- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ישׂראל איז פֿאַרטאָן לעצטנס מיט דער סכּנה, וואָס קומט אַרויס פֿונעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן, אָדער ווי ס’האָט עס אָפּגעשאַצט דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו: אויפֿן ערשטן אָרט — איראַן, אויפֿן צווייטן אָרט — איראַן און אויפֿן דריטן אָרט — ווידער איראַן. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז נישט קיין קלענערע סכּנה רײַפֿט אויס דווקא אינעם לאַנד גופֿא; דאָס מאָל פֿון די אָרטיקע פֿונדאַמענטאַליסטן — פֿון די חרדים. ס’האָט זיך שוין אַפֿילו באַוויזן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אָרטיקער פּרעסע אַ באַגריף — "חרדיזאַציע פֿונעם לאַנד", אויפֿן סמך פֿון איראַן.
ד״ר מנחם קרן-קרץ (קראַץ) ד״ר מנחם קרן איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער אין געביט פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן פֿון מאַרמאָרעש-סיגעט אין 20סטן יאָרהונדערט. אין יאָר 2009 האָט ער באַקומען זײַן צווייטן דאָקטאָראַט פֿון בר-אילן-אוניווערסיטעט, וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע, געשאַפֿן פֿון די מאַרמאָרעשער ייִדן זינט די 70ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה.
די עטנישע אָנגעהעריקייט פֿון דער שרײַבערין און קינסטלערין קאַרינע אַרוטיונאָוואַ לאָזט זיך ניט לײַכט דעפֿינירן. אַ טאָכטער פֿון אַן אַרמענישן פֿאָטער און אַ ייִדישער מוטער, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער קיִעווער געגנט פּאָדאָל און אין 1994 איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. שרײַבן שרײַבט זי אויף רוסיש, אָבער וווינען וווינט זי צווישן תּל–אָבֿיבֿ און קיִעוו, צוויי צענטערס פֿונעם רוסישן קולטורעלן "גלות". אירע ביכער גייען אַרויס אין מאָסקווע, אָבער אין אַרמעניע האַלט מען זי אויך פֿאַר אַן אייגענע. ווען די אינטערנעץ האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן, האָבן די חסידים, וואָס האָבן עס געניצט, זיך אָפֿט פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי טוען עס בלויז צוליב דער אַרבעט, און סײַ־ווי־סײַ, האָבן זיי באַקומען אַ היתּר אויף דעם. הײַנט געפֿינען זיך אָבער אַ צאָל זײַטן אויף דער אינטערנעץ — סײַ בלאָגס, סײַ דורך "פֿייסבוק" — וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך חסידים אָדער געוועזענע חסידים, וווּ די "היימישע" פֿילן זיך פֿרײַ צו שמועסן וועגן פֿאַרשידענע ענינים, און אָפֿט מאָל, מיט הומאָר. איינע פֿון די זײַטן, וואָס געפֿינט זיך אויף דער סאָציאַלער נעץ "פֿייסבוק", הייסט "חסידיש ייִדיש", און איז ממש אַן אוצר פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש. די גרינדערין פֿון "חסידיש ייִדיש" הייסט פֿרידע, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. ווי זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צו דער זײַט, וויל זי מאַכן אַ רשימה פֿון "די חסידישע ווערטער, וואָס זענען נישט קיין טייל פֿון ייִוו״אָ־ייִדיש". כּדי אויסצומײַדן די גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט באַניצט אין דער גערעדטער חסידישער שפּראַך, באַגרענעצט זי די רשימה בלויז מיט יענע ווערטער, וואָס חסידים ניצן אויך אין די געדרוקטע טעקסטן, ווײַל אין די ביכער און צײַטונגען געפֿינען זיך אַ סך ווייניקער ענגלישע ווערטער. אין מײַן בוך Yiddish in the Cold War ציטיר איך דעם מעמאָראַנדום, וועלכן עס האָט אין יוני 1971 אָנגעשריבן דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק. אין פֿעברואַר 1972 וועט מען אים אויסשליסן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווײַל נאָוויקס "נאַציאָנאַליזם" האָט ניט געפּאַסט דער פּאַרטיי-פֿירערשאַפֿט. צו יענער צײַט איז "מאָרגן-פֿרײַהייט" שוין געווען אַ קריטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון זײַן פּאָליטיק לגבי ישׂראל. אָט וואָס נאָוויק האָט דעמאָלט געשריבן (איך זעץ עס איבער פֿון ענגליש — דער שפּראַך פֿון דעם מעמאָראַנדום, אַדרעסירט צו די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פֿירער): "אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1929 האָט ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ צוזאַמען מיט פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געפֿונען אין אַ קריזיס אין שײַכות מיט די דעמאָלטיקע אומרוען אין פּאַלעסטינע. מיר האָבן זיך ביטער צונויפֿגעשטויסן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. […] מיר האָבן טײַער באַצאָלט פֿאַר אונדזער פּאָזיציע, פֿאַרלוירן זייער אַ סך אונדזערע לייענער און אָפּגעשוואַכט אונדזער אָנשפּאַר אין די מאַסן." אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוספֿן און זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים געוואָלט, צו ערשט, דערהרגענען, אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף קיין מצרים. אינעם צווייטן "ספֿר־חשמונאָים" ווערט דערציילט, אַז 8 טויזנט בבֿלישע ייִדן האָבן אַ מאָל געהאָלפֿן 4 טויזנט גריכן צו באַזיגן די גאַלאַטן; די גריכן האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן, אָבער די ייִדן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף דעם אייבערשטן און צעשטערט די ריזיקע גאַלאַטישע אַרמיי פֿון 120 טויזנט סאָלדאַטן. דער ערשטער און דער צווייטער "ספֿר־חשמונאָים" אָדער "ספֿר־המכּבים" זענען גריכישע ווערסיעס פֿון אוראַלטע אַפּאָקריפֿן, וועלכע דערציילן וועגן דער מלחמה פֿון די חשמונאָים קעגן דער גריכיש־סירישער אימפּעריע. ווי מע זעט פֿון געוויסע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, איז דער ערשטער טעקסט אָנגעשריבן געוואָרן בײַם אָנהייב אויף לשון־קודש, אָבער פֿאַרהיט געוואָרן בלויז אין דער גריכישער איבערזעצונג. דער צווייטער טעקסט, וואָס אַנטהאַלט מער פּרטים וועגן דעם חשמונאָיִשן אויפֿשטאַנד, איז מסתּמא אַן אָריגינעל גריכיש ווערק, אַ פֿראַגמענט פֿון אַ פֿינף־בענדיקער סעריע היסטאָרישע ביכער, וואָס זייער מחבר, מיטן נאָמען יאַסאָן, איז געווען אַ העלעניסטישער ייִד און האָט געלעבט אין דער גריכישער קאָלאָניע קיריני, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן לבֿנון, מיט איבער 2100 יאָר צוריק. די מעשׂה פֿונעם קאַרטאָפֿל איז אַזאַ, וואָס וועגן אים האָט מען אָנגעשריבן גאַנצע ביכער. שטאַמען שטאַמט ער פֿון דרום־אַמעריקע — פּערו. קיין אייראָפּע איז ער, אַזוי ווי דער פּאָמידאָר, אָנגעקומען נאָך קאָלאָמבוסן, אַ דאַנק די שפּאַניער וואָס האָבן אײַנגענומען די אימפּעריע פֿון די אינקאַס. ווי מיר האָבן שוין געשריבן, זענען די ביידע גרינסן פֿון איין משפּחה מיט נאַכטשאָטן און אַנדערע סמיקע געוויקסן, האָט מען אויפֿן קאַרטאָפֿל אויך באַלד געוואָרפֿן אַן אומחן. קומט אויס, אַז אין דער צווייטער העלפֿט 18טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצייזישער וויסנשאַפֿטלער פּאַרמאַנטיע (Parmentier) געזען, אַז אין פֿראַנקרײַך זאָל זיך דאָס פֿאָלק צוכאַפּן דערצו. ווי אַזוי? ער האָט פֿאַרזעצט קאַרטאָפֿל אין די אַריסטאָקראַטישע גערטנער און געהייסן, מע זאָל די פֿלאַנצן שטרענג באַוואַכן. כאָטש די אַריסטאָקראַטיע האָט פֿונעם קאַרטאָפֿל דווקא נישט געהאַלטן, האָט דער המון פֿאַרשטאַנען, אַז קאַרטאָפֿל איז טאַקע דאָס וואָס זיי דאַרפֿן; און בשעת די דאָרטיקע שומרים פֿלעגן זיך פֿאַרקוקן אין אַ זײַט, האָט מען קאַרטאָפֿל אַרויסגעגנבֿעט. צו אַ גיכער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דעם געוויקס האָט נאָך צוגעשפּילט דער גרויסער הונגער אין אייראָפּע אין 1770, ביז ס’איז געוואָרן די עיקרדיקע שפּײַז איבער אַ היפּשן שטח — למשל, סײַ אין אירלאַנד און סײַ אין רוסלאַנד. די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו די גלענצנדיקע קינסטלערין צירל וואַלעצקי. זי איז געווען אַ מאָלערין, העכסט באַגאַבט אין פּאַפּירשניט–קונסט און אַ מײַסטערין אין קאַריקאַטור־קונסט. איך האָב זי גערופֿן צירל און זי מיך מירל. און אַזוי ווי זי איז געווען מײַן שכנטע אין דער בראָנקס האָבן מיר אַ סך יאָרן אָנגעהאַלטן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, געאַרבעט צוזאַמען קודם אויף אַ סעריע ביכעלעך פֿאַרן ייִדישן שולוועזן וואָס דער קולטור־קאָנגרעס האָט אַרויסגעגעבן, דערנאָך אויף אַ סעריע קאַריקאַטורן וואָס וואַרטן נאָך אויף אַן אַרויסגעבער און ס׳רעשט האָט שוין געהערט צו די קולינאַרע אַפּעטיטן. ביידע האָבן מיר ליב געהאַט גאַלע, פּעטשאַ, פֿוסנאָגע און איך האָב נישט אַנטוישט, האָט איר שוין באַדאַרפֿט זען ווי מיר האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט מיט דעם מאכל. ציפּ איז דווקא געווען אַ וועגעטאַריערין, זי האָט געגעסן ס׳רובֿ רויע גרינס, פֿרוכטן, אָבער פֿון דער פעטשאַ האָט זי זיך קיין מאָל נישט אָפּגעזאָגט, זי האָט געטענהט אַז ס׳איז גוט פֿאַר די ביינער. מיר האָבן אָפֿט גערעדט וועגן דער לאַגע פֿון ייִדיש, זי פֿלעגט שעפּן נחת ווען איך האָב איר דערציילט וועגן מײַנע פֿולע קלאַסן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט און איך פֿלעג שעפּן נחת פֿון אירס אַ נײַעם אײַנפֿאַל אין דער מאָלערײַ. אין מײַן לעצטן "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַשריבן די מחלוקתן צווישן ישׂראל־אַרכעאָלאָגן בשײַכות דער אַנטדעקונג פֿון צוויי זילבערנע מטבעות בעת די אויסגראָבונגען אונטער אַן אַלטער מיקווה בײַם כּותל־המערבֿי. זייער גלויבן, אַז די דאָזיקע אַנטדעקונג פֿון די מטבעות באַווײַזט, אַז דער קעניג הורדוס איז ניט געווען דער, וועלכער האָט אויסגעענדיקט דאָס בויען פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, ווי היסטאָריקער האָבן געהאַלטן ביז איצט. אַזוי ווי מיר פֿײַערן אין די איצטיקע טעג דעם יום־טובֿ חנוכּה, איז כּדאַי איך זאָל דערציילן פֿאַר אונדזערע לייענער, אַז אָט דער זעלבער קעניג הורדוס, וועלכע איז געווען אַ האַלבער ייִד, האָט געהאַט אַ נאָענטע שײַכות מיט דער חשמונאָים־משפּחה. הורדוס איז געווען באַקאַנט ווי דער "קעניג פֿון יהודה". ער האָט געקעניגט אין די יאָרן 37—7 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, אין דער רוימישער אימפּעריע. דער רוימישער אימפּעראַטאָר אַנטאָניוס האָט אים באַשטימט צו זײַן קעניג פֿון יהודה, ווײַל ער האָט אים געטרײַ און איבערגעגעבן געדינט אין פֿאַרשיידענע קאַפּאַציטעטן. בעת זײַן קעניגרײַך האָט דער קעניג הורדוס אויסגעברייטערט די גרענעצן פֿון יהודה, אײַנשליסנדיק גאַנץ גליל, די בערג פֿון חרמון און אַנדערע שטחים פֿון לאַנד. הורדוס איז געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע, דערפֿאָלגרײַכסטע צווישן די פֿאַרשיידענע קעניגן, וועלכע האָבן דאַן געקעניגט אין דער אימפּעריע פֿון רוים. וואָס זאָל מען טון, ייִדן? אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג. וואָס זאָל מען טון, מענטשן? עסן דאַרף מען יעדן טאָג. אַז דער מאָגן וויל נישט וויסן פֿון קיין געטאָ זאַך, נאָר ער שטרײַט און ער פֿאַרלאַנגט צו עסן זייער אַ סך. (ליד געזונגען אין לאָדזשער געטאָ, מסתּמא געשריבן פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ, פֿאַרשריבן פֿון ד״ר גילה פֿלאַם בײַ יאַנקעלע ראָטענבערג)
אונדזער שטענדיקער מחבר עקיבֿא פֿישבין איז געוואָרן 95 יאָר יונג. די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע האָט ערשט לעצטנס אָפּגעדרוקט זײַן פּרעכטיקן אַרטיקל וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע. מיר דערוואַרטן פֿון אים נײַע עסייען, וואָס זײַנען שטענדיק באַלערנדיק און אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. נעמט אָפּ אונדזערע האַרציקע חבֿרישע באַגריסונגען און וווּנטשן. מיט אַ 15 יאָר צוריק האָב איך אין ירושלים דורכגעפֿירט אַן אָוונט, געווידמעט דעם ייִדישן שרײַבער אירמע דרוקער, וועלכן מע פֿלעגט אין די ייִדיש־קרײַזן רופֿן "דער ייִדישער ראָמען ראָלאַן". דרוקער האָט גלענצנדיק געקענט די ייִדישע און וועלט־מוזיק, אַליין גוט געזונגען און געווען אַ גרויסער מבֿין אויף חזנות. נאָר אַזאַ מומחה ווי ער האָט געקאָנט אָנשרײַבן דאָס פּרעכטיק־קינסטלערישע ווערק — "קלעזמערס". ווען דער אָוונט האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ מענטש מיט אַ שטעל פֿונעם פֿראַנצויזישן אַקטיאָר און זינגער איוו מאָנטאַן. דאָס איז געווען עקיבֿא פֿישבין, אַ ייִדישער זשורנאַליסט און קונסט־פֿאָרשער. גאָר גיך האָבן מיר ביידע דערפֿילט — מיר זײַנען מענטשן פֿון איין שניט. איך פּערזענלעך האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿישבין — אַ זעלטענע פּערזענלעכקייט, פֿול מיט וויסן אין געביט פֿון מוזיק און קונסט — איז בפֿירוש דער מענטש, וואָס איך קאָן בײַ אים אַ סך לערנען. טאַקע דעמאָלט האָט ער מיר געשענקט זײַן עסיי־בוך "אין די טריט פֿון קינסטלער". |