Michael Laurence Miller.
Rabbis and Revolution:
The Jews of Moravia
in the Age of Emancipation.
Stanford University Press, 2011
די פּראָווינץ מערן (מאָראַוויע) פֿון דער האַבסבורג־אימפּעריע איז תּמיד געווען אין שאָטן פֿון אירע גרעסערע שכנים׃ אונגאַרן (מיט סלאָוואַקײַ), בעמן (באָהעמיע), שלעזיע און עסטרײַך. אָבער דאָס מערישע ייִדנטום האָט געהאַט זײַן אייגנאַרטיק פּנים און געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער ייִדישער און אייראָפּעיִשער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מײַקל מיקער פֿונעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט אַנטפּלעקט די דאָזיקע געשיכטע אינעם ליכט פֿון הײַנטיקן טאָג.
הײַנט פֿאַרנעמט מערן דעם מיזרח־טייל פֿון דער טשעכישער רעפּובליק. אַ מאָל, מער ווי מיט איין טויזנט יאָר צוריק, איז גרויס–מערן אויף אַ קורצער צײַט געוואָרן אַ מעכטיקע אימפּעריע; אָבער שוין זינט דעם צענטן יאָרהונדערט האָט מערן ניט קיין אייגענע מלוכישקייט. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין מערישע שטעט און שטעטלעך אַרום דעם עלפֿטן–צוועלפֿטן יאָרהונדערט. אין די ייִדישע מקורים האָבן די סלאַווישע לענדער באַקומען דעם נאָמען כּנען, וואָס איז מרמז אויפֿן שקלאַפֿן־האַנדל. שפּעטער זײַנען די "כּנענישע" ייִדן, וואָס האָבן גערעדט אַן אייגענע סלאַווישע שפּראַך, "קאָלאָניזירט" געוואָרן דורך די אַשכּנזים און אַריבער אויף ייִדיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט די שכנישע פּראָווינצן פֿון דער האַבסבורג־מלוכה איז מערן געווען מער קאָנסערוואַטיוו און ווייניקער אַנטוויקלט סײַ געזעלשאַפֿטלעך און סײַ אינדוסטריעל. ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך, און די ייִדישע קהילות פֿון מערן האָבן אויך געלעבט אויפֿן קאָנסערוואַטיוון שטייגער. אין אונטערשיד צו אַנדערע קרוין־לענדער, האָט מערן פֿאַרמאָגט אַן אייגענעם הויפּט־רבֿ און אַן אייגענעם וועד, ווי אין פּוילן און ליטע, וואָס האָט געהאַט אַ שליטה איבער אַלע מערישע קהילות. ס׳רובֿ פֿון די מער ווי פֿופֿציק קהילות זײַנען געווען גאָר קליין, אַ פּאָר הונדערט נפֿשות.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון מערן און בעמען האָט זיך שטאַרק צעוואַקסן נאָך דער דרײַסיק־יאָריקער מלחמה (1618—1648). צו יענער צײַט זײַנען די גרעסטע קרוין־שטעט פֿונעם לאַנד: ברין (אויף טשעכיש ברנאָ) און אולמיץ (אויף טשעכיש אָלאָמאָוץ) שוין געווען פֿאַרמאַכט פֿאַר ייִדן. די ייִדישע הויפּטשטאָט פֿון מערן איז געווען ניקולסבורג (טשעכיש׃ מיקולאָוו), וואָס האָט אויף אַ ווײַלע אַפֿילו צײַטווײַליק געהאַט אַ חסידישן רבֿ, רבי שמעלקע; נאָך אַ סימן פֿון אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן כאַראַקטער פֿון מערישן ייִדנטום להיפּוך צו זייערע בעמישע שכנים.
אין די מערישע שטעטלעך האָבן די ייִדן געמוזט וווינען אין באַזונדערע ייִדישע פֿאָרטעלן, וואָס זײַנען געווען צו קליין אַפֿילו פֿאַר די רעלאַטיוו קליינע קהילות. די עסטרײַכישע מאַכט האָט געלייגט אַכט, אַז די צאָל ייִדן זאָל ניט וואַקסן. דערפֿאַר האָט מען אין 1727 אײַנגעפֿירט די אַזוי־גערופֿענע "פֿאַמיליאַנטן־געזעצן", וואָס האָבן באַגרענעצט די צאָל ייִדישע משפּחות אין יעדער קהילה. לויט די דאָזיקע געזעצן האָט בלויז איין זון געמעגט חתונה האָבן, און בלויז נאָכן טויט פֿון זײַן פֿאָטער. אַזוי אַרום האָט דער דאָזיקער זון געירשנט דעם פֿאָטערס נאָמען מיט דער וווינרעכט. אַלע אַנדערע זין האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אויף אַזאַ אופֿן איז די צאָל ייִדישע משפּחות אין מערן געבליבן סטאַביל, אַרום 5,200 אין משך פֿון מער ווי איין הונדערט יאָר. אַ סך מערישע ייִדן האָבן עמיגרירט קיין אונגאַרן און אַנדערע פּראָווינצן, וווּ די פֿאַמיליאַנטן־געזעצן זײַנען געווען ניט אַזוי שטרענג.
די רעוואָלוציע פֿון 1848 האָט שטאַרק באַווירקט אויפֿן מצבֿ פֿון ייִדן אין מערן. יונגע ייִדן האָבן זיך מיט התלהבֿות באַטייליקט אינעם קאַמף פֿאַר ליבעראַלע פֿרײַהייטן, אָבער די לייזונג איז געקומען ניט פֿון דעם נײַעם רײַכסטאַג, נאָר פֿונעם יונגן קיסר פֿראַנץ־יאָזעף. די פּועל–יוצאס פֿון דער עמאַנציפּאַציע זײַנען געווען אומדערוואַרטעטע. דער אויסבראָך פֿון פּאָגראָמען האָט אַרויסגעטריבן אַ היפּשע צאָל ייִדן אין די גרויסע שטעט און אַפֿילו אַזוי ווײַט ווי אַמעריקע.
די ייִדן, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן אין דער היים, האָבן זיך געפֿונען אין דער מיט פֿון דער נײַער מלחמה צווישן דעם דײַטשישן און טשעכישן נאַציאָנאַליזם. "עס איז איראָניש", באַמערקט מילער, "אַז די עמאַנציפּאַציע פֿונעם מערישן ייִדנטום איז פֿאָרגעקומען אין דער צײַט, ווען די אָרטיקע מערישע אידענטיטעט האָט זיך גענומען שפּאַלטן אויף צוויי קעגנזײַטיקע נאַציאָנאַלע אידענטיטעטן, די דײַטשישע און די טשעכישע."
דער זכר פֿונעם אַלטן ייִדישן מערן האָט אַ ווײַלע געלעבט בײַ די עמיגראַנטן אין ווין, בודאַפּעשט און פּראָג, אָבער דער צווייטער דור, וואָס איז געוואָקסן אין די גרויסע שטעט, האָט זיך שוין געהאַלטן פֿאַר עסטרײַכישע אָדער אונגאַרישע ייִדן. פֿון מערן שטאַמען אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי סטעפֿאַן צווײַג, גוסטאַוו מאַלער, עדמונד הוסערל און זיגמונד פֿרויד.
מילערס זאָרגזאַמע פֿאָרשונג ברענגט צום לעבן די געשיכטע פֿונעם מערישן ייִדנטום אינעם קריטישן היסטאָרישן מאָמענט, ווען דער אַלטער שטייגער האָט געפּלאַצט אונטערן דרוק פֿון מאָדערנקייט. לויט זײַן אייגנאַרטיקן מהות איז דאָס מערישע ייִדנטום געשטאַנען אויף דער גרענעץ צווישן מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע. די סטרוקטור און די אָרגאַניזאַציע פֿון די קהילות איז געווען ענלעך צו פּוילן, אָבער קולטורעל און עקאָנאָמיש זײַנען די מערישע ייִדן געווען אין דער דײַטשישער ספֿערע.
אַזאַ מין אוניקאַלע אָרטיקע אידענטיטעט איז געווען צו דעליקאַט פֿאַר דער מאָדערנער צײַט פֿון נאַציאָנאַליזם. צום סוף 19טן יאָרהונדערט זײַנען דאָס רובֿ מערישע און בעמישע ייִדן געוואָרן "דײַטשן", לויט זייער שפּראַך און קולטור, הגם אַ געוויסע צאָל האָט אויסגעקליבן דעם טשעכישן וועג. מילערס מוסטערהאַפֿטיק בוך איז מחיה־מתים די ייִדישע וועלט פֿון אייערנעכטן. די דאָזיקע וועלט האָט עקזיסטירט נאָך פֿאַר יענער האַבסבורגער "וועלט פֿון נעכטן", וואָס איז אַזוי לעבעדיק און נאָסטאַלגיש באַשריבן אין די זכרונות און ראָמאַנען פֿון סטעפֿאַן צווײַג, יוסף ראָט און אַרטור שניצלער.