טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גולם (סטיווען רײַאַן), מיט דער טרופּע און מאַריאָנעטן
דער גולם (סטיווען רײַאַן), מיט דער טרופּע און מאַריאָנעטן
Photo: Lee Wexler/Images for Innovation

אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ," וואָס געפֿינט זיך אויף דער 4טער גאַס, צווישן 2טער און 3טער עוועניוס אין מאַנהעטן, שפּילט מען איצט "דער גולם!" דער טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" איז אַדורך אַ גרויסן רעמאָנט. די געבײַדע האָט טאַקע אונטער זיך אַ ריזיקע פֿאַרגאַנגענהייט.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט דאָ געהויזט דאָס ערשטע ייִדישע טעאַטער אין ניו־יאָרק. דאָ האָט מען געשפּילט אין יענע יאָרן גאָלדפֿאַדענס "די מכשפֿה," מיטן אָנטייל פֿון גאָר יונגינקן באָריס טאָמאַשעווסקין. אַזוי, אַז ווען דאָס טעאַטער וואָלט געקענט רעדן, וואָלט עס זיך געטיילט מיט אונדז און געשילדערט די ערשטע טריט און די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער; און דאָס קען מען שוין נישט רעמאָנטירן. יענע צײַטן זײַנען שוין לאַנג פֿאַרבײַ. דאָ האָט מען געשטעלט אַלערליי מוזיקאַלישע, דראַמאַטישע און מסתּמא אויך שונד.
דאָס מאָל האָט זיך באַוויזן אַ טרופּע שטריקל־ציִער, אַ מאַריאָנעטן־טעאַטער, וואָס האָט געהאַט בדעה אויסצושפּילן די לעגענדע פֿונעם גולם, וואָס מען האָט בײַ אונדז צוגעשריבן צום מהר״ל (לוי־יהודה בן־בצלאל), וועלכער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ בעל־המופֿת (אַ וווּנדער־רבי). זײַן געבורטשײַן לאָזט אונדז וויסן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1515 אין פּויזן, און געשטאָרבן איז ער אין פּראָג, אין יאָר 1609. דער זעלביקער מהר״ל האָט אויך געהאַלטן פֿון לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿט, באַזונדערס אַסטראָנאָמיע און געאָגראַפֿיע. אין זײַן ספֿר "נתיבֿות־עולם," זאָגט ער בפֿירוש, אַז ייִדן דאַרפֿן לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿטן.
מען דערציילט, אַז דער זעלבער מהר״ל איז געווען אַ גאַסט בײַם עסטרײַכישן קיסר, מיט וועמען ער האָט געטיילט אַלערליי געדאַנקען. ער האָט זיך אויך עוסק געווען אין קבלה און אפֿשר דערפֿאַר האָט מען צו אים צוגעשריבן די פֿאָלקס־לעגענדע מיטן "גולם"; און דאָס האָט אים באַרימט געמאַכט איבער דער ייִדישער און נישט־ייִדישער וועלט.
ווי די לעגענדע גיט איבער, האָט דער מהר״ל געשאַפֿן דעם גולם מיט שמות פֿון דער קבלה, אַרײַנגעהויכט אין אים אַ לעבעדיקן אָטעם און באַשאַפֿן דעם ערשטן ראָבאָט, מיטן ציל צו פֿאַרהיטן די ייִדן פֿון די רדיפֿות, די אָנפֿאַלן און פּאָגראָמען. דער עיקר איז וויכטיק געווען אָפּצושטעלן די אויסגעטראַכטע בלוט־בילבולים וווּ די גויים האָבן געפֿונען אַ פּריטשעפּקע און זאַבאָבאָנע אויף צו באַשולדיקן די ייִדן אין מאָרד פֿון קריסטלעכע קינדער און נוצן זייער בלוט בײַם באַקן מצות פֿאַר פּסח. טאַקע צוליב די בלוט־בילבולים האָבן מיר געצאָלט אַ הויכן פּרײַז, ביז אָנווערן דאָס לעבן.
דאָ האָט דער פּראָגער רבֿ, אויסגעקריצט אויפֿן שטערן פֿונעם גולם דאָס וואָרט "אמת," און אים אַרויסגעלאָזט אין דרויסן צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן. פֿלעגט דער גולם אַרײַנדרינגען אין די קריסטלעכע גאַסן און נישט דערלאָזט צו די אָנפֿאַלן.
אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ווען דער גולם האָט אָנגעוווירן זײַן שׂכל־הישר און גענומען אָנפֿאַלן אויף ייִדן אויך, האָט דער מהר״ל אָפּגעווישט דעם אות "אַלף" פֿון זײַן שטערן און אָנעם "אַלף" האָט זיך דער "אמת" פֿאַרוואַנדלט אין "מת," און דער גולם האָט זיך צוריק פֿאַרוואַנדלט אין ליים, און פֿון יענער צײַט אָן איז אונדז פֿאַרבליבן דאָס ווערטל "אַ ליימענער גולם."
נעטערטאָן פֿירט אָן מיטן מאַריאָנעט פֿונעם מהר״ל, בעת ער פֿורעמט אויס דעם גולם
נעטערטאָן פֿירט אָן מיטן מאַריאָנעט פֿונעם מהר״ל, בעת ער פֿורעמט אויס דעם גולם
Photo: Eva Ostrowska

און איצט צום טשעכישן "גולם." עס האָבן זיך באַטייליקט אין דער פֿאָרשטעלונג אַ צענדליק שטריקל־ציִער, אונטער די געלונגענע ייִדישע טענער פֿונעם גאָר טאַלאַנטירטן פֿרענק לאָנדאָן, מיט די "קלעזמאַטיקס". פֿרענק אַליין האָט געשאַפֿן די פֿאַרשטענדלעכע און ייִדישלעך מאָטיווירטע און מוזיקאַלישע טענער.
לויט דער פּראָגראַמקע דערוויס איך זיך, אַז דער באַשאַף פֿונעם גולם קען מען צושרײַבן צו פֿאַרשיידענע באַרימטע רביים פֿון שפּאַניע, פּוילן און אַנדערע תּחום־המושבֿן (Pale of Settlements), וווּ נאָר ייִדן האָבן געלעבט אונטער די רדיפֿות און בלוט־בילבולים וואָס זייערע קריסטלעכע שכנים האָבן זיך דערמיט באַנוצט אויף צו הרגענען ייִדן. די פּראָגראַמקע זאָגט אויך, אַז דאָס וואָרט "גולם," באַווײַזט זיך צום ערשטן מאָל אין דוד המלכס תּהילים (קאַפּיטל 139). האָב איך געזוכט און גענישטערט, אָבער נישט געפֿונען.
לויט די ייִדישע מקורים ווידער איז דער מהר״ל געבוירן געוואָרן אין 1515 און נישט אין 1525, ווי ס׳שטייט אָנגעוויזן אין דער באַשרײַבונג. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס טשעכיש־אַמעריקאַנישע מאַריאָנעטן־טעאַטער אויפֿגעקומען אין 1990, און דווקא אין ניו־יאָרק, ווען צוויי אונטערנעמער, וויט האָרייש און יאַן אונגער, טשעכיש־אָפּשטאַמיקע מאַריאָנעטן־קינסטלער, האָבן גענומען ערנסט זייער פּראָפֿעסיע און אָנגעהויבן אויפֿצופֿירן גאַנצע פֿאָרשטעלונגען מיט די פּופּעס.
די בינע באַשטייט פֿון אַ צאָל אײַזערנע, באַוועגלעכע קליאַטקעס, אָדער שטײַגן, געשאַפֿן פֿון ראָמאַן הלאַדיק. אַ צענדליק שטריקל־ציִער אין שוואַרצן געקליידט, נאַוויגירן די מאַריאָנעטן וואָס זײַנען אין פֿאַרשיידענע גרייסן: גאָר קליינינקע, אַנדערע מיט אַ שטאָך העכער; צווישן זיי, פֿרויען־ און מענער־פֿיגורן. און אויב די מענער־פּופּעס וואָלטן נישט געטראָגן קיין פּיצעלעך טליתימלעך מיט יאַרמלקעס, וואָלט מען בכלל געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז עס האַנדלט זיך סתּם אין אַ דאָרפֿיש פֿאָלק, נישט קיין ייִדן. זיי דאַרפֿן מיט זיך פֿאָרשטעלן די פּראָגער "געטאָ־אײַנוווינער." מיטן געטאָ מיינט מען מסתּמא צו זאָגן דעם פֿאַרצײַטיקן תּחום־המושבֿ. די פּופּעס האָט געשאַפֿן יאַקוב קרייטשי.
דעבראַ בעשאָ ציט דאָס שטריקל פֿונעם מאַריאָנעט פֿון פּערל דער רביצין, און אַלאַן באַרנס נעטערטאָן — פֿונעם מהר״ל
דעבראַ בעשאָ ציט דאָס שטריקל פֿונעם מאַריאָנעט פֿון פּערל דער רביצין, און אַלאַן באַרנס נעטערטאָן — פֿונעם מהר״ל
Photo: Eva Ostrowska

אין צווישן באַווײַזט זיך אַ יונגער־מאַן מיט אַ זיס שטימעלע צום זינגען. אין דער אמתן איז דאָס חזן ראָני וואַסערשטראָם, וועלכער זינגט אָפּ סײַ דעם קדיש און סײַ פֿאַרשיידענע תּפֿילות, און אין צווישן קומען פֿאָר עטלעכע געשעענישן וואָס ווערן פֿאַרפֿאַלן סײַ פֿאַרן אויג, סײַ פֿאַרן אויער און סײַ פֿאַרן פֿאַרשטאַנד. פֿאַראַן אַן ערך פֿיר אַקטן. דער ערשטער אַקט האָט צו טאָן מיטן פּראָגער געטאָ, וווּ אַ רבי האָט חתונה מיט אַ פֿרוי וואָס הייסט פּערל, און גלײַך דערוויסט מען זיך, אַז אין שטאָט בושעוועט דער בלוט־בילבול, און גלײַך נאָך דעם קומט דער פּאָגראָם.
אין צווייטן אַקט ווערט געמאַכט דער גולם. רבי לוי־יהודה פֿון פּראָג פֿאַרנעמט זיך מיטן שאַפֿן דעם גולם און צום סוף טוט דער גולם אויף וווּנדער, און פֿאַרטיידיקט די ייִדן פֿון אַלעם בייזן.
דער דריטער אַקט שילדערט ווי דער גולם גייט אַראָפּ פֿונעם זינען און פֿאַרפֿלייצט פּערלס קיך מיט וואַסער, די חתונה פֿון רחלען מיט יצחקן. מיט אַ מאָל גייט דער גולם כאַפּן פֿיש און דער רבי באַשליסט מאַכן טשאַסק־פּראַסק פֿונעם גולם און שלעפֿערט אים אײַן.
און אויב איר מיינט, אַז איך האָב עפּעס דאָ פֿאַרשטאַנען אָדער באַנומען, מאַכט איר אַ גרויסן טעות. ס׳האָט זיך אַזוי געלייגט אויפֿן שׂכל ווי אַ האָן אין בני־אָדם. ס׳האָט געקלעפּט ווי אַן אַרבעס צום וואַנט. ווען נישט די פּראָגראַמקע וואָלט איך בכלל נישט געוווּסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. וואַרט אַ רגעלע, מיט דער פּראָגראַמקע, צי אָן דער פּראָגראַמקע, איז עס געווען משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך.
אָנגעשריבן און רעזשיסירט האָט די "דראַמעטשקע," דאַכט זיך אַן אַנדער גולם מיטן נאָמען וויט האָרייש. איך בין אונטערן אײַנדרוק, אַז ער האָט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיטן גולם און נישט פֿאַרשטאַנען מיט וואָס מ׳גייט דאָ צום טיש, און אפֿשר איז עס גאָר אַ גוייִשער גולם, וואָס איז מיר לגמרי פֿרעמד.
דער גולם (רײַאַן) מיט די מאַריאָנעטן
דער גולם (רײַאַן) מיט די מאַריאָנעטן
Photo: Lee Wexler/Images for Innovation

ווען דער מהר״ל שטייט אויף און דערזעט ווי אַזוי יעדער וואָס האָט אַ האַנט מיט אַ פֿוס ווערט נתפּעל פֿון אונדזערע לעגענדעס, באָבע־מעשׂיות און זאַבאָבאָנעס, און שאַפֿט דערבײַ אַ מין ספֿר פּראַלניק, אַבי עס האָט צו טאָן מיט ייִדן, וואָלט ער אויך נישט פֿאַרשטאַנען וואָס עס גייט דאָ אָן. די כאָרעאָגראַפֿיע האָט געשאַפֿן נעמי גאָלדבערג־האַאַס. איז ווידער אַ מאָל די זעלבע מה־נשתּנה, דאָס יאָגן זיך אין דער פֿינצטער אָנגעטאָן אין שוואַרצע קאָסטיומען, האָבן די חבֿרה לויפֿער אויסגעזען ווי אַ באַנדע טײַוולאָנים, רוחות, דיבוקים און נישט־גוטע.
און ווידער אַ מאָל, ווען מ׳וואָלט פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ גייט, וואָלט געווען אַ האַלבע צרה, נאָר די פּופּעס מיט די מאַריאָנעטן האָבן מיך דערמאָנט אין אַ קינדער־גאָרטן, וווּ איך האָב געזען שענערע און בעסערע פֿאָרשטעלונגען, דער עיקר אויף ייִדיש. זיי האָבן כאָטש געהאַט אַ ייִדישן טעם. דאָ בין איך פֿאַרפֿאַלן געוואָרן עפּעס אין אַ גוייִמלאַנד, אומפֿאַרשטענדלעכע געשעענישן, וואָס האָבן צו ייִדן קיין שום שײַכות נישט געהאַט.
די מעשׂה איז אַזאַ. ווען אַזאַ "גולם" פֿאַלט אַרײַן אין נישט־ייִדישע הענט, און איך מיין דערמיט צו זאָגן, אין די הענט פֿון מענטשן וואָס ס׳איז זיי נישט באַקאַנט אונדזער קולטור, אונדזערע העלדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, אונדזערע לעגענדעס, אונדזער וועלט מיט וווּנדער־מעשׂיות — סײַ מיטאָלאָגישע און סײַ פֿאָלקסטימלעכע — האָט זיך מסתּמא דאָ געפֿאָדערט אַ מין קינסטלער וואָס זאָל עס קענען פֿאַרדײַען, פֿאַרשטיין, באַנעמען און איבערניצעווען. דערווײַל איז די וועלט פֿאַרנומען מיט אונדזערע סוזשעטן. אָבער ווען עס קומט צום באַווײַזן וואָס זיי קענען, דאַרף מען אַוועקשטעלן אַ ייִד דערבײַ. איך מיין אַ ייִד וואָס פֿאַרשטייט ייִדישע קונסט. איז פֿון דעם אַלעם קענט איר דרינגען, אַז די גאַנצע מעשׂה איז נישט געלונגען.