קינאָ
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יהורם גאָון (רעכטס) און יאָסי פּאָלאַק ווי מאָשקאַ און אפֿרים אין דער סעריע "נבֿלות"
יהורם גאָון (רעכטס) און יאָסי פּאָלאַק ווי מאָשקאַ און אפֿרים אין דער סעריע "נבֿלות"


אָבער מיר וועלן אַלע געדענקען:
אָט די שיינע מיט די שיינע האָר —
ווײַל די פֿרײַנדשאַפֿט וועט קיינמאָל
ניט לאָזן אונדזער האַרץ צו פֿאַרגעסן.
אַ ליבע פֿאַרהייליקט אין בלוט
וועסט זיך אומקערן צו זײַן צווישן אונדז און בליִען.

אָט די ווערטער פֿון "שיר הרעות" (דאָס ליד פֿון פֿרײַנדשאַפֿט) פֿון דעם העברעיִשן דיכטער חיים גורי, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, סימבאָליזירן אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ישׂראל די ווערטן פֿון "דור תּש״ח". דער דור וואָס האָט געקעמפֿט סײַ קעגן די ענגלענדער, סײַ קעגן די אַראַבער און סײַ (ווען עס רעדט זיך וועגן פּלמ״חניקעס) קעגן די ייִדן פֿון די אַנדערע ציוניסטישע פֿראַקציעס; יענער דור האָט אויך געגרינדעט מדינת-ישׂראל.
אָבער וואָס געשעט מיט יאָרן שפּעטער, ווען מע עלטערט זיך, און מע קריכט אַראָפּ "פֿון דער בינע"; ווען מע פֿאַרגעסט אין דיר און אין די דערגרייכונגען פֿון דײַן דור? די יונגע הייבן אָן אין דײַנע אויגן אויסצוזען ווי אַ באַנדע פֿון פֿריש־אָפּגעבאַקענע, אומדאַנקבאַרע שוויצערס, וואָס פֿילן גאָרניט, אַפֿילו ווען אויף דער גאַס פֿאָרן זיי אַרויף אויף אַן אַלטער פֿרוי. "נבֿלות!" — אַזוי רופֿט זיי דער הויפּט־העלד פֿונעם פֿילם, בשעת ער לייגט אַוועק אויפֿן טיש אַן אַלטע ביקס — "דאָס איז אַ מלחמה קעגן די וואָס האָבן פֿאַרגעסן, ווי אַזוי די מדינה איז געגרינדעט געוואָרן. קליינע פּישערס. זיי דאַרפֿן זיך אויסלערנען דרך-ארץ!"
דאָס איז דער הויפּט־געדאַנק פֿון דעם סיפּור-המעשׂה אין דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע מיני-סעריע "נבֿלות" פֿון 2010. "לערנען די יונגע דרך-ארץ", וואָס הייסט דאָ, צו דערמאָרדן יעדן איינעם אויף זייער וועג, וואָס ער שטערט זיי — אַזוי האָבן זיי באַשלאָסן, די צוויי הויפּט-העלדן, די אַלטע חבֿרים מאָשקאַ און אפֿרים. די מיני-סעריע פֿון פֿינף עפּיזאָדן איז אַ דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון דער דערציילונג, דערשינען אין די 1970ער יאָרן פֿון דעם העברעיִשן מחבר יורם קניוק (לייענט: יאָראַם קאַניוק). קניוק דערציילט, אַז אין יסוד פֿון זײַן דערציילונג ליגן רעאַלע פּאַרשוינען, וואָס ער פֿלעגט זיך צוהערן צו זייערע שמועסן, זיצנדיק אין די קאַווע-הײַזער פֿון תּל-אָבֿיבֿ.
אין אַ דאָקומענטאַר מיטן נאָמען "נבֿלות: די אמתע געשיכטע" וועגן אָט די צוויי פּאַרשוינען, וואָס זייערע געשיכטעס זענען געווען די אינספּיראַציע צו קניוקס מעשׂה, דערציילן זיי וועגן זייערע איבערלעבונגען. ביידע, מאיר לאַווראַטאָווסקי און יצחק ווײַנשטיין מיטן צונאָמען "אליו", זענען געוועזענע פּלמ״חניקעס פֿון "ספּעציעלע-איינהייטן", אַזעלכע וואָס זענען געווען באַזונדערס רציחהדיק. זיי דערציילן, ווי בן-גוריון האָט זיי באַפֿוילן אין די 1940ער יאָרן קאַסטרירן אַן אַראַבער, וואָס איז געווען פֿאַרדעכטיקט אין פֿאַרגוואַלדיקן אַ ייִדישע פֿרוי. דעם באַפֿעל "שנײַדן" — האָט בן-גוריון געגעבן אויף ייִדיש. און דער "רויטער צלם" האָט דעם אַראַבער שפּעטער טאַקע געפֿונען מיט אַ שטריק אויפֿן האַלדז, "אָפּגעשניטן", זאָגט מאיר אויף ייִדיש. עס ווערט דערציילט בײַם סוף פֿונעם דאָקומענטאַר, אַז דער זעלביקער מאיר לאַווראַטאָווסקי איז געשטאָרבן אַ וואָך פֿאַר דער פּרעמיערע פֿון דער סעריע אויף דער טעלעוויזיע. עס זעט אויס, אַז עמעצער האָט אים דערהרגעט פֿאַר קיין סיבה ניט, אויף אַ תּל-אָבֿיבֿער גאַס.
יורם קניוק האָט געשריבן אין 2008, ווי ער אַליין איז איין מאָל געפֿאַלן אין תּל-אָבֿיבֿ אין מיטן דער גאַס און קיינער, פֿאַר לאַנגע מינוטן, איז צו אים ניט צוגעגאַנגען. קניוק שרײַבט: "איך בין געלעגן דעמאָלט אויף דער ׳המלך דזשאָרדזש׳־גאַס. דער גוף האָט מיר וויי געטאָן, כ’בין געווען 74 יאָר אַלט, צעבלוטיקט. אָבער נישט אַזוי דער ווייטיק פֿון וווּנדן, ווי דער טיפֿער טרויער אויף דער געזעלשאַפֿט וואָס מיר האָבן דאָ באַשאַפֿן, האָט מיך געפּײַניקט. כּמעט יעדער עלטערער מאַן און פֿרוי גייט אַרויס אין דער פֿרי פֿון זײַן שטוב און ריזיקירט איבערגעפֿאָרן צו ווערן בעת מע גייט אַריבער די גאַס. די נאָוואָרישן (נײַע נגידים) קויפֿן דאָרט דירות פֿאַר מיליאָנען, וואָס זיי האָבן מעגלעך יושרדיק פֿאַרדינט פֿאַר זייער טאַלאַנט און שווערער אַרבעט; אָבער זיי באַציִען זיך צו די אַלע זקנים, וועלכע האָבן זיי אַ מאָל געגעבן די כּלים אויסצוניצן זייער טאַלאַנט, ווי צו אַן אָפּגעלעבט אַלטוואַרג" (Ynet 04\25\08).
בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט האָט קניוק, וואָס אַליין האָט ער געקעמפֿט אין דער תּש״ח-מלחמה, געשריבן: "מיט 60 יאָר צוריק זענען מיר געגאַנגען ווי יונגע מענטשן צו טאָן עפּעס אַזוינס, וואָס מע האָט ניט געטאָן טויזנטער יאָרן: צו שאַפֿן אַ נײַע מדינה... מיר האָבן דאָס ניט געטאָן, כּדי צו ווערן אַ "דיסנילאַנד" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. מיר האָבן באַשאַפֿן אַן עבֿרית בעבֿרית מדינה ("מדינה עבֿרית בעבֿרית"), און דער הײַנטיקער אומאָפּהענגיקייט-טאָג איז כּמעט דער לעצטער אינעם לעבן פֿון די מדינה-גרינדערס." (Ynet 03\10\08)
די טעלעוויזיע־סעריע אַליין איז ממש אַן אוצר פֿון ישׂראלדיקער שאַפֿונג און קולטור. אַ דאַנק קניוקס גאָר איראָנישן טעקסט, גיט זיך די מחברים אײַן אי צוריקברענגען דעם כּבֿוד פֿון דעם עלטערן, שוין כּמעט פֿאַרגעסענעם דור, אי צו אַנטפּלעקן די פֿאַרשידענע מיטאָסן אין שײַכות מיט דעם דאָזיקן "העלדישן דור". דער דור ווערט דאָך פֿאָרגעשטעלט אויפֿן עקראַן ממש ניט ווי גאָט די נשמה שולדיק, נאָר ווי גאָר היציקע פּאַרשוינען, דערצו נאָך — שאָוויניסטיש־געשטימט כּלפּי פֿרויען. די אַלע אַקטיאָרן, בפֿרט יוסי פּאָלאַק וואָס שפּילט פּשוט אויסערגעוויינטלעך די ראָלע פֿון אפֿרים, שפּילן גוט זייערע ראָלעס; און אויב נאָך צוגעבן דעם נאָמען פֿון וועטעראַן יהורם גאָון (מאָשקאַ), באַקומט מען די רשימה פֿון די בעסטע אַלטע און יונגע ישׂראלדיקע טאַלאַנטן.
דורך די סצענעס וואָס באַווײַזן זייערע זכרונות, געמישט מיטן הײַנטצײַטיקן סיפּור-המעשׂה, ווערט דערקלערט, ווי אַזוי זייער פֿרײַנדשאַפֿט איז געוואָרן פֿאַרהייליקט אין בלוט און ווי זייערע אַמאָליקע ראָמאַנטישע פּלאָנטערס באַווירקן זייער לעבן עד-היום.
מע קען זען דעם גאַנצן סעריאַל מיט העברעיִשע אונטערטיטלען, ווי אויך דעם דאָקומענטאַר — סײַ מיט העברעיִשע און סײַ מיט רוסישע אונטערטיטלען, אויף דעם וועבזײַטל:
http://hot.ynet.co.il/home/0,7340,L-8365,00.html