונדזערע לייענער און אָפּגעשוואַכט אונדזער אָנשפּאַר אין די מאַסן."
די באַקאַנטע מעטאַפֿאָר פֿון אַמעריקע ווי אַ שמעלצטאָפּ פֿון פֿאַרשידענע עמיגראַנטישע שבֿטים, שטאַמט פֿון דער פּיעסע פֿונעם בריטיש־ייִדישן דראַמאַטורג ישׂראל זאַנגוויל. די פּיעסע דערציילט וועגן אַ ליבע־געשיכטע צווישן אַ קעשענעווער ייִדישן מיידל און דעם זון פֿון אַ רוסישן פּאָגרמאָשטשיק, וואָס געפֿינען זייער גליק מעבֿר־לים אין אַמעריקע. אַזאַ מין מעשׂה קאָן זיך טרעפֿן נאָר אין דער נײַער וועלט, וווּ אַלע אימיגראַנטן ווערן געבוירן פֿון דאָס נײַ, ווי אַמעריקאַנער. אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ," וואָס געפֿינט זיך אויף דער 4טער גאַס, צווישן 2טער און 3טער עוועניוס אין מאַנהעטן, שפּילט מען איצט "דער גולם!" דער טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" איז אַדורך אַ גרויסן רעמאָנט. די געבײַדע האָט טאַקע אונטער זיך אַ ריזיקע פֿאַרגאַנגענהייט. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט דאָ געהויזט דאָס ערשטע ייִדישע טעאַטער אין ניו־יאָרק. דאָ האָט מען געשפּילט אין יענע יאָרן גאָלדפֿאַדענס "די מכשפֿה," מיטן אָנטייל פֿון גאָר יונגינקן באָריס טאָמאַשעווסקין. אַזוי, אַז ווען דאָס טעאַטער וואָלט געקענט רעדן, וואָלט עס זיך געטיילט מיט אונדז און געשילדערט די ערשטע טריט און די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער; און דאָס קען מען שוין נישט רעמאָנטירן. יענע צײַטן זײַנען שוין לאַנג פֿאַרבײַ. דאָ האָט מען געשטעלט אַלערליי מוזיקאַלישע, דראַמאַטישע און מסתּמא אויך שונד. דאָס מאָל האָט זיך באַוויזן אַ טרופּע שטריקל־ציִער, אַ מאַריאָנעטן־טעאַטער, וואָס האָט געהאַט בדעה אויסצושפּילן די לעגענדע פֿונעם גולם, וואָס מען האָט בײַ אונדז צוגעשריבן צום מהר״ל (לוי־יהודה בן־בצלאל), וועלכער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ בעל־המופֿת (אַ וווּנדער־רבי). זײַן געבורטשײַן לאָזט אונדז וויסן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1515 אין פּויזן, און געשטאָרבן איז ער אין פּראָג, אין יאָר 1609. דער זעלביקער מהר״ל האָט אויך געהאַלטן פֿון לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿט, באַזונדערס אַסטראָנאָמיע און געאָגראַפֿיע. אין זײַן ספֿר "נתיבֿות־עולם," זאָגט ער בפֿירוש, אַז ייִדן דאַרפֿן לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿטן. דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער, איז אַוועק אין דער אייביקייט, אין עלטער פֿון 90 יאָר, צירל "ציפּ" וואַצלעצקי; אַ נאָוואַטאָרישע קינסטלערין וואָס האָט אין גאַנצן איבערגעמאַכט און אויפֿגעלעבט די קונסט פֿון ייִדישער פּאַפּירשניטערײַ. אירע צייכענונגען, בילדער און פּאַפּירשניטן האָט מען געזען אין אַ גרויסער צאָל ייִדישע קינדערביכער, קינדער־זשורנאַלן און אויף די הילעס פֿון די ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער. אַזוי פֿאַרשפּרייט איז געווען איר קונסט, אַז ס׳רובֿ מענטשן האָבן זיך נישט געכאַפּט, אַז דאָס איז איר קונסט אויף די פּאָפּולערע געזאַנגביכער פֿון די מלאָטעקס, אָדער אין די פֿאַרשפּרייטע לערנביכער פֿון "אַרבעטער-רינג" ווי "ייִדישע קינדער", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין עטלעכע אויפֿלאַגעס. צירל וואַלעצקי איז אויפֿגעוואַקסן אין דער סבֿיבֿה פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט", איינע פֿון די ייִדישע וועלטלעכע פֿאָלקשול־נעצן, וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. כאָטש אַלע פֿאָלקשולן זענען געווען פּאָליטיש "ראַדיקאַל", דערנאָך "פּראָגרעסיוו", האָבן די שולן פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט" געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, און ווייניקער אַרויסגעהויבן די פּאָליטיק. וואַלעצקי איז קודם געווען אַ תּלמידה אין די פֿאָלקשולן, דערנאָך זיך געלערנט אין דער מיטלשול פֿונעם "אינסטיטוט", און ווײַטער זיך געלערנט אין די העכערע קורסן. אין די 1930ער יאָרן האָט זי זיך באַטייליקט אין דער "שלום-עליכם-יוגנט-געזעלשאַפֿט", אַ קלוב, וואָס האָט אַרויסגעגעבן שריפֿטן און געשאַפֿן אַ יונגע ייִדישיסטישע סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. אָבער מיר וועלן אַלע געדענקען: אָט די שיינע מיט די שיינע האָר — ווײַל די פֿרײַנדשאַפֿט וועט קיינמאָל ניט לאָזן אונדזער האַרץ צו פֿאַרגעסן. אַ ליבע פֿאַרהייליקט אין בלוט וועסט זיך אומקערן צו זײַן צווישן אונדז און בליִען. אָט די ווערטער פֿון "שיר הרעות" (דאָס ליד פֿון פֿרײַנדשאַפֿט) פֿון דעם העברעיִשן דיכטער חיים גורי, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, סימבאָליזירן אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ישׂראל די ווערטן פֿון "דור תּש״ח". דער דור וואָס האָט געקעמפֿט סײַ קעגן די ענגלענדער, סײַ קעגן די אַראַבער און סײַ (ווען עס רעדט זיך וועגן פּלמ״חניקעס) קעגן די ייִדן פֿון די אַנדערע ציוניסטישע פֿראַקציעס; יענער דור האָט אויך געגרינדעט מדינת-ישׂראל. אָבער וואָס געשעט מיט יאָרן שפּעטער, ווען מע עלטערט זיך, און מע קריכט אַראָפּ "פֿון דער בינע"; ווען מע פֿאַרגעסט אין דיר און אין די דערגרייכונגען פֿון דײַן דור? די יונגע הייבן אָן אין דײַנע אויגן אויסצוזען ווי אַ באַנדע פֿון פֿריש־אָפּגעבאַקענע, אומדאַנקבאַרע שוויצערס, וואָס פֿילן גאָרניט, אַפֿילו ווען אויף דער גאַס פֿאָרן זיי אַרויף אויף אַן אַלטער פֿרוי. "נבֿלות!" — אַזוי רופֿט זיי דער הויפּט־העלד פֿונעם פֿילם, בשעת ער לייגט אַוועק אויפֿן טיש אַן אַלטע ביקס — "דאָס איז אַ מלחמה קעגן די וואָס האָבן פֿאַרגעסן, ווי אַזוי די מדינה איז געגרינדעט געוואָרן. קליינע פּישערס. זיי דאַרפֿן זיך אויסלערנען דרך-ארץ!" "קאַרמען", די אָפּערע פֿון פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע, איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אָפּערע־ווערק אין דער געשיכטע פֿון מוזיק (און אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע). אַזוי איז די סיטואַציע הײַנט־צו־טאָג. אַ קאַפּיטשקע אַנדערש האָט די געשיכטע אויסגעזען אין יאַנואַר 1875, ווען נאָך דער פּרעמיערע האָט דער שאָקירטער באַלעבאַטישער עולם "אָפּגעדאַנקט" דעם ספּעקטאַקל מיט קנאַפּע אַפּלאָדיסמענטן. צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע, האָבן אַ טייל מוזיק־מבֿינים שאַרף קריטיקירט די אָפּערע. די "שאַרפֿע קעפּ" פֿון דער באַלעבאַטישער קריטיק האָבן די אָפּערע "קאַרמען" געפּסלט!... וואָס איז געווען די סיבה פֿון דער נעגאַטיווער אָפּשאַצונג פֿונעם מוזיקאַלישן ווערק פֿון ביזע? שאָקירט האָט די באַזוכער קודם־כּל די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי קאַרמען, וואָס זינגט די הויפּטראָלע. די קריטיק, וואָס האָט געפֿורעמט דעם בירגערלעכן געשמאַק, האָט געפּסקנט — "קאַרמען" טראָגט נישט קיין מאָראַלישן כאַראַקטער... די רייד פֿון דער קריטיק האָבן נישט געשטערט, אַז די אָפּערע "קאַרמען" איז אין די ערשטע דרײַ חדשים געגאַנגען אַריבער דרײַסיק מאָל, און גלײַך אַריבער אויף אַ בינע אין ווין און אין דער וועלט.
די פּראָווינץ מערן (מאָראַוויע) פֿון דער האַבסבורג־אימפּעריע איז תּמיד געווען אין שאָטן פֿון אירע גרעסערע שכנים׃ אונגאַרן (מיט סלאָוואַקײַ), בעמן (באָהעמיע), שלעזיע און עסטרײַך. אָבער דאָס מערישע ייִדנטום האָט געהאַט זײַן אייגנאַרטיק פּנים און געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער ייִדישער און אייראָפּעיִשער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מײַקל מיקער פֿונעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט אַנטפּלעקט די דאָזיקע געשיכטע אינעם ליכט פֿון הײַנטיקן טאָג. |