ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Daniel Greene.
The Jewish Origins
of Cultural Pluralism:
The Menorah Association
and American Diversity.
Indiana University Press, 2011.

די באַקאַנטע מעטאַפֿאָר פֿון אַמעריקע ווי אַ שמעלצטאָפּ פֿון פֿאַרשידענע עמיגראַנטישע שבֿטים, שטאַמט פֿון דער פּיעסע פֿונעם בריטיש־ייִדישן דראַמאַטורג ישׂראל זאַנגוויל. די פּיעסע דערציילט וועגן אַ ליבע־געשיכטע צווישן אַ קעשענעווער ייִדישן מיידל און דעם זון פֿון אַ רוסישן פּאָגרמאָשטשיק, וואָס געפֿינען זייער גליק מעבֿר־לים אין אַמעריקע. אַזאַ מין מעשׂה קאָן זיך טרעפֿן נאָר אין דער נײַער וועלט, וווּ אַלע אימיגראַנטן ווערן געבוירן פֿון דאָס נײַ, ווי אַמעריקאַנער.
זאַנגווילס פּיעסע איז שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט טעאָדאָר רוזעוועלט, און אַ דאַנק אים, איז די אידעע פֿון "שמעלצטאָפּ" געוואָרן די אידעאָלאָגיע פֿון אַמעריקע אין דער צײַט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. אָבער דער אמתדיקער מצבֿ איז געווען מער קאָמפּליצירט. די אַמעריקאַנער קולטור בכלל און די הומאַניסטישע בילדונג בפֿרט איז פֿאַרבליבן פֿעסט אינעם רשות פֿון די ווײַסע פּראָטעסטאַנטן, וואָס האָבן ניט אַרײַנגעלאָזט אין זייער סבֿיבֿה אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע עדות.
די ערשטע כוואַליע פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט געבראַכט אַ היפּשע צאָל באַגאַבטע און אַמביציעזע יונגע לײַט, וואָס האָבן זיך גיך אַדאַפּטירט צו דער אַמעריקאַנער קולטור. להיפּוך צו רוסלאַנד, האָבן די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן צו יענער צײַט ניט געהאַט קיין אָפֿיציעלע פּראָצענט־נאָרמע. ערשט אין די 1920ער יאָרן האָבן די בעסטע פּריוואַטע אוניווערסיטעטן, אַזעלכע ווי האַרוואַרד, פּרינסטאָן, יעל און קאָלאָמביאַ, באַשלאָסן צו באַגרענעצן די צאָל ייִדישע סטודענטן.
אַזוי אַרום האָבן זיך די ייִדישע סטודענטן זיך פּלוצעם געפֿונען צווישן דער סאַמע סמעטענע פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. די גײַסטלעכע מדריכים פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום — סײַ אָרטאָדאָקסישע רבנים און סײַ רעפֿאָרמיסטישע ראַבײַס — האָבן זיך שטאַרק געזאָרגט וועגן דער צוקונפֿט פֿון אָט דעם ערשטן דור אַמעריקאַנער ייִדן מיט דער העכערער בילדונג פֿון די בעסטע אוניווערסיטעטן.
אין אָקטאָבער 1906 האָבן זעכצן ייִדישע סטודענטן פֿון האַרוואַרד געשאַפֿן אַ ייִדישן קלוב, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "מנורה־געזעלשאַפֿט". אין אַ פּאָר יאָר אַרום זײַנען אַנטשטאַנען אירע צווײַגן אין אַנדערע אוניווערסיטעטן, און צוזאַמען האָבן זיי געפֿורעמט די "אינטער־קאָלעדזש מנורה־אַסאָציאַציע". דער הויפּטציל פֿון דער דאָזיקער אַסאָציאַציע איז געווען צו שטיצן די ייִדישע קולטור און ייִדישע לימודים צווישן די סטודענטן.
צו יענער צײַט האָבן די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן נאָך ניט געהאַט קיין ייִדישע לימודים אין זייער לערן־פּראָגראַם. די מאָדעל פֿאַר דער "מנורה־געזעלשאַפֿט" איז געוואָרן דער דײַטשישער "פֿאַראיין פֿאַר קולטור און וויסנשאַפֿט פֿון ייִדן", וואָס האָט געלייגט דעם יסוד פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער "וויסנשאַפֿט פֿון ייִדנטום" אין דײַטשלאַנד אינעם 19טן יאָרהונדערט.
אין 1925 האָט די אַסאָציאַציע אָנגעהויבן אַרויסלאָזן דעם אייגענעם "מנורה־זשורנאַל", וואָס ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געבליבן די וויכטיקסטע אינטעלעקטועלע און קינסטלערישע ייִדישע צײַטשריפֿט אויף ענגליש אין אַמעריקע. אין די וויכּוחים, וואָס מען האָט געפֿירט אויף די זײַטן פֿון "מנורה", האָט זיך אויסגעשטאַלטיקט דער אינטעלעקטועלער פּראָפֿיל פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום.
די נײַע היסטאָרישע פֿאָרשונג פֿון דניאל גרין, דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿאַר אַמעריקאַנער געשיכטע בײַ דער ניובערי־ביבליאָטעק אין שיקאַגע, באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון דער "מנורה־אַסאָציאַציע" אינעם קאָנטעקסט פֿון די דעבאַטן אַרום דעם קולטורעלן מהות אין אַמעריקע. דער מחבר איז אויסן צו באַווײַזן, אַז דווקא אין דער סבֿיבֿה פֿון "מנורה" איז געבוירן געוואָרן דער נײַער באַגריף פֿון קולטורעלן פּלוראַליזם, וואָס האָט געביטן דעם אַלטן באַגריף פֿון "שמעלצטאָפּ". די יונגע ייִדישע אינטעליגענטן האָבן געוואָלט אָפּהיטן זייער קולטורעלע אייגנאַרטיקייט און דערבײַ ווערן אָנערקענט ווי ייִדן אין דער אַמעריקאַנער קולטור.
גרין מערקט אָפּ, אַז זייער באַגריף פֿון פּלוראַליזם איז ניט געווען אַן אַלץ־אַרומנעמיקער. מען האָט ניט כּולל געווען די אַפֿריקאַניש–אַמעריקאַנישע קולטור, הגם פּונקט צו יענער צײַט האָט די דאָזיקע קולטור געבליט אין "האַרלעם־רענעסאַנס". נאָך מער מאָדנע איז געווען דאָס מבֿטל מאַכן פֿון ייִדיש. האַרי וואָלפֿסאָן, דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע אין האַרוואַרד, וואָס איז ייִנגלווײַז געווען אַ ישיבֿה־בחור אין רוסלאַנד, האָט צעטיילט אַלע ייִדן אויף צוויי גרופּעס׃ "דזשוס" און "ייִדן". די צווייטע קאַטעגאָריע האָט פֿאַר אים פֿאַרקערפּערט אַלע חסרונות, וואָס די אַנטיסעמיטן האָבן צוגעשריבן די ייִדן.
אין זײַן פּאָלעמישער היץ האָט וואָלפֿסאָן אַפֿילו געוואָלט אויסשליסן די ייִדיש–רעדנדיקע ייִדן פֿון דער קומעדיקער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל. ער האָט פֿאַרגליכן דעם צעשפּאָלטענעם צושטאַנד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מיט אַמעריקע בעתן בירגער־קריג, באַנוצנדיק די מליצה פֿון אַבראַהאַם לינקאָלן׃ "דאָס הויז, וואָס איז צעטיילט אַנטקעגן זיך אַליין". ווי עס באַמערקט גרין, ווען וואָלפֿסאָן איז געוואָרן אַ סטודענט אין האַרוואַרד, האָט זײַן ענגליש נאָך געטראָגן שפּורן פֿונעם ייִדישן אַקצענט און ער האָט צומאָל גענוצט ייִדישע ווערטער אַנשטאָט ענגלישע.
די "מנורה" האָט געדאַרפֿט קעמפֿן אויף צוויי פֿראָנטן. פֿון איין זײַט איז איר ציל געווען משפּיע צו זײַן אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין אַמעריקע לטובֿת ייִדן. צוליב דעם האָט מען געדאַרפֿט איבערניצעווען די ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע לויטן אַמעריקאַנער שטייגער, כּדי צו דערווײַזן, אַז ייִדישקייט איז בטבֿע טאָלעראַנט און פּלוראַליסטיש. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אינטעלעקטועלע אָנפֿירער פֿון "מנורה" געווען קעגן דער "שטעטלדיקייט" פֿון ייִדישע לימודים, וואָס זײַנען דעמאָלט געווען געלערנט, דער עיקר, אין ייִדישע טעאָלאָגישע סעמינאַרן.
לסוף, האָט די פּלוראַליסטישע קאָנצעפּציע פֿון דער ייִדישער קולטור געוווּנען בײַ דער אַמעריקאַנער ייִדישער אינטעליגענץ, אָבער דאָס איז געשען שוין שפּעטער, אין די 1960ער — 1970ער יאָרן, ווען דער באַגריף פֿון עטנישער אײַנגעוואָרצלטקייט איז געוואָרן אָנגענומען אין אַמעריקע בכלל. די "מנורה־אַסאָציאַציע" האָט ניט דערלעבט צו דער דאָזיקער צײַט.