|
אַ דרײַפֿאַכיקער אָרנאַמענט פֿון דער כאָדאָראָווער שיל, גאַליציע |
|
אינעם צווייטן "ספֿר־חשמונאָים" ווערט דערציילט, אַז 8 טויזנט בבֿלישע ייִדן האָבן אַ מאָל געהאָלפֿן 4 טויזנט גריכן צו באַזיגן די גאַלאַטן; די גריכן האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן, אָבער די ייִדן האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף דעם אייבערשטן און צעשטערט די ריזיקע גאַלאַטישע אַרמיי פֿון 120 טויזנט סאָלדאַטן.
דער ערשטער און דער צווייטער "ספֿר־חשמונאָים" אָדער "ספֿר־המכּבים" זענען גריכישע ווערסיעס פֿון אוראַלטע אַפּאָקריפֿן, וועלכע דערציילן וועגן דער מלחמה פֿון די חשמונאָים קעגן דער גריכיש־סירישער אימפּעריע. ווי מע זעט פֿון געוויסע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, איז דער ערשטער טעקסט אָנגעשריבן געוואָרן בײַם אָנהייב אויף לשון־קודש, אָבער פֿאַרהיט געוואָרן בלויז אין דער גריכישער איבערזעצונג.
דער צווייטער טעקסט, וואָס אַנטהאַלט מער פּרטים וועגן דעם חשמונאָיִשן אויפֿשטאַנד, איז מסתּמא אַן אָריגינעל גריכיש ווערק, אַ פֿראַגמענט פֿון אַ פֿינף־בענדיקער סעריע היסטאָרישע ביכער, וואָס זייער מחבר, מיטן נאָמען יאַסאָן, איז געווען אַ העלעניסטישער ייִד און האָט געלעבט אין דער גריכישער קאָלאָניע קיריני, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן לבֿנון, מיט איבער 2100 יאָר צוריק.
הגם די חז״ל האָבן נישט אײַנגעשלאָסן די דאָזיקע ספֿרים אינעם תּנ״ך, ווערן זיי צו מאָל דערמאָנט אין די ווערק פֿון באַקאַנטע רבנים ווי וויכטיקע היסטאָרישע דאָקומענטן. אין דער מיטל־עלטער, זענען זיי צוריק איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש. די דערמאָנטע צאָלן פֿון סאָלדאַטן זענען, מסתּמא, אַ קינסטלערישע גוזמא, ווי עס פֿירט זיך אין דער אוראַלטער ליטעראַטור. פֿונדעסטוועגן, קאָן די עצם־מעשׂה וועגן אַ מלחמה צווישן די ייִדן און גאַלאַטן זײַן אמת.
אינעם ערשטן "ספֿר־חשמונאָים" ווערן אויך דערמאָנט די גאַלאַטן. יהודה מכּבי האָט געלויבט די רוימער פֿאַר דעם, ווי זיי האָבן איבערגענומען גאַלאַטיע און אײַנגעפֿירט דאָרטן זייער מלוכה.
גאַלאַטן זענען געווען אַ קעלטיש פֿאָלק, אַ שבֿט פֿון די גאַלן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין קליין־אַזיע, אין אַ באַרג־ראַיאָן, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אויף דער טערקישער טעריטאָריע. אינעם דריטן יאָרהונדערט פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט־רעכענונג, האָבן די קעלטן, וועלכער האָבן שוין דערמאָלט באַזעצט אַ ריזיקן טייל פֿון אייראָפּע, זיך פֿאַרשפּרייט אויף די באַלקאַנען און נאָך ווײַטער. אַגבֿ, אַנקאַראַ, די הײַנטיקע הויפּטשטאָט פֿון טערקײַ, איז אַ מאָל געווען דער צענטער פֿון גאַלאַטיע.
דער דערמאָנטער ספֿר, וועלכער האָט צו טאָן מיטן הײַנטיקן יום־טובֿ, חנוכּה, איז, מסתּמא, דער ערשטער ייִדישער דאָקומענטן, וווּ עס ווערט דערמאָנט אַ קאָנטאַקט — הגם, נישט אַ פֿרײַנדלעכער — צווישן ייִדן און קעלטן. דער באַרימטער אוראַלטער ייִדישער היסטאָריקער יוסף פֿלאַוויוס דערציילט אונדז אָבער, אַז די קעלטן ווערן דערמאָנט, לויט זײַן מיינונג, שוין אינעם חומש. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט נח געהאַט דרײַ זין: יפֿת, שם און חם. גומר, אַ זון פֿון יפֿת, איז געווען דער אורפֿאָטער פֿון די קעלטן.
אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז דער נאָמען "גומר" מיינט די קימעריער — אַ מיסטעריעז אינדאָ־אייראָפּעיִש פֿאָלק, וואָס האָט געקאָנט האָבן טאַקע אַ שײַכות צו די קעלטן אָדער, לכל־הפּחות, משפּיע געווען אויף דער פֿאָרמאַציע פֿון דער פֿריִיִקער קעלטישער קולטור.
אַן אַנדער אוראַלטער קוואַל, וווּ עס ווערט דערמאָנט אַ פֿאַרבינדונג צווישן ייִדן און קעלטן, איז דער "בריוו צו די גאַלאַטן" אינעם "נײַעם טעסטאַמענט". דער אַפּאָסטאָל פּאַול האָט געטענהט, אַז אַנשטאָט צו פֿאַרשפּרייטן די נײַע רעליגיע — קריסטלעכקייט — ווי געהעריק, האָבן די ערשטע ייִדיש־קריסטלעכע מיסיאָנערן מגייר געווען די באַפֿעלקערונג אין גאַלאַטיע כּהלכה, פֿאָדערנדיק בײַ די מענער זיך צו מלן, צו מקיים זײַן שבת — בקיצור, צו ווערן ייִדן. פּאַולס בריוו ווײַזט, אַז ייִדישקייט איז געווען אַ פּאָפּולערע רעליגיע אין גאַלאַטיע, און אַפֿילו די אָרטיקע פֿריִיִקע קריסטלעכקייט האָט געהאַט, צו ערשט, אַ בפֿירוש ייִדישן טעם.
מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר שפּעטער, האָט אַ צאָל תּלמודישע חכמים געוווינט אין גאַלאַטיע אָדער באַזוכט די דאָרטיקע ייִדישע קהילה, בתוכם רבי עקיבֿא און רבי מחנם דגליא, וועלכער איז באַקאַנט מיט זײַן מיינונג, אַז אין משיחס צײַטן וועלן אַלע קרבנות בטל ווערן, אַחוץ דעם קרבן־תּודה. דאָס וואָרט "גליא" מיינט, מסתּמא, גאַלאַטיע און נישט גאַליע.
גאַליע, דער עיקר־ייִשובֿ פֿון די קאָנטינענטאַלע קעלטן אין מערבֿ־אייראָפּע, האָט אַרומגענומען די הײַנטיקע פֿראַנקרײַך, בעלגיע, לוקסעמבורג, ס׳רובֿ שטח פֿון שווייץ, צפֿון־איטאַליע און רײַנלאַנד־ראַיאָן פֿון דײַטשלאַנד און האָלאַנד, ווי אויך אַ טייל פֿון אונגאַרן, עסטרײַך און מערבֿ־סלאַווישע לענדער. אַנדערע קעלטישע שבֿטים האָבן באַזעצט די בריטישע אינדזלען, וועלכע בלײַבן הײַנט דער צענטער פֿון די לעבעדיקער קעלטישער קולטור, און אַ גרויסן טייל פֿון שפּאַניע. שפּעטער, האָבן די קאָנטינענטאַלע קעלטישע שבֿטים זיך פֿאַרשפּרייט ווײַטער אויף מיזרח פֿונעם טײַך דונײַ, און האָבן זיך דערקליבן ביז אוקראַיִנע.
|
אוראַלטע קעלטישע מטבעות מיטן קעלטישן דרײַפֿאַכיקן סימבאָל, "טריסקעליאָן", פֿון טריר, וווּ ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט בשכנות מיט די קעלטן |
|
די אוראַלטע קעלטן האָבן איבערגעלאָזט אַ ריזיקע השפּעה אויף דער גאַנצער אייראָפּע. למשל, אַזעלכע באַקאַנטע טאָפּאָנימען, ווי רײַן, דונײַ, בעמען, וואָלין און, מעגלעך, גאַליציע, שטאַמען פֿון קעלטישע שרשים.
אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? אין די לעצטע יאָרן, האָבן אַ צאָל וויסנשאַפֿטלער דורכגעפֿירט וויכטיקע געטענישע שטודיעס פֿון די אַשכּנזישע ייִדן, ווי אויך פֿון אַנדערע ייִדישע עדות. די דאָזיקע שטודיעס ווײַזן קלאָר, אַז די צוויי עקסטרעמע היסטאָרישע טעאָריעס — לויט וועלכע די ייִדן האָבן זיך כּמעט קיינמאָל נישט געמישט במשך פֿון דער געשיכטע אָדער, פֿאַרקערט, אַז זיי שטאַמען פֿון די כּוזרישע (כאַזאַרישע) גרים — זענען ביידע נישט ריכטיק. ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט מיט אַזעלכע פּאָלאַריזירטע מיינונגען, ליגט דער אמת ערגעץ אין צווישן.
צום באַדויערן, זענען די פֿאָרשונגען פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם צו אָפֿט אָנגעלאָדן מיט פּאָליטישער אידעאָלאָגיע. די רעכטע ציוניסטן פּרוּוון צו דערווײַזן, אַז די ייִדן האָבן אַ בלוט־פֿאַרבינדונג מיט ארץ־ישׂראל; און די פּאַלעסטינער נאַציאָנאַליסטן, ווי אויך אַ צאָל ייִדישע אַנטי־ציוניסטן, שטיצן די כאַזאַרישע טעאָריע. די פֿראַגע פֿון אָפּשטאַם ווערט צו מאָל אויך דערמאָנט אין די סיכסוכים צווישן פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות. אייניקע ספֿרדישע טוער, פֿאַרבונדן מיט דער ישׂראלדיקער פּאַרטיי "ש״ס", טענהן, אַז די אַשכּנזים זענען נישט קיין "ריינ־בלוטיקע" ייִדן, אָבער די ספֿרדים זענען, כּלומרשט, "עכטע" אייניקלעך פֿון די ביבלישע שבֿטי־ישׂראל.
דער קאָנטראָווערסאַלער ישׂראלדיקער היסטאָריקער שלמה זאַנד האַלט, אַז די הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן שטאַמען פֿון די כּוזרים; אַן אַנדער ישׂראלדיקער פֿאָרשער, פּאָל וועקסלער, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדיש, האָט אָנגעשריבן צוויי גאַנצע ביכער, וואָס הייסן "די אַשכּנזישע ייִדן: אַ סלאַוויש־טורקיש פֿאָלק, וואָס זוכט אַ ייִדישע אידענטיטעט" און "די ניט־ייִדישע שרשים פֿון ספֿרדישע ייִדן". ביידע מחברים זענען טיף פֿאַרטאָן אין די פֿאָרשונגען פֿון די כאַזאַרישע וואָרצען פֿון די הײַנטיקע ייִדישע עדות.
אַ גרויסע פּראָבלעם מיט דער "כאַזאַרישער השערה" באַשטייט אין דעם, וואָס די כּוזרים האָבן גערעדט אַ טורקישע שפּראַך. מע קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן — לכל־הפּחות, טעאָרעטיש — אַז די קרימטשאַקן, אַ ייִדישע עדה פֿונעם האַלב־אינדזל קרים אין אוקראַיִנע, שטאַמען טאַקע פֿון כאַזאַרן. קיין מערקווירדיקע השפּעה פֿון די טורקישע שפּראַכן איז אָבער נישטאָ ניט אין ייִדיש, און ניט אין דער ספֿרדישער שפּראַך — לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ; זי איז פֿאַרשפּרייט בלויז אין דעם ראַיאָן, וווּ די ספֿרדים האָבן כּסדר קאָנטאַקטירט מיט די טערקן אין דער תּקופֿה פֿון דער אָסמאַנישער אימפּעריע.
וועקסלערס טעאָריע, וועגן דעם סלאַווישן אָפּשטאַם פֿון די אַשכּנזים, לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל, פֿונעם לינגוויסטישן קוקווינקל. די הײַנטיקע ייִדישע קולטור איז טאַקע אָנגעזאַפּט מיט דער סלאַווישער השפּעה; ס׳איז אויך באַוווּסט, אַז אין מיטל־עלטער זענען געווען גאַנצע גרופּעס ייִדן, וועלכע האָבן גערעדט אויף סלאַווישע דיאַלעקטן.
אַזעלכע טעאָריעס קאָנען זײַן באַלערנדיק און אַרויסרופֿן פֿאַרשיידענע סענסאַציעס און קאָנטראָווערסיעס; זיי בלײַבן אָבער בלויז השערות. לאָמיר בעסער אַ קוק טאָן אויף די קאָנקרעטע פֿאַקטן פֿון גענעטישע פֿאָרשונגען.
לויט פֿינף פֿאַרשיידענע אומאָפּהענגיקע פֿאָרשונגען, דורכגעפֿירט אינעם פּעריאָד פֿון 2004 ביז 2009, געהערן פֿון 7 ביז 20 פּראָצענט פֿון די אַשכּנזישע ייִדן צו דער האַפּלאָגרופּע R1a1a, וועלכע איז צום מערסטן פֿאַרשפּרייט צווישן די סלאַוון און סקאַנדינאַוון, אָבער איז אַ זעלטנקייט אינעם מיטל־מיזרח. דאָס איז אַ ראַיה, אַז די סלאַוון האָבן טאַקע געשפּילט אַ מערקווירדיקע, אָבער נישט אַ פֿירנדיקע ראָלע, אין דער פֿאָרמירונג פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום.
די האַפּלאָגרופּעס ווײַזן אָבער אָן בלויז אויף דעם דירעקטן אָפּשטאַם פֿון דער פֿאָטערלעכער זײַט. די פֿאָרשונגען פֿון דער מיטאָכאָנדריע־גענען, וועלכע ווײַזן אָן דעם דירעקטן אָפּשטאַם פֿון מוטערס צד, ווײַזן אויך, אַז אַ מערקווירדיקע צאָל ייִדן שטאַמען פֿון די אייראָפּעיִשע פֿרויען.
די פֿאָרשונגען פֿון אויטאָסאַמע כראָמאָזאָמען דערלויבן צו זען דעם אַלגעמיינעם פּראָצענט פֿונעם גענעטישן אויסמיש, אַחוץ דער דירעקטער מוטערלעכער און פֿאָטערלעכער ליניע. אַזעלכע שטודיעס ווײַזן, אַז די אַשכּנזישע, ספֿרדישע און סירישע ייִדן שטאַמען אויף 30־60 פּראָצענט פֿון די אייראָפּעער. אָבער, וואָס אַ מין אייראָפּעער? אַלע פֿאָרשונגען אַנטפּלעקן, אַז דאָס עיקר־געמיש איז געשען אין מערבֿ־אייראָפּע, אין נישט מיט די סלאַוון אָדער די מיסטעריעזע כּוזרים. צווישן אַלע אייראָפּעיִשע גרופּעס, זענען די אַשכּנזים צום מערסטן נאָענט צו די פֿראַנצויזן און צפֿון־איטאַליענער — בפֿרט צו די אײַנוווינער פֿון צפֿון־איטאַליע און סאַרדיניע.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז בערך 30־40 פּראָצענט ספֿרדישע ייִדן געהערן צו דער האַפּלאָגרופּע R1b1a2, וועלכע טרעפֿט זיך צום מערסטן צווישן די קעלטן און צווישן אַזעלכע ראָמאַנישע פֿעלקער, ווי די איטאַליענער און שפּאַניער. די דאָזיקע האַפּלאָגרופּע איז אויך באַזונדערט פֿאַרשפּרייט צווישן די האָלענדישע אַשכּנזים.
די דאָזיקע ציפֿערן שטימען מיט די דאָקומענטירטע פֿאַקטן פֿון מאַסן־גירות אין מערבֿ־אייראָפּע. יוסף פֿלאַוויוס האָט געשריבן, אַז אין זײַן צײַט האָבן 10 פּראָצענט בירגער פֿון דער רוימישער אימפּעריע זיך מגייר געווען אָדער האָבן זיך, לכל־הפּחות, אַקטיוו אינטערעסירט מיט ייִדישקייט. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אַ גרויסער טייל פֿון דער רוימישער אימפּעריע זענען געווען קעלטישע לענדער, און אַ סך לאַטײַן־רעדנדיקע רוימער האָבן געשטאַמט פֿון די אַסימילירטע קעלטן.
|
לייבן און איינהאָרן אין דער כאָדאָראָווער שיל און אויף דער שאָטלענדישער ווערסיע פֿונעם בריטישן הערב |
|
דער היסטאָריקער נאָרמאַן גאָלב ווײַזט אָן, אַז די כוואַליעס פֿון מאַסן־גירות האָבן זיך נישט אין גאַנצן אָפּגעשטעלט אין דער מיטל־עלטער, ווען דאָס ווערן אַ ייִד איז געוואָרן אַ טויט־פֿאַרברעכן, לויט די קריסטלעכע געזעצן. גאָלב האָט געזאַמלט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן וועגן דעם פֿון דער קאַיִרער גניזה און פֿאַרשיידענע ספֿרים; לויט זײַן חשבון, האָבן זיך ביז 15 טויזנט אייראָפּעער מגייר געווען אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה — דער עיקר, אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, שפּאַניע און איטאַליע. ווידער, גייט דאָ אַ רייד וועגן די געוועזענע קעלטישע אָדער האַלב־קעלטישע לענדער.
עס באַקומט זיך, לויט די דערמאָנטע היסטאָרישע און גענעטישע ראַיות, אַז די הײַנטיקע ייִדן — סײַ די אַשכּנזים, סײַ די ספֿרדים — האָבן זיך צום מערסטן אַקטיוו אויסגעמישט מיט די קעלטן אָדער די אייניקלעך פֿון קעלטן. מע מוז אונטערשטרײַכן, אַז אַ סך הײַנטיקע אייראָפּעיִשע פֿעלקער שטאַמען אויך פֿון די קעלטישע שבֿטים, בפֿרט די פֿראַנצויזן, וועלכע באַטראַכטן זייער לאַנד ביז הײַנט ווי גאַליע. הגם פֿראַנצויזיש איז אַ ראָמאַנישע שפּראַך, אַ דעריוואַט פֿון לאַטײַן, האָט עס אָפּגעהיט אַ סך קעלטישע שרשים און אַ צאָל גראַמאַטישע עלעמענטן.
אינעם דאָזיקן אַרטיקל, לייג איך אָבער פֿאָר אַ חידושדיקע היפּאָטעז: צוליב זייער רעליגיע, האָבן די קעלטיש־שטאַמיקע גרים געקאָנט אָפּהיטן מער עלעמענטן פֿון זייער אָריגינעלער קולטור, ווי די ראָמאַנישע פֿעלקער. אין פֿאַרגלײַך מיט דער קריסטלעכער קירך, וועלכע האָט כּסדר אויסגעוואָרצלט אַלע שפּורן פֿון אַלטע פּאַגאַנישע טראַדיציעס, האָבן די ייִדן אָפֿט אָנגענומען פֿאַרשיידענע פֿאָרקריסטלעכע מיסטישע און קאָסמאָלאָגישע טעאָריעס, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿאַרשיידענע סגולות, פֿאָלק־טראַדיציעס און פֿאָלק־מעשׂיות. אויב אַזוי, איז עס מעגלעך צו געפֿינען אין דער ייִדישער קולטור אוניקאַלע קעלטישע עלעמענטן, וועלכע זענען נישט אָפּגעהיט געוואָרן בײַ אַזעלכע קעלטיש־שטאַמיקע פֿעלקער, ווי די פֿראַנצויזן אָדער צפֿון־איטאַליענער.
איין גוט באַקאַנטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ השפּעה איז די נעאָפּלאַטאָנישע פֿילאָסאָפֿיע; נישט געקוקט אויף איר בפֿירוש פּאַגאַנישן אָפּשטאַם, איז זי געווען פּאָפּולער צווישן אַ סך ייִדישע דענקער און פֿאַקטיש געוואָרן, דורך אַ ייִדישלעכער אַדאַפּטאַציע, אַ טייל פֿונעם קלאַסישן תּורה־געדאַנק. וואָס שייך די קעלטן, האָט דער מחבר פֿון די שורות שוין דערמאָנט עטלעכע וווּנדערלעכע פּאַראַלעלן צווישן דער ייִדישער און קעלטישער טראַדיציע אינעם אַרטיקל "חקל־תּפּוחין: דער סוד פֿונעם עפּל־סאָד", געדרוקט אינעם "פֿאָרווערטס" דעם 14טן יאַנואַר, 2011.
עס זענען אָבער דאָ אַ סך אַנדערע אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן, וואָס ס׳איז כּדאַי זיי צו פֿאָרשן. למשל, דער סימבאָליזם פֿון די ייִדישע מצבֿות זעט אויס אָפֿט וווּנדערלעך ענלעך צו די אַלט־קעלטישע שטיינערנע מאָנומענטן. אין די תּנ״כישע צײַטן, פֿלעגן ייִדן באַערדיקן די מתים אין היילן; די טראַדיציע פֿון מצבֿות איז אויפֿגעקומען שפּעטער און, מעגלעך, האָט זי אַ שײַכות צו די קעלטן.
אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן דרײַ יום־טובֿים, וועלכע ווערן נישט דערמאָנט אינעם תּנ״ך אָדער אין די אַפּאָקריפֿן: חמשה־עשׂר־בשבֿט, ל״ג־בעומר און חמשה־עשׂר־באָבֿ — אַ מין ייִדישער "וואַלענטין־טאָג", ווען ייִדישע מיידלעך פֿלעגן טאַנצן אין די גאַסן, כּדי די בחורים זאָלן זיי אויסקלײַבן פֿאַר כּלות; דער דאָזיקער יום־טובֿ איז בטל געוואָרן נאָכן חורבן־בית־המיקדש. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז סײַ דער סדר, סײַ דער אינהאַלט פֿון די דאָזיקע דרײַ יום־טובֿים שטימט כּמעט פּינקטלעך מיט די ספּעציפֿישע הויפּט־פֿעסטיוואַלן פֿונעם אוראַלטן קעלטישן קאַלענדאַר.
די פּרטים פֿון דער דאָזיקער ענלעכקייט וואָלט געפֿאָדערט אַ גאַנצן באַזונדערן אַרטיקל; איך וועל דערמאָנען בלויז אַ פּאָר פּרטים: בעת דעם קעלטישן פֿעסטיוואַל, וועלכער פֿאַלט אויס אויפֿן ערשטן מײַ, צינדט מען שײַטערס, אַזוי ווי אויף ל״ג־בעומר; דער קעלטישער זומערדיקער פֿעסטיוואַל, וועלכער פֿאַלט אויפֿן ערשטן אויגוסט, האָט צו טאָן מיט שידוכים און חתונות, אַזוי ווי חמשה־עשׂר־באָבֿ.
נאָך אַן אינטערעסאַנטע קשיא: מיט וואָס פֿאַר אַ פֿאָלק איז טראַדיציאָנעל פֿאַרבונדן דער נאָמען "אַשכּנז"? ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען די ייִדן אָנגעקומען קיין דײַטשלאַנד פֿון גאַליע, וווּ די ייִדישע קהילות האָבן עקזיסטירט נאָך אינעם 1טן־2טן יאָרהונדערט, און זענען טיילווײַז געגרידנדעט געוואָרן דורך די אָרטיקע גרים, ווי עס איז משער די היסטאָריקערין אסתּר בענבאַסאַ אין איר בוך וועגן די פֿראַנצויזישע ייִדן.
די ערשטע באַקאַנטע ייִדישע קהילה אין טריר, דײַטשלאַנד, האָט עקזיסטירט נאָך אינעם 1טן־3טן יאָרהונדערט. דער נאָמען פֿון דער דאָזיקער שטאָט שטאַמט אָבער פֿונעם קעלטישן שבֿט טרעווערי; די גאַנצע געגנט לעבן דעם טײַך רײַן איז געווען, במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, אַ קעלטישע. פֿראַנקרײַך, צפֿון־איטאַליע און בעמען — די געוועזענע קעלטישע לענדער — ווערט אויך טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי אַ טייל פֿונעם אַשכּנזישן שטח, דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז דאָס וואָרט "אַשכּנז" מיינט גיכער גאַליע, ווי דײַטשלאַנד.
אינעם חומש בראשית שטייט געשריבן, אַז גומר, נחס אייניקל, האָט געהאַט דרײַ זין: אַשכּנז, ריפֿת און תּוגרמה. ווי געזאָגט, ווערט גומר כּסדר אַסאָציִיִרט אין די אַלטע היסטאָרישע ביכער מיט די קעלטן. גומרס ערשטער זון, אַשכּנז, ווערן פֿאַרבונדן אינעם ספֿר "יוסיפֿון" מיט די "פֿראַנקן, וואָס וווינען אין פֿראַנקרײַך בײַ די ברעגן פֿונעם טײַך סענאַ"; גומרס צווייטער זון, ריפֿת, ווערט אַסאָציִיִרט מיט די ברעטאָנער — אַ קעלטיש פֿאָלק. אין געוויסע אירלענדישע לעגענדעס פֿיגורירט ריפֿת אויך ווי אַ קעלט — דער אורפֿאָטער פֿון די אירלענדער.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַגבֿ, אַז גומרס דריטער זון, תּוגרמה, ווערט באַטראַכט אין "יוסיפֿון" ווי דער אורפֿאָטער פֿון די כּוזרים. ס׳זעט אויס, אַז אין דער מיטל־עלטערישער ייִדישער טראַדיציע זענען די קעלטן, פֿראַנקן און אַפֿילו די כּוזרים געווען באַטראַכט ווי איין משפּחה.
די ענלעכקייטן צווישן דעם דער ייִדישער און קעלטישער קולטור "וואַרפֿט זיך אין די אויגן" באַזונדערס שטאַרק, ווען מע פֿאַרגלײַכט די געמעלן אין די אַלטע הילצערנע שילן פֿון ליטע און פּוילן מיטן קעלטישן פֿאָלק־קונסט. מע זעט ממש די זעלבע לייבן און איינהאָרנס, פֿאַנטאַסטישע חיות, ענדלאָזיקע פֿאַרקניפּטע אָרנאַמענטן, דרײַפֿאַכיקע צונויפֿגעפֿלאָכטענע העז און פֿיש.
צום סוף, קאָן מען דערמאָנען נאָך אַ טשיקאַוון פֿאַקט: דער גרעסטער צאָל רויטהאָריקע מענטשן טרעפֿן זיך אין דער ווײַסער באַפֿעלקערונג דווקא צווישן די קעלטן און אַשכּנזישע ייִדן.
אינעם יאָר 1787, האָט דער בריטישער לאָרד דזשאָרדזש גאָרדאָן, פֿון אַ שאָטלענדישער אַדל־משפּחה, זיך מגייר געווען, און אָנגענומען דעם נאָמען ישׂראל גאָרדאָן — וואָס קלינגט ווי אַ היימישער ייִדישער נאָמען. צי די דערמאָנטע קולטורעלע ענלעכקייטן זענען אַ צופֿאַל, אַזוי ווי אינעם דאָזיקן פֿאַל, אָדער סימנים פֿון אַ לאַנגער פֿאַרבינדונג, וואָס שטאַמט נאָך פֿון די רוימישע צײַטן, ווען די ייִדישע רעליגיע האָט געבליט אין גאַליע און גאַלאַטיע? האָפֿנטלעך, וועלן די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען העלפֿן אונדז דאָס אויסצוקלאָרן.