ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט



וואָס זאָל מען טון, ייִדן?
אַז עס איז אַזאַ מין קלאָג.
וואָס זאָל מען טון, מענטשן?
עסן דאַרף מען יעדן טאָג.
אַז דער מאָגן וויל נישט וויסן
פֿון קיין געטאָ זאַך,
נאָר ער שטרײַט און ער פֿאַרלאַנגט
צו עסן זייער אַ סך.

(ליד געזונגען אין לאָדזשער געטאָ, מסתּמא 
געשריבן פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ, פֿאַרשריבן 
פֿון ד״ר גילה פֿלאַם בײַ יאַנקעלע ראָטענבערג)


אין 2011 האָט דער פֿילממאַכער דוד קאַופֿמאַן פֿון קאַנאַדע, פֿאַרענדיקט זײַן דאָקומענטאַר־פֿילם Song of the Lodz Ghetto [דאָס געזאַנג פֿון דער לאָדזשער געטאָ], וועגן דער געשיכטע פֿון דער געטאָ, און דער עיקר, וועגן דעם גאַסן־זינגער פֿון דער געטאָ, יאַנקעלע הערשקאָוויץ. די לאָדזשער ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה געדענקען זייער גוט זײַנע לידער וואָס האָבן פּרטימדיק דערציילט וועגן דעם ייִדנס בידנעם מצבֿ בעתן חורבן, און נישט געשאַנעוועט קיין קריטיק לגבי דעם "קעניג פֿון געטאָ", דעם פֿירער פֿונעם "יודנראַט", חיים רומקאָווסיק.
ד״ר גילה פֿלאַם, אין איר בוך וועגן די לידער פֿון לאָדזשער געטאָ, איז געווען די ערשטע אין דער אַקאַדעמישער וועלט ריכטיק אָפּצושאַצן דעם פֿענאָמען פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ. אינעם פֿילם דערציילט זי וועגן איר פֿאָרשאַרבעט און זײַנע לידער, וואָס אַפֿילו די ייִדן אין אַנדערע לאַגערן האָבן שפּעטער געזונגען. "דער באַרימטסטער גאַסן־זינגער פֿון די געטאָס" — באַצייכנט זי אים.
הערשקאָוויצעס לידער זענען הײַנט נישט פֿרעמט דער ייִדישער קולטורוועלט. אַ דאַנק פֿלאַמס אַרבעט, האָט מען די לידער צו ביסלעך רעקאָרדירט. אַדריאַן קופּער און זלמן מלאָטעק האָבן אַרײַנגענומען זײַנע לידער אין זייער רעקאָרדירורנג "געטאָ־טאַנגאָ", און די גרופּע "בראַווע אַלטע וועלט" האָט אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל "לידער פֿון דער לאָדזשער געטאָ", מיט אַ גרעסערער צאָל פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויצעס לידער. מיט דער לאָדזשער געטאָ־פּראָגראַם איז "בראַווע אַלטע וועלט" אַרומגעפֿאָרן און אויפֿגעטראָטן איבער דער גאָרער וועלט; איינע אַזאַ פֿאָרשטעלונג ווערט געזען במשך פֿונעם גאַנצן פֿילם.
דער פֿילם דערציילט אַ סך מער ווי די ביאָגראַפֿיע פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ. דאָס איז אַן אַרומנעמיקע געשיכטע פֿון דער לאָדזשער געטאָ, דער בעסטער דאָקומענטאַר־פֿילם אויף דער טעמע. קאַופֿמאַן האָט אינטערוויויִרט ייִדן פֿון דער געטאָ אין פֿאַרשיידענע לענדער, צווישן זיי די שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב ע״ה, און הערשקאָוויצעס פּוילישע שנור, וועלכע וווינט אין פּוילן. די ייִדן זינגען הערשקאָוויצעס לידער, ווי זיי געדענקען זיי, און די לידער אַליין אַנטפּלעקן די געשיכטע פֿון געטאָ, ווי די ייִדן האָבן דאָס איבערגעלעבט. למשל, דאָס ליד "געמיזע", גרינסן, מאָלט אָפּ דעם שרעקלעכן הונגער פֿון די ייִדן און ווי מע האָט טאָג און נאַכט געחלומט וועגן עסן.
הערשקאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין אַפּט, פּוילן, אין 1910. זײַן טאַטע האָט געאַרבעט ווי אַ שנײַדער און די משפּחה האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין לאָדזש, און דערנאָך געבליבן אין דער געטאָ. באַגלייט פֿון אַ פֿידלער, האָבן הערשקאָוויצעס פֿאָרשטעלונגען תּמיד צוגעצויגן אַ גרויסן עולם. ווען רומקאָווסקי האָט שוין מער נישט געקענט פֿאַרטראָגן זײַן קריטיק פֿון אים און פֿון דער געטאָ אין זײַנע לידער, האָט ער אים פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ און פֿון דאָרטן האָט הערשקאָוויץ ווײַטער געאַרבעט אין אַנדערע לאַגערן. ער האָט איבערגעלעבט די מלחמה און איז צוריקגעפֿאָרן קיין לאָדזש, וווּ ער האָט געוווינט ביז זײַן טויט אין 1972.
דער פֿילם גייט כראָנאָלאָגיש נאָך די געשיכטע פֿון דער געטאָ פֿון אָנהייב אָן ביז איר ליקווידאַציע. הערשקאָוויצעס לידער האָבן באַשריבן אַלע געשעענישן אין דער געטאָ, צווישן זיי, דעם אָנקום פֿון די מערבֿ־אייראָפּעיִשע ייִדן. סוף זומער 1941 האָט מען געבראַכט אין געטאָ די ייִדן פֿון דײַטשלאַנד, עסטרײַך און דער טשעכאָסלאָוואַקײַ. זיי זענען נישט געווען גרייט צו אַזאַ מין חייִשן געטאָ־לעבן, און זענען גיך געשטאָרבן.

עס גייט אַ יעקע
מיט אַ טעקע
ער זוכט פּוטער, מאַרגאַרין
בשום־אופֿן
נישטאָ צו קויפֿן
נעמט ער אַ וויזע נאָך מאַרישין

["מאַרישין" — וואַלד לעבן לאָדזש, וווּ מע האָט באַגראָבן די ייִדן. פֿאַרשריבן פֿון גילה פֿלאַם בײַ יאַנקל ראָטענבערג.]
דער רעזשיסאָר דוד קאַופֿמאַן האָט מײַסטעריש צוזאַמענגעפֿלאָכטן די צוויי "פֿעדעמער" פֿונעם פֿילם — די פֿאָרשטעלונג פֿון "בראַווע אַלטע וועלט" און די געשיכטע פֿון לאָדזשער געטאָ. מיישקע אַלפּערט ווײַזט אינעם פֿילם, פֿאַר וואָס מע האַלט אים ווי איינער פֿון די בעסטע זינגערס אויף ייִדיש אין דער וועלט. הערשקאָוויצעס לידער — פֿול מיט ביטערקייט און איראָניע — זענען פֿאַר אַ זינגער נישט לײַכט אויסצוטײַטשן. די מעלאָדיעס פֿון די לידער זענען נישט קיין אָריגינעלע, נאָר גענומען פֿון פּאָפּולערע ייִדישע און פּוילישע לידער. דאָס האָט אַוודאי געהאָלפֿן, די לידער זאָלן זיך גיך פֿאַרשפּרייטן. אָבער אין די ווערטער זעט מען הערשקאָוויצעס געניאַלע שאַפֿערישקייט, אַ פֿעיִקייט וואָס האָט, אין אַ געוויסן זין, געהאָלפֿן די געטאָ־ייִדן איבערצוטראָגן די צרות, ווי ווײַט מעגלעך.
"בראַווע אַלטע וועלט" זינגט אַנדערע באַקאַנטע לאָדזשער געטאָ־לידער וואָס הערשקאָוויץ האָט נישט געשאַפֿן, ווי ישעיהו שפּיגל און דוד בייגעלמאַנס "מאַך צו די אייגעלעך", וואָס איז רומקאָווסקין זייער נישט געפֿעלן. ספּעציעל שטאַרק זענען אויך די אַלטע פֿילמען פֿון געטאָ. די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה רעדן אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש און העברעיִש, און נאָר אַ ביסל אַויף ייִדיש, וואָס איז זיכער אַ שאָד.
נאָך דער מלחמה האָט הערשקאָוויץ חתונה געהאַט מיט אַ קאַטוילישער פּאָליאַטשקע און זײַן זון און אייניקלעך געדענקען אים קוים. ער האָט ווײַטער געזונגען בײַ קולטור־געלעגנהייטן אין לאָדזש, אָבער קיינער האָט באמת מער נישט געוואָלט הערן זײַנע געטאָ־לידער. אין 1968, מיטן גירוש פֿון פּוילישע ייִדן, האָט יאַנקעלע פֿארלוירן זײַן אַרבעט און זײַנע פֿרײַנד, און האָט זיך גענומען דאָס לעבן. ס׳איז אַ טראַגישער סוף צו אַזאַ וויכטיקער פּערזענלעכקייט, אָבער אַ דאַנק דעם פֿילם Song of The Lodz Ghetto, וועלן די אוניקאַלע לידער פֿון יאַנקעלע הערשקאָוויץ דערגרייכן אַ ברייטערן עולם.