פּערזענלעכקײטן



אונדזער שטענדיקער מחבר עקיבֿא פֿישבין איז געוואָרן 95 יאָר יונג. די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע האָט ערשט לעצטנס אָפּגעדרוקט זײַן פּרעכטיקן אַרטיקל וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע. מיר דערוואַרטן פֿון אים נײַע עסייען, וואָס זײַנען שטענדיק באַלערנדיק און אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. נעמט אָפּ אונדזערע האַרציקע חבֿרישע באַגריסונגען און וווּנטשן.



מיט אַ 15 יאָר צוריק האָב איך אין ירושלים דורכגעפֿירט אַן אָוונט, געווידמעט דעם ייִדישן שרײַבער אירמע דרוקער, וועלכן מע פֿלעגט אין די ייִדיש־קרײַזן רופֿן "דער ייִדישער ראָמען ראָלאַן". דרוקער האָט גלענצנדיק געקענט די ייִדישע און וועלט־מוזיק, אַליין גוט געזונגען און געווען אַ גרויסער מבֿין אויף חזנות. נאָר אַזאַ מומחה ווי ער האָט געקאָנט אָנשרײַבן דאָס פּרעכטיק־קינסטלערישע ווערק — "קלעזמערס".
ווען דער אָוונט האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ מענטש מיט אַ שטעל פֿונעם פֿראַנצויזישן אַקטיאָר און זינגער איוו מאָנטאַן. דאָס איז געווען עקיבֿא פֿישבין, אַ ייִדישער זשורנאַליסט און קונסט־פֿאָרשער. גאָר גיך האָבן מיר ביידע דערפֿילט — מיר זײַנען מענטשן פֿון איין שניט. איך פּערזענלעך האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿישבין — אַ זעלטענע פּערזענלעכקייט, פֿול מיט וויסן אין געביט פֿון מוזיק און קונסט — איז בפֿירוש דער מענטש, וואָס איך קאָן בײַ אים אַ סך לערנען. טאַקע דעמאָלט האָט ער מיר געשענקט זײַן עסיי־בוך "אין די טריט פֿון קינסטלער".
אין דעם זאַמלבוך האָב איך געפֿונען אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן וועגן גרויסע מוזיקער, מאָלער און סקולפּטאָרן: ייִדן און ניט־ייִדן. דערבײַ איז דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון די ניט־ייִדישע קינסטלער אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין שײַן פֿון זייערע באַציִונגען צו ייִדן.
די ייִדן, ווי עס פֿירט זיך, האָבן ליב צו באַטאָנען דעם ייִדישן ייִחוס בײַ די באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. ווי אויך זיך אַ גריבל טאָן אינעם לעבן פֿון די ניט־ייִדישע שרײַבער, מוזיקער, מוזיקאַנטן און דאָרט אויסגראָבן עפּעס אַזוינס, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדן. צו מאָל שטעלן מיט זיך אַזעלכע "געפֿינסן" פֿאָר אינטערעסאַנטע אַנטפּלעקונגען סײַ פֿאַר אונדזער קולטור און סײַ פֿאַר דער וועלט־קולטור. עס טרעפֿט זיך אָבער נישט זעלטן, אַז פֿון די דאָזיקע "געפֿינסן" קערט זיך איבער די גאַל — די הויפּט־זאַך איז, אַבי זיי אַרײַנצונעמען אין דעם "וועלט־פּאַנטעאָן פֿון ייִדישע גדולים" — דערצו נאָך מיט אַ טוץ אומפּינקטלעכע פּרטים.
עקיבֿא פֿישבין אין זײַנע עסייען פּאָסמאַקעוועט זיך נישט מיטן ייִדישן אָפּשטאַם פֿון אַ קינסטלער; אים איז וויכטיקער אַרײַנצודרינגען אין דער טיף פֿון דער ייִדישער קולטור און אירע פֿאַרבינדונגען מיטן אַרום. ער איז געטרײַ אין זײַנע עסייען סײַ דער מוזיקאַלישער טעמע און סײַ די טעמעס פֿון מאָלערײַ און סקולפּטור. אין דעם זין האָט ער רײַכער געמאַכט די ייִדישע קונסט־פֿאָרשונג מיט אַ לאַנגער רשימה פֿון ייִדישע נעמען פֿון אַ וועלטבאַנעם. מיט אַ סך פֿון זיי, בפֿרט פֿון דער פּאַריזער שול, איז ער געווען פּערזענלעך באַקאַנט און אַפֿילו זיך מיט זיי געחבֿרט. אַן עדות צו דעם זײַנען די בילדער — מתּנות פֿון באַקאַנטע מאָלערס, — וואָס הענגען אויף די ווענט אין זײַן ירושלימער דירה.
אָבער עקיבֿא איז נישט בלויז אַ שרײַבער; זײַנע אויפֿטריטן פֿאַר אַן עולם ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָרשטעלונג, אַ דאַנק זײַן אויסזען, וואָס פּאַסט זיך אַרײַן אין טעאַטראַלע ראַמען, און זײַן נאַטירלעכן אַרטיסטיזם. און נאָך איין זאַך וויל איך דאָ דערמאָנען — זײַן זעלטענער טאַלאַנט פֿון אַ וועגווײַזער איבער בילדער־גאַלעריעס און קינסטלערישע מוזייען.
איך וועל קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן יענעם באַזוך אין פּאַריז, וווּ אונדזער "פּערזענלעכער וועגווײַזער" איז געווען עקיבֿא. איך און מײַן ווײַב האָבן געהאַט אַ געפֿיל, אַז די גאַנצע וועלטקונסט האַלט ער אין זײַנע הענט. אין פּאַריז האָט פֿישבין געלעבט פֿון 1948 ביז די 1990ער יאָרן. אָבער ס’איז טשיקאַווע געווען צו זען, ווי די מיטאַרבעטער אין מוזיי האָבן אים דערקענט און זיך מיט אים באַגריסט. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז צו הערן זײַנע דערציילונגען וועגן דעם ייִדישן פּאַריז. כּמעט אין יעדן מוזיי אָדער גאַלעריע האָט ער אונדז באַלד געפֿירט צו אַ "ייִדישן זאַל".
ער האָט אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק דערקלערט, אַז נישט בלויז מיר, נאָר אויך אַנדערע באַזוכער האָבן זיך אומגעקוקט אויף אונדז. פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדע גרופּע האָט זיך געהאַט איר אייגענעם וועגווײַזער, וואָס האָבן גערעדט אויף ענגליש, פֿראַנצויזיש, שפּאַניש, יאַפּאַניש, דײַטש... און פּלוצעם הערט מען אַ שפּראַך, וואָס איז נישט פֿאַרשטענדלעך, דערצו נאָך גערעדט פֿון אַ מענטש, וואָס טוט עס אויף אַזאַ טעאַטראַלן אופֿן. ווען כ’האָב וועגן דעם געזאָגט עקיבֿאן, האָט ער מיר דערציילט, אַז נאָך דער מלחמה, ווען ייִדיש־שפּראַכיקע עקסקורסיעס איבער די פּאַריזער מוזייען און אויסשטעלונגען זײַנען געווען אַ נאַטירלעכע זאַך, פֿלעגט ער אָפֿט עס טאָן, אָבער הײַנט... און ער האָט שווער אַ זיפֿץ געטאָן.
אין שײַכות מיט עקיבֿא פֿישבינס יוביליי איז כּדאַי צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן זײַן לעבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, דעם 20סטן דעצעמבער. פֿאַרענדיקט דעם ליציי און דערנאָך זיך ערנסט אָפּגעגעבן מיט מוזיק — געשפּילט פֿידל, פּיאַנע, פֿאַרכאַפּט געווען מיט חזנות און געפֿאָרשט די געשיכטע פֿון ייִדישער און אייראָפּעיִשער מוזיק. ווי עס פֿירט זיך אָבער אין אַ ייִדישער משפּחה, האָט דער פֿאָטער מער געזאָרגט, אַז זײַן זון זאָל האָבן "אַ גוטע מלאָכה אין די הענט". און דער יונגער אינטעלעקטואַל פֿאָרט קיין פֿראַנקרײַך זיך לערנען אינעם אוניווערסיטעט כעמיע.
אין 1939 קומט עקיבֿא אַהיים אויף די זומער־וואַקאַציעס און... עס ברעכט אויס די מלחמה. עקיבֿאן מיט זײַן חבֿרטע גיט זיך אײַן צו אַנטלויפֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָרט ווערן זיי מאַן און ווײַב און גאָר אין גיכן, פֿאַרשיקט מען זיי אין סיביר אויף אַרבעט, וווּ עס קומט אים צו ניץ זײַן כעמישע בילדונג. ער ווערט געשטעלט אָנצופֿירן מיט אַן אינדוסטריעלן צעך. ער פֿאַרשרײַבט זיך אינעם "פֿאַראיין פֿון פּוילישע פּאַטריאָטן", אין שפּיץ מיט וואַנדאַ וואַסיליעווסקאַ, און ווערט מאָביליזירט אין דער פּוילישער אַרמיי פֿון גענעראַל בערלינג. ער דינט אינעם זעניט־אַרטילערישן פּאָלק, וועלכער שלאָגט זיך דורך מיט שלאַכטן צו דער פּוילישער שטאָט טאָרון. דאָרט פֿאַראייניקט ער זיך מיט זײַן פֿרוי און זיי בלײַבן אין פּוילן.
נאָכן קעלצקער פּאָגראָם, אין 1946 פֿאַרלאָזט די פֿישבין־משפּחה פּוילן. זיי מאַכן דורך דעם "די־פּי"־לאַגער אין דײַטשלאַנד און סוף־כּל־סוף, אין 1948 קומען זיי אָן קיין פּאַריז. דאָ הייבט זיך אָן פֿישבינס אַקטיווע אַרבעט ווי אַ ייִדישער זשורנאַליסט און קונסטקענער. ער ווערט אַן אָפֿטער אַרײַנגייער אין אַ סך ייִדישע סאַלאָנען, אָבער איז תּמיד אָפֿן אָנצושטעלן פֿאַרבינדונגען מיט די אינטעלעקטואַלן אויסער דעם ייִדישן קרײַז. אין פֿאַרשידענע צײַטן האָט ער זיך געטראָפֿן מיט איוו מאָנטאַן, סימאָן סיניאָר, קאַטרין דעניאָוו, מאַרטשעלאָ מאַסטראָיאַני און אַנדערע באַוווּסטע אַקטיאָרן און קולטור־טוער.
נאָכן עולה זײַן קיין ישׂראל ווערט ער צעכאַפּט איבער פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קלובן, וווּ ער טרעט אויף מיט זײַנע וווּנדערלעכע לעקציעס. עס וויל זיך ווינטשן אונדזער יובילאַר געזונט און שאַפֿערישקייט. מיר קוקן יעדעס מאָל אַרויס אויף זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס".
אַ דאַנק אײַך, עקיבֿא פֿישביין, פֿאַר דעם וואָס איר האָט שוין געטאָן פֿאַר אונדז. ווי זאָגט מען — ביז הונדערט און צוואַנציק!