װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

בײַ דער צוטיילונג פֿונעם "רובינליכט־פּריז", 2011, "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. פֿון רעכטס: דניאל גלאַי, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מישע לעוו, ישׂראל רודניצקי, מנחם קרן-קרץ.
בײַ דער צוטיילונג פֿונעם "רובינליכט־פּריז", 2011, "לייוויק־הויז", תּל־אָבֿיבֿ. פֿון רעכטס: דניאל גלאַי, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מישע לעוו, ישׂראל רודניצקי, מנחם קרן-קרץ.



אינעם פֿריִערדיקן נומער "פֿאָרווערטס" האָבן מיר באַגריסט דעם שרײַבער מישע לעוו, וועלכן ס׳איז צוגעטיילט געוואָרן דער "רובינליכט-פּרײַז", 2011. די וואָך באַגריסן מיר די אַנדערע צוויי געווינער פֿון דער אויסצייכענונג, די שרײַבערין חייקע ברוריה וויגאַנד און דעם פֿאָרשער מנחם קרן, און דרוקן אָפּ די מאָטיוון פֿון דער זשורי בײַם אויסקלײַבן די צוויי געווינער.



ד״ר מנחם קרן-קרץ (קראַץ)

ד״ר מנחם קרן איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער אין געביט פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן פֿון מאַרמאָרעש-סיגעט אין 20סטן יאָרהונדערט. אין יאָר 2009 האָט ער באַקומען זײַן צווייטן דאָקטאָראַט פֿון בר-אילן-אוניווערסיטעט, וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע, געשאַפֿן פֿון די מאַרמאָרעשער ייִדן זינט די 70ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה.
דער חיבור פֿון ד״ר מנחם קרן-קרץ, אונטערן נאָמען: מרמורש סיגט: מרכז תרבות יהודי למרגלות הרי הקרפטים — תולדות ותרבות, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מאָנומענטאַלע אַרבעט, באַזירט אויף ערודיציע, התמדה און איבערגעגעבנקייט צו חכמת-ייִדיש און יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן בכלל.
אויף אַ ברייטער קאַנווע פֿון קולטור-היסטאָרישע אָפּהאַנדלונגען, ברענגט דער מחבר אַ פֿאַרכאַפּנדיקע באַשרײַבונג פֿון אַ ייִדישער טיף טראַדיציאָנעלער געזעלשאַפֿט פֿון מאמינים-בני-מאמינים. אַן עדה וועלכע ברענגט אַרויס פֿון זיך אויפֿן שיידוועג צווישן טראַדיציע און מאָדערנקייט אַ רײַכע ליטעראַטור און פּרעסע, געשריבן אויף ייִדיש צווישן ביידע וועלט-מלחמות.
אין צענטער פֿון זײַן חיבור צעוויקלט דער מחבר די אייגנשאַפֿטן פֿון דעם קולטור-צענטער אין מאַרמאָרעש-סיגעט — די ראָלע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דרוקערײַען, ביבליאָטעקן, ייִדישע צײַטונגען, ייִדישע ליטעראַטור און אירע מחברים, טעאַטער און קונסט. אָט דער ייִדישער קולטור-צענטער, באַווײַזט ד״ר מנחם קרן, שיילט זיך אַרויס פֿון אַ שטרענגער אָרטאָדאָקסישער קהילה, און אַ טייל פֿון זײַנע הויפּטשאַפֿער איז ענג פֿאַרבונדן מיט די שרײַבער פֿון חרדישן לאַגער, ווי הירש-לייב גאָטליב און זײַנע נאָכפֿאָלגער, וועמענס ראָלע אין דער ייִדישע פּרעסע און קולטור-לעבן, האָט געבראַכט צו אַן איבערקערעניש אין דער טראַדיציאָנעל-רעליגיעזער געזעלשאַפֿט פֿון מאַרמאָרעש-סיגעט.
ד״ר מנחם קרן באַווײַזט, אַז אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון ייִדישן גלות, האָט פּולסירט אַ שטרענגע ייִדישע רבנישע קולטור, וועלכע האָט בעת איר פֿאַרמעסט מיט די מאָדערנע צײַטן, אַרויסגעבראַכט פֿון זיך אַ וויכטיקן ייִדישן מאָדערנעם קולטור-צענטער. צווישן זײַנע בעסטע פּירות ביזן הײַנטיקן טאָג, זײַנען דער באַרימטער תּלמודיסט און פּראָפֿעסאָר, דוד הלבני-ווײַס, און דער שרײַבער און זשורנאַליסט, אליעזר וויזעל — ביידע געבוירענע אין סיגעט-מאַרמאָרעש, אויפֿגעהאָדעוועט אין אַ חסידישער סבֿיבֿה, דורכגעמאַכט אַ ריי נאַצישע לאַגערן, און פֿאַרנעמען הײַנט אַ בולטן אויבנאָן אין דער ייִדישער וועלט און בײַ די אומות-העולם. זייערע ביאָגראַפֿיעס וועלן זײַן פֿאַרשטענדלעכער, אין ליכט פֿון ד״ר מנחם קרנס חיבור.
נעמענדיק אין אַכט דאָס אויבן געזאָגטע, און דעם פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון ד״ר מנחם קרן, פֿון דער קולטור-געשיכטע פֿון די מאַרמאָרעשער ייִדן, סײַ אין זייער אונגערישער תּקופֿה, און סײַ ווי אַ טייל פֿון רומעניע נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה — האָבן די מיטגלידער פֿון זשורי באַשלאָסן צוצוטיילן ד״ר מנחם קרן־קרץ דעם "רובינליכט-פּרײַז", פֿאַר זײַן אויסגעצייכנטער אַרבעט וועגן איינער פֿון די וויכטיקסטע און ווייניק באַקאַנטע ייִדישע קהילות אין דער מאָדערנער צײַט.
מיר האָפֿן אין גיכן אָפּצודרוקן זײַן חיבור, ווי אַ בשותּפֿותדיקע אויסגאַבע פֿון בית-לייוויק און דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט.

אין נאָמען פֿון זשורי
יחיאל שיינטוך

חייקע ברוריה וויגאַנד

חייקע ברוריה וויגאַנד איז אפֿשר אַ נײַער נאָמען פֿאַר אַ סך ייִדיש-ליבהאָבער אין
ישׂראל און אַנדערע ערטער. פֿון דעסטוועגן איז איר נאָמען באַקאַנט אין לאָנדאָן, פּאַריז און ישׂראל, בעיקר, צווישן די נײַע קרײַזן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור. די סיבה דערפֿון איז, וואָס וויגאַנד האָט אָפֿט אָנטייל גענומען אין וויכטיקע שפּראַכקורסן און זי אַליין איז אַ לערערין פֿון ייִדיש און האַלט ווײַטער אָן אַ לעבעדיקן קאָנטאַקט מיט אַ סך פֿאָרשטייער פֿון אָט דער יונגער באַוועגונג אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך.
דער ה. לייוויק-פֿאַרלאַג האָט באַקומען דעם כּתבֿ-יד פֿון איר לידערבוך "צי האָט איר געזען מײַן ציג?", און אַזוי אַרום האָבן מיר געהאַט די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט דער אימאַזשן-שפּראַך און שאַפֿערישקייט פֿון אָט דער יונגער פּאָעטעסע. וויגאַנד איז אין גאַנצן באַוווּסטזיניק פֿון אַלע גרויע וואָלקנס, וועלכע הענגען איבער אונדזערע הימלען הײַנט, אָבער איר הויפּט פּאָעטישער אויסדרוק איז געוואָנדן צו אַנטפּלעקן פֿאַר אונדז די ליכטיקע שטראַלן, וועלכע ניט תּמיד זעען מיר, און באַשרײַבט זיי כּסדר מיט פֿרישן טאַלאַנט. איר ליטעראַרישע שפּראַך איז אָפֿט מאָל באַווירצט מיט אויסדרוקן פֿונעם גערעדטן לשון, וואָס גיט צו אינטימקייט און וואַרעמקייט איר אייגענער שאַפֿונג. צוליב דעם אויך באַמערקט מען דאָ און דאָרטן אין אירע שורות אַ קאַפּיטשקע איראָניע, וואָס זאָגט עדות וועגן איר קלוגשאַפֿט און לעבנספֿרייד.
היות ווי וויגאַנד באַהערשט די ענגלישע שפּראַך איז איר ערשטלינג צוגעגרייט געוואָרן אין דעם ייִדישן מקור מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג, אַ נטיה, וואָס מיר באַמערקן הײַנט אויך בײַ אַנדערע שאַפֿערס, וועלכע זענען מסוגל זיך אַליין איבערצוזעצן. זיי פֿילן די שטאַרקע נויטווענדיקייט אָנצוקניפּן אַ קינסטלערישן דיאַלאָג מיט זייער נאָענטער און ברייטערער סבֿיבֿה. "צי האָט איר געזען מײַן ציג?" איז אַ ליכטיקער שטראַל אין אונדזער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס האַלט אין איין זיך באַנײַען; און מיר קוקן אַרויס און ווינטשן איר פֿיל הצלחה פֿאַר אירע קומעדיקע שאַפֿונגען.