קאַרינע אַרוטיונאָוואַ.
דער אַש פֿון דער רויטער בהמה.
מאָסקווע׃ "קאָליברי", 2011.
די עטנישע אָנגעהעריקייט פֿון דער שרײַבערין און קינסטלערין קאַרינע אַרוטיונאָוואַ לאָזט זיך ניט לײַכט דעפֿינירן. אַ טאָכטער פֿון אַן אַרמענישן פֿאָטער און אַ ייִדישער מוטער, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער קיִעווער געגנט פּאָדאָל און אין 1994 איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. שרײַבן שרײַבט זי אויף רוסיש, אָבער וווינען וווינט זי צווישן תּל–אָבֿיבֿ און קיִעוו, צוויי צענטערס פֿונעם רוסישן קולטורעלן "גלות". אירע ביכער גייען אַרויס אין מאָסקווע, אָבער אין אַרמעניע האַלט מען זי אויך פֿאַר אַן אייגענע.
"איך האַלט, אַז מיר האָט שטאַרק אָפּגעגליקט. כ׳האָב געהאַט דעם גוטן מזל געבוירן צו ווערן אין אַן אַרמעניש־ייִדישער משפּחה, אין אַ שטוב מיט אַ ריזיקער צאָל ביכער", זאָגט זי אין אַן אינטערוויו. און ווײַטער׃ "אין ישׂראל האָט זיך אַלץ אויסגעסדרט. עס האָט זיך ווידער איבערגעחזרט דער פּאָדאָל, וווּ יעדערער וויל וויסן, וואָס דער אַנדערער טוט. עס איז אַלעמען אַלץ אינטערעסאַנט. עטנישע פֿילאַרטיקייט איז דאָ אַ נאָרמע."
דער פּאָדאָל פֿון די 1960ער–70ער יאָרן בלײַבט דער כּוח־הפּועל פֿון אַרוטיונאָוואַס ליטעראַרישער שאַפֿונג. וועגן וואָס זי זאָל ניט שרײַבן, זאָל עס זײַן רוסלאַנד, אַרמעניע אָדער ישׂראל, קערט זי זיך ווידער צוריק אום צו דער צײַט פֿון אירע קינדער־יאָרן, בפֿרט צו דעם איבערגאַנג־עלטער. אירע דערציילונגען און לידער (די צוויי זשאַנערס איז שווער בײַ איר פֿונאַנדערצוטיילן) זײַנען פֿול מיט פּרטימדיקע שטריכן, וואָס היטן אָפּ דעם טעם פֿון יענער צײַט. יעדע קליינע זאַך ווערט באַשריבן מיט פּינקטלעכקייט, יעדער סובסטאַנטיוו ווערט באַגלייט מיר אַ פּאָר אַדיעקטיוון. פֿונעם ערשטן וואָרט ווערט דער לייענער אַרײַנגעטונקען אין דער לעבעדיקער וועלט פֿון קאָלירן, ריחות און קולות.
אַרוטיונאָוואַ זאָגט׃ "איך האָב ליב צו זײַן קליין. לאָז זײַן, אַז אַלע מאָל איז דאָ עמעצער, וואָס איז העכער פֿון מיר. אַפֿילו אויב ער איז אין דער אמתן נידעריקער. איך האָב ליב צו קוקן פֿון אונטן אַרויף". אָט דער דאָזיקער קוק פֿון אונטן אַרויף, מיטן בליק פֿון אַ ייִדיש–אַרמעניש מיידל אין פֿרעמדן סאָוועטישן קיִעוו, וואָס פֿילט זיך היימיש בלויז אין דער אייגענער משפּחה, דערלאָזט דער מחברין צו באַשרײַבן די אַרומיקע ווירקלעכקייט מיט אַן אייגנאַרטיקער חנעוודיקער איראָניע.
די דערוואַקסענע שרײַבערין האָט אָפּגעהיט דעם קינדיש־שאַרפֿן חוש פֿאַר לעבן אין אַלע אירע פֿאָרמעס. יענער סאָוועטישער קיִעוו פֿון איר קינדהייט איז מער ניטאָ, און זי אַליין האָט זיך אויך שטאַרק געענדערט. אָבער ליטעראַטור און מאָלערײַ ברענגען דעם זכר צוריק צום לעבן. אַרוטיונאָוואַס מיניאַטיורן טראָגן לעבעדיקע סימנים פֿון דער אַמאָליקער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, וואָס ווערן איבערגעמישט מיט פֿאַנטאַסיטשע אימאַזשן פֿון חלמות. "דאָס לעבן איז ניט אין גאַנצן רעאַל — עס ליגט מחוץ דעם תּחום פֿון דעם, וואָס מען האַלט פֿאַרן אייגענעם לעבן."
אַרוטיונאָוואַס ישׂראל איז ניט מער און ניט ווייניקער, ווי אַ גילגול פֿון קיִעוו. זי באַשרײַבט, דער עיקר, דאָס הויז און דעם הויף, וווּ זי וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ. צומאָל קומט זי ארויס אויף דער גאַס, אָבער זעלטן ווען גייט זי אַריבער די גרענעצן פֿון איר שכונה. און אין אָט דער קליינער וועלט אירער איז פֿאַראַן אַלץ, וואָס מען קאָן זיך נאָר פֿאָרשטעלן. דאָ געפֿינט מען כּלערליי מענטשלעכע כאַראַקטערן מיט זייערע גורלות און חלומות. "דאָ קען איך לייענען אַלע פּנימער, איך קאָן גלײַך דערקענען, וואָס און ווער פֿאַרבאַהאַלט פֿונעם אַרום. איך קאָן לײַכט אונטערשיידן אַ מאַראָקאַנער ייִד פֿון אַן איראַנישן."
די אַרמענישע טעמע איז אויך גאַנץ בולט אין אַרוטיונאָוואַס שרײַבן, און איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער. עמעצער גיט אַ טעלעפֿאָן־קלונג און בעט מתפּלל צו זײַן פֿאַר אַ קראַנקן, וואָס האַלט בײַם שטאַרבן. און די בשׂורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט׃ "אַלע אַרמענער פֿון ירושלים, זיי דאַווענען. און די ייִדן? זיי דאַווענען אויך, יעדער איינער אויף זײַן אָרט." אַזאַ סימבאָלישער אַחדות פֿון ביידע פֿעלקער, וואָס וווינען אין ירושלים זינט די אור־אַלטע צײַטן, באַקומט זײַן פֿאַרקערפּערונג אין דער רוסיש–שפּראַכיקער שרײַבערין פֿון קיִעוו.
אָבער דער אומקער צו דער היימשטאָט קומט איר אָן שווער. קיִעוו האָט פֿאַרלוירן זײַן עטנישע און קולטורעלע פֿילפֿאַרביקייט׃ "מיר איז שווער צו זײַן אין אַן איינאַרטיקער סבֿיבֿה. עס פֿעלט מיר די מעגלעכקייט אַרײַנצוזאַפּן, אָפּצושפּיגלען, פֿאַרמישן פֿאַרבן און שאַפֿן נײַע שאַטירונגען".
פֿון דער דאָזיקער דערפֿאַרונג וואַקסט די נאָסטאַלגיש־מעלאַנכאָלישע שטימונג אין איר פּאָעטישער פּראָזע׃ "קיינער האָט ניט באַמערקט, ווי עס איז אַוועקגעפֿאָרן דער לעצטער ייִד. ער איז אַוועק שטיל, פֿון קיינעם ניט באַגלייט, ווײַל עס איז ניט געווען קיינער, וואָס זאָל אים באַגלייטן. אָבער איצט קלינגט אויף די גאַסן פֿון אונדזער שטאָט ייִדישע מוזיק, און ספּעציעל געשולטע מענטשן זינגען לידער אויף אַ מאָדנער שפּראַך, וואָס איז כּלומרשט ניטאָ אויף דער וועלט."
אַלטע ייִדישע ווערטלעך, איבערגעמישט מיט אַרמעניש, ווערן צעזייט ווי זאַלץ און פֿעפֿער איבער די זײַטן פֿון אַרוטיונאָוואַס מעשׂיות. זי האָט זיי אָפּגעהיט אין איר זכּרון צוזאַמען מיטן ריח פֿון ייִדישע מאכלים, די קאָלירן פֿון אָסיענדיקער נאַטור און די קלאַנגען פֿון דער גאַס און פֿונעם אַלטן קיִעווער "יעוובאַז" — "ייִדמאַרק".