ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך שטענדיק געהאַלטן פֿאַר אַ קענער פֿון ווילנע, ירושלים ד’ליטא, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן. אין די פֿינצטערע סאָוועטישע צײַטן, ווען די מאַכט האָט געטאָן אַלץ, כּדי אויסצומעקן די רײַכע געשיכטע פֿונעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן, פֿלעג איך ביסלעכווײַז צונויפֿזאַמלען מאַטעריאַלן וועגן יענע פֿאַרשוווּנדענע צײַטן. כ’פֿלעג בשתּיקה פֿאָטאָגראַפֿירן די אַלע "סודותפֿולע אָביעקטן", אַזעלכע, למשל, ווי דעם קבֿר פֿונעם ווילנער גאָון, די פֿאַרלאָזטע ווינקעלעך פֿון דער אַלטער שטאָט, וווּ ס’האָט אַמאָל געווירבלט מיט ייִדישע הענדלער און בעל־מלאָכות; כ’האָב אויך פֿאָטאָגראַפֿירט די אַלטע הײַזער, וווּ ס’האָבן געלעבט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, ישיבֿות, קלויזן וכּדומה.
כּמעט די אַלע מאַטעריאַלן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן איבערצושיקן קיין אויסלאַנד, מיט דער הילף פֿון אלי וויזעל; און אין 1985 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַשינגטאָן מײַן "וועגווײַזער איבער ירושלים ד’ליטא". כ’האָב געהאָפֿט, אַז אויב אַן אַמעריקאַנער טוריסט וועט קומען אויף אַ באַזוך אין ווילניוס, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער ליטע, און זיך אַרײַנדרייען אין עפּעס אַן אַלטן הויף אָדער אַלט געסל, זאָל ער וויסן, ווער און ווען ס’האָט דאָרט געוווינט פֿון די אַמאָל־באַקאַנטע איבער דער וועלט ייִדישע פּערזענלעכקייטן.
און אָט איז אַוועק מער ווי אַ פֿערטל־יאָרהונדערט און עס ליגט פֿאַר מײַנע אויגן אַ ממשותדיקע אויסגאַבע אויף רוסיש פֿון 656 זײַטן, פּרעכטיק אַרויסגעלאָזט אינעם פֿאַרלאַג VILNIA, 2011, "ווילניוס: אויף די שפּורן פֿון ירושלים ד’ליטא". הונדערטער בילדער פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער און הײַנטיקער שטאָט: מאַפּעס, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר: דענקמעלער, אַסיפֿות און דעמאָנסטראַציעס פֿון ייִדישע אַרגאַניזאַציעס, דאָקומענטן וועגן די טראַגיש־אומגעקומענע ייִדישע תּושבֿים אין פּאָנאַר און אַ סך, אַ סך אַנדערע זאַכן קאָן מען געפֿינען אין דער זעלטענער אויסגאַבע. חוץ דעם אַלעמען, זײַנען אויך צוגעגעבן געוואָרן אינפֿאָרמאַציע־מאַטעריאַלן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן וועגן דעם גײַסטיקן און רעליגיעזן לעבן פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
דעם "וועגווײַזער" האָבן געשאַפֿן צוויי מחברים — הענריך אַגראַנאָווסקי און אירינע גוזענבערג. זיי האָבן צעטיילט דאָס בוך אויף 23 אָפּטיילן: היסטאָרישער ייִדישער קוואַרטל, די קליינע און גרויסע געטאָ; און באַזונדער לויט די גאַסן — מאַפּעס, הײַזער און מענטשן, וועלכע האָבן דאָרט געוווינט. צום סוף האָבן זיי אײַנגעשלאָסן צוויי אָפּטיילן: דער בית־עולם און מאַסן־באַגראָבונגען אין פּאָנאַר, וווּ עס זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן בײַ די 70 טויזנט ייִדן. אינעם אַרײַנפֿיר צום "וועגווײַזער" דערציילן אין קורצן די מחברים וועגן דער געשיכטע פֿון דער שטאָט ווילנע; ס’איז אויך צוגעגעבן אַ רשימה פֿון וויכטיקע דאַטעס פֿונעם אויפֿלעב און אומקום פֿון דער שטאָט.
ווי אַזוי זשע דאַרף מען אָפּשאַצן דעם דערשינענעם בוך?
קודם־כּל, איז עס באמת אַ ריזיקע פֿונדאַמענטאַלע אַרבעט. עס גייט נישט בלויז אין דעם, וואָס מ’האָט געדאַרפֿט צונויפֿזאַמלען אַזאַ פֿאַרנעמיקן און פֿאַרשידנאַרטיקן מאַטעריאַל, וואָס געהערט צו פֿאַרשידענע תּקופֿות און צײַטן; מ’האָט זיך נאָך געדאַרפֿט איבערצײַגן אין דעם, אַז דער דאָזיקער מאַטעריאַל איז פּינקטלעך, געבן אים אַ ריכטיקן טײַטש און שטעלן אין אַ פּאַסיק אָרט. צוליב דעם האָט מען זיך געמוזט פֿאַרבינדן מיט צענדליקער וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס (בתוכם מיטן ניו־יאָרקער ייִוואָ), מומחים און עדות...

אָבער אויך דאָס איז נישט גענוג געווען; עס חידושט ממש, ווי אַזוי האָט זיך די מחברים אײַנגעגעבן אַרויסצולאָזן אין דער אָרעמער הײַנטיקער ליטע אַזאַ טײַערע אויסגאַבע? ס’איז קלאָר, אַז אינעם אַרויסלאָזן דעם בוך האָבן זיך פֿינאַנציעל באַטייליקט סײַ יחידים און סײַ אָרגאַניזאַציעס, וואָס די מחברים ברענגען זיי אַרויס אין זייער דאַנקוואָרט. סוף־כּל־סוף, זײַנען די באַמיִונגען געווען נישט קיין אומזיסטע און די גרויסע אויסגאַבן — באַרעכטיקט; זאָל עס זײַן נישט קיין פֿולע, אָבער פֿאָרט אַן אָנגעזעטיקטע אינפֿאָרמאַציע־אויסגאַבע וועגן דער אַמאָליקער ווילנע, אַרויסגעלאָזט אויף אַ מאָדערנעם אופֿן, האָט דערזען די ליכטיקע שײַן.
קיין צווייפֿל איז נישטאָ, אַז די היסטאָריקער און גוטע לייענער וועלן געפֿינען נישט ווייניק אומפּינקטלעכקייטן. איך וויל אויך אָנרופֿן, צווישן אַנדערע, אַ וויכטיקן בלויז אין דעם "וועגווײַזער". דהײַנו: געלייגט איז געוואָרן דער טראָפּ — וואָס איז באַרעכטיקט — אויף די טעמעס פֿון אויפֿלעבן די נאַציאָנאַלע ייִדישע קולטור־ווערטן (ייִדישער טעאַטער, כאָר, אָרקעסטער א׳׳אַזוו.), דערבײַ האָבן די מחברים, ווי פֿאַרגעסן, אַז פֿון סוף 1960ער ביזן סוף 1970ער יאָרן איז די שטאָט ווילניוס (צוזאַמען מיט ריגע) געווען אַן עפּיצענטער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַ מין לאָקאָמאָטיוו פֿונעם קאַמף פֿאַרן פֿרײַען אַרויספֿאָר קיין ישׂראל.
דווקא די יורשים פֿון ירושלים ד’ליטא האָבן געגרינדעט די ערשטע אומלעגאַלע ציוניסטישע קעמערלעך, פֿאַרשפּרייט די ליטעראַטור וועגן ישׂראל, אײַנגעאָרדנט די ערשטע אולפּנים צו לערנען עבֿרית; געשריבן און צעשיקט בריוו צו די סאָוועטישע פֿירער מיט די באַקאַנטע ווערטער "לאָז אָפּ מײַן פֿאָלק!" די ווילנער ייִדן האָבן צווישן די ערשטע דורכגעפֿירט מאַסן־דעמאָנסטראַציעס פֿון פּראָטעסט קעגן דער רעגירונג. אַזוי, למשל, האָבן אין אויגוסט 1971 זיך צונויפֿגעקליבן צוויי טויזנט מענטשן אין פּאָנאַר, כּדי אַרויפֿצולייגן בלומען אויף די ברידער־קבֿרים פֿון די דאָרט אומגעבראַכטע אײַנוווינער פֿון ווילנע. די מיטאַרבעטער פֿון דער פּאָליציי און זיכערהייט־אָרגאַנען ("קאַגעבע") האָבן אַרומגערינגלט די גריבער און נישט געלאָזט די מענטשן זיך דערנענטערן צו זיי. נאָך צוויי שעה פֿון קעגנשטעלן זיך, האָבן מיר אויסגעלייגט מיט בלומען דעם וועג, וועלכער האָט געפֿירט צו די גריבער. נאָך דעם האָט אַ קאָלאָנע פֿון צוויי טויזנט מענטשן זיך געלאָזט צופֿוס קיין ווילניוס.
מ’האָט געדאַרפֿט דעמאָלט זען די פּנימער פֿון די מיליטער־לײַט, ווי פֿאַרלוירן האָבן זיי אויסגעזען. צו הילף זײַנען אַרויסגערופֿן געוואָרן מילטער־טיילן. ערגעץ אויפֿן האַלבוועג האָבן זיך באַוויזן לאַסט־אויטאָס מיט סאָלדאַטן, וועלכע האָבן אָנגעהויבן צעטרײַבן די מענטשן און אַרויסכאַפּן פֿונעם המון די "איניציאַטאָרן" פֿון די אומאָרדענונגען. אַכט מענטשן זײַנען פֿאַראורטיילט געוואָרן צו 15 טעג אַרעסט.
וועגן דער ייִדישער דעמאָנסטראַציע האָט מיטגעטיילט די מערבֿדיקע פּרעסע. די גאַנצע שטאָט האָט גערוישט. אָבער די אַקציע האָט געהאָלפֿן: די מאַכט האָט אָנגעהויבן אַרויסגעבן דערלויבענישן אויף אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל, שוין נישט בלויז צו קיין יחידים, ווי פֿריִער, נאָר צו הונדערטער, דערנאָך — טויזנטער ייִדן.
כ’מיין, אַז די מחברים פֿונעם "וועגווײַזער" וואָלטן געקאָנט עס דערמאָנען אינעם בוך, און אַפֿילו אַרײַנשטעלן בילדער פֿון די נאָך־מלחמהדיקע ציוניסטישע אַקטיוויסטן, ווי למשל, שאָול ביילינסאָן.
און נאָך: מיט אַזאַ אינפֿאָרמאַטיוו־ריזיקן "וועגווײַזער" וועט דער טוריסט פֿון אַ גאַנץ יאָר ווײַט זיך נישט רירן — צו פֿיל ידיעות, וואָס אין וועג קאָן מען זיך באַגיין אָן זיי. די מחברים וואָלטן עס אפֿשר געדאַרפֿט אין זינען האָבן בײַם אַרויסלאָזן אַ נײַע אויפֿלאַגע; לאָזן נאָר דעם תּמצית, וואָס זאָל זײַן פּראַקטיש פֿאַרן נײַגעריקן טוריסט; און דאָס איבעריקע — מיט אַ צוגאָב — אויסנוצן פֿאַר אַן ענציקלאָפּעדיע, לטובֿת דער שטאָט ווילנע, ירושלים ד’ליטא.
צום סוף, וויל איך פֿון דעסטוועגן זאָגן, אַז עס קומט אַ ברייטהאַרציקער יישר־כּוח די מחברים, הענריך אַגראַנאָווסקי און אירינאַ גוזענבערג; זיי האָבן געשאַפֿן אַ וויכטיק ווערק אויף דורות.