אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוספֿן און זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים געוואָלט, צו ערשט, דערהרגענען, אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף קיין מצרים.
ווען יוסף האָט געאַרבעט ווי אַ באַדינער בײַ אַן אָרטיקן אַריסטאָקראַט, פּוטיפֿר, האָט פּוטיפֿרס ווײַב געוואָלט האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט יוספֿן. ווען יוסף איז אַנטלאָפֿן פֿון איר, האָט זי פֿאַלש אָנגעקלאָגט, אַז דער באַדינער האָט זי געפּרוּווט, כּלומרשט, צו פֿאַרגוואַלדיקן.
אין תּפֿיסה, וווּ מע האָט אײַנגעזעצט יוספֿן, האָט ער געוויזן זײַן נבֿיאישן כּוח פּותר צו זײַן די חלומות. מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט דער פּרעה דערזען אַ מאָדנעם חלום, אין וועלכן ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און עס זענען פֿונעם וואַסער אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע קי, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט דער קיניג דערזען נאָך אַ חלום, וווּ זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע.
יוסף האָט דערקלערט דעם פּרעה, אַז די זיבן פֿעטע קי און געראָטענע זאַנגען אין זײַן חלום זענען אַ סימן פֿון די קומענדיקע זיבן בליִענדיקע יאָר, ווען אין מצרים וועט כּסדר אויפֿוואַקסן אַ רײַכע גערעטעניש. דערנאָך וועט אָבער קומען אַ זיבן־יעריקער פּעריאָד פֿון אַ שטאַרקן הונגער, וועלכער וועט חרובֿ מאַכן דאָס לאַנד; אויף דעם דאָזיקן הונגער ווײַזן אָן די דאַרע קי און אָפּגעשלאָגענע זאַנגען. כּדי די אײַנוווינער פֿון מצרים זאָלן קאָנען איבערלעבן דעם הונגער אין דער צוקונפֿט, האָט יוסף געגעבן פּרעהן אַן עצה צו זאַמלען די גערעטעניש פֿון פֿריִער. צוליב יוספֿס עצה, איז מצרים געראַטעוועט געוואָרן; יוסף איז געוואָרן אַ שני־למלך.
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "מקץ" — "בײַם סוף". ווי מיר האָבן שוין אַ סך מאָל געשמועסט וועגן דעם, ווערט אין די נעמען פֿון די סדרות אָפּגעשפּיגלט די עיקר־טעמע פֿון זייער אינהאַלט, ווי די ענינים פֿון דער וואָך, ווען זיי ווערן געלייענט אין דער שיל. די וווּנדערלעכע פּאַסירונגען, וואָס זענען געשען מיט יוספֿן אין מצרים, האָבן אַ שײַכות צום הײַנטיקן יום־טובֿ חנוכּה.
ווען די חשמונאָים, אַ קליינע גרופּע ייִדן, האָט אָנגעהויבן אַן אויפֿשטאַנד קעגן דער מעכטיקער גריכיש־סירישער אימפּעריע, האָבן זיי זיך פֿאַקטיש פֿאַרלאָזט אויף אַ נס, הגם אין אַ נאָרמאַלער סיטואַציע, ווי עס שטייט אין גמרא, מוז מען באַטראַכטן די רעאַליסטישע שאַנסן דורכצופֿירן אַ פּלאַן, און מע טאָר זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף איבערנאַטירלעכע זאַכן.
על־פּי־חסידות, קאָן אַ מענטש, וואָס געפֿינט זיך אויף אַזאַ הויכער גײַסטיקער מדרגה, ווי יוסף, מעג מען יאָ פֿאָלגן די חלומות און אַנדערע מיסטישע סימנים. פֿונדערסטוועגן, ווען יוסף איז געזעסן אין תּפֿיסה, האָט ער נישט געהאַט קיין אַנדערע מיטלען זיך צו באַפֿרײַען, אַחוץ די חלומות. ווי מיר זעען, איז דאָס אָרט, וווּ מע האָט אים אײַנגעזעצט, געווען גאַנץ סכּנותדיק; איינעם פֿון די אַרעסטאַנטן, ווי יוסף האָט פֿאָרויסגעזאָגט פֿון פֿריִער, האָט מען אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ פֿאַר דעם, וואָס דער פּרעה האָט געפֿונען אַ פֿליג אין זײַן ווײַן, ווי עס דערקלערן די חז״ל. אין אַזאַ סכּנותדיקן פּלאַץ, מוז מען שוין אויסנוצן אַלע מעגלעכקייטן זיך צו באַפֿרײַען — אַפֿילו ניסים און חלומות. אַדרבה, עס זענען באַקאַנט אַ סך פֿאַלן אין דער מענטשלעכער געשיכטע, ווען דווקא אַ טרוים האָט געהאָלפֿן אַ מענטש צו בלײַבן לעבן אין געפֿענקעניש, אויב אַפֿילו ער איז נישט געווען מסוגל אים צו באַפֿרײַען בגשמיות.
דאָס וואָרט "קץ" איז מרמז אויף משיחס צײַטן. ווען יוספֿס, אַ געוועזענער שקלאַף און אַרעסטאַנט, איז געראַטעוועט געוואָרן פֿון תּפֿיסה און געוואָרן אַ שני־למלך, איז אַזאַ גאַנג פֿון געשעענישן פֿאַר אים געוואָרן אַ פּערזענלעכע גאולה. איז חנוכּה, דערמאָנען מיר אויך די טעג, ווען די ייִדן האָבן זוכה געווען צו אַ ישועה; על־פּי־חסידות, שטעקט אינעם ברענענדיקן חנוכּה־לאָמפּ דאָס ליכט פֿון משיחס צײַט.
דאָס וואָרט "חנוכּה" קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי "חנו־כּה" — רוט זיך אָפּ אָדער שטעלט זיך אָפּ דאָ. נאָך דער בראַווער טויטלעכער שלאַכט מיט די שׂונאים, האָט די ייִדישע פּאַרטיזאַנער דערגרייכט אַ צײַטווײַליקן מצבֿ פֿון פֿרײַהייט, ווען זיי האָבן געקאָנט זיך אָפּרוען און אָפּשאַצן דעם נס־חנוכּה.
רבי נחמן בראַצלעווער האָט באַמערקט אַ וווּנדערלעכע פֿאַרבינדונג צווישן חנוכּה און דעם ענין פֿון חלומות. ער דערקלערט, אַז דער מינהג צו שפּילן דריידל האָט אַ טיפֿן טעם. די גאַנצע וועלט דרייט זיך ווי אַ דריידל, אויף היפּוכדיקע זײַטן: "אַ מענטש ווערט אַ מלאך און אַ מלאך ווערט אַ מענטש". אַזוי ווי אין אַ חלום, קומען פֿאָר אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן כּלערליי אומגעוויינטלעכע געשעענישן און וווּנדערלעכע זאַכן, צוליב דער "דריידלדיקער" נאַטור פֿונעם וועזן. אינעם צענטער פֿון אַלע היפּוכים און איבערדרייענישן, אַזוי ווי אינעם אַקס פֿון אַ דריידל, שטעלט דאָס ליכט פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף, וועלכער שטייט אויפֿן אָרט, אָבער פֿאַרשפּרייט די ענערגיע פֿון "דרייעניש" איבערן גאַנצן אוניווערס.
מע קאָן זאָגן, אַז די חשמונאָים האָבן געגעבן אַ שפּיל אין דער "רוסישער רולעטקע"; הגם זיי זענען געווען איבערגעצײַגטע בראַווע ייִדן, וועלכע האָבן געהאָפֿט, אַז דער אייבערשטער וועט זיי העלפֿן, זענען זיי נישט געווען אַזעלכע בעלי־חלומות, ווי יוסף, און נישט געקאָנט פֿאָרויסזען, ווי זייער קאַמף קעגן דער אימפּעריע וועט זיך אויסשפּילן. זיי האָבן זיך אָבער פֿאָקוסירט און זיך פֿאַרלאָזט אויף דעם ג־טלעכן "אַקס" פֿון דער וועלט — דערפֿאַר איז זייער חלום פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.
ווען דער פּרעה האָט דערהערט וועגן יוספֿן און באַפֿרײַט אים, איז עס שוין געווען פֿאַר יוספֿן אַ סוף — "קץ" — פֿונעם פֿריִערדיקן, ביטערן לעבן־פּעריאָד. די ווערטער "חנו־כּה" מיינען אויך, אַז דער נס־חנוכּה איז געווען אַן אָפּשטעל־מאָמענט. יוסף, זײַענדיק אַ צדיק, האָט דערגרייכט זײַן פּערזענלעכע גאולה, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט האָבן אַזאַ אַבסאָלוטע מאַכט, ווי דער פּרעה. ווען ער וואָלט מצליח געווען אַרויפֿצוגיין העכער און וואָלט אָנגעהויבן, חלילה, זיך פֿירט ווי דער פּרעה אַליין, וואָלט ער געבראַכט גלות אַנשטאָט גאולה. צום באַדויערן, ווי עס דערקלערן די חז״ל, האָבן די חשמונאָים זיך פֿאַרוואַנדלט, מיט דער צײַט, פֿון אַ באַפֿרײַערישער פּאַרטיזאַנער גרופּע אין אַ קאָרומפּירטער מלוכה, געפֿירט דורך אַזעלכע אַכזריותדיקע און אומיושרדיקע פֿירער, ווי אַלכּסדר ינאַי און דער מלך הורדוס.
דערפֿאַר, באַדײַטן ביידע ווערטער — "מקץ" און "חנוכּה" — בלויז אַ גאולה־מאָמענט, אַ סוף פֿון שקלאַפֿערײַ, אָבער נישט די גאַנצע גאולה, ווען די מענטשהייט וועט זיך אויסלערנען, ווי אַזוי צו לעבן אין האַרמאָניע איינער מיטן צווייטן, אָן קיין נייטיקייטן אין מלכים, פּרעהס און אַנדערע מאַכט־פֿיגורן, אַנטפּלעקנדיק דאָס ג־טלעכע ליכט אין זיך און אַרום זיך דורך אַחדות און ברידערשאַפֿט.