געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער קעניג הורדוס
דער קעניג הורדוס

אין מײַן לעצטן "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַשריבן די מחלוקתן צווישן ישׂראל־אַרכעאָלאָגן בשײַכות דער אַנטדעקונג פֿון צוויי זילבערנע מטבעות בעת די אויסגראָבונגען אונטער אַן אַלטער מיקווה בײַם כּותל־המערבֿי.
זייער גלויבן, אַז די דאָזיקע אַנטדעקונג פֿון די מטבעות באַווײַזט, אַז דער קעניג הורדוס איז ניט געווען דער, וועלכער האָט אויסגעענדיקט דאָס בויען פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, ווי היסטאָריקער האָבן געהאַלטן ביז איצט.
אַזוי ווי מיר פֿײַערן אין די איצטיקע טעג דעם יום־טובֿ חנוכּה, איז כּדאַי איך זאָל דערציילן פֿאַר אונדזערע לייענער, אַז אָט דער זעלבער קעניג הורדוס, וועלכע איז געווען אַ האַלבער ייִד, האָט געהאַט אַ נאָענטע שײַכות מיט דער חשמונאָים־משפּחה.
הורדוס איז געווען באַקאַנט ווי דער "קעניג פֿון יהודה". ער האָט געקעניגט אין די יאָרן 37—7 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, אין דער רוימישער אימפּעריע. דער רוימישער אימפּעראַטאָר אַנטאָניוס האָט אים באַשטימט צו זײַן קעניג פֿון יהודה, ווײַל ער האָט אים געטרײַ און איבערגעגעבן געדינט אין פֿאַרשיידענע קאַפּאַציטעטן.
בעת זײַן קעניגרײַך האָט דער קעניג הורדוס אויסגעברייטערט די גרענעצן פֿון יהודה, אײַנשליסנדיק גאַנץ גליל, די בערג פֿון חרמון און אַנדערע שטחים פֿון לאַנד.
הורדוס איז געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע, דערפֿאָלגרײַכסטע צווישן די פֿאַרשיידענע קעניגן, וועלכע האָבן דאַן געקעניגט אין דער אימפּעריע פֿון רוים.
אין זײַן צײַט האָט געהערשט רו און "פּראָספּעריטי" (וווילטאָג) אין יהודה. ער האָט אויפֿגעבויט די שטאָט קיסריה און זי אָנגערופֿן אויפֿן נאָמען פֿון יוליוס קיסר, דעם קאָלאָסאַלן פּאַלאַץ אויפֿן באַרג "מצדה" מיט זײַנע פֿאָרטיפֿיקאַציעס און שפּײַזקעלערן, היפּאָדראָמען, אַמפֿיטעאַטערס, דעם ווינטער־פּאַלאַץ אויפֿן באַרג "הרודיון", וווּ מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט די טרונעס פֿון הורדוסן און פֿון עטלעכע מיטגלידער פֿון זײַן משפּחה.

הורדוס דער ברוטאַלער, דעספּאָטישער הערשער

אַלע דערפֿאָלגן און נצחונות האָבן הורדוסן ניט געגעבן קיין רו און שלום אין זײַן פּערזענלעכן משפּחה־לעבן.
ער האָט געשטאַמט פֿון אדומישן מידבר־שבֿט, וואָס דער קעניג הורקנוס האָט באַזיגט מיט 120 יאָר פֿריִער, און וועלכער האָט זיי געצוווּנגען זיך מגייר צו זײַן צום ייִדישן גלויבן.
זײַן פֿאָטער אַנטיפֿאַטער איז געווען דער הויפּטהערשער פֿון יהודה. ער האָט באַשטימט זײַן 25־יאָריקן זון הורדוס, צו זײַן גובערנאַטאָר פֿון גליל.
ניט לאַנג נאָך דעם, ווי ער האָט אָקופּירט ירושלים, ווערט הורדוס געקרוינט דורך דעם רוימישן הערשער אַנטאָניוס, ווי דער מלך פֿון גאַנץ יהודה.
אין דער ייִדישער געשיכטע איז ער באַקאַנט ווי אַ ברוטאַלער, דעספּאָטישער הערשער, וועלכע האָט אומברחמנותדיק אומגעבראַכט טויזנטער מענטשן, צווישן זיי צענדליקער פֿון זײַן אייגענער משפּחה. ער האָט אַרײַנגעשריבן אַ בלוטיקן, טראַגישן קאַפּיטל אין דער ייִדישער געשיכטע.
ניט לאַנג נאָך דעם, ווי ער האָט פֿאַרנומען דעם טראָן פֿון יהודה, האָט ער באַגרענעצט דאָס רעכט פֿון דער סנהדרין, וואָס איז דאַן געווען אָנערקענט ווי די העכסטע יורידישע אויטאָריטעט בײַ די ייִדן פֿון לאַנד.
ער האָט אומגעבראַכט 45 פֿון די חשובֿסטע מיטגלידער פֿון דער סנהדרין, און באַשטימט אויף זייער אָרט זײַנע איבערגעגעבענע שטיצער.
כּדי אײַנצושטילן דעם כּעס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און נושׂא־חן זײַן בײַ זײַנע פּאָליטישע קעגנער, האָט ער חתונה געהאַט מיט דער פּרינצעסין מרים, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון דער חשמונאָים־דינאַסטיע.
ער האָט זי ליב געהאַט, אָבער זי האָט אים שטאַרק געהאַסט צוליב זײַנע רוצחישע מעשׂים, צוליב דעם וואָס ער האָט אומגעבראַכט אַזוי פֿיל פֿון זײַנע קעגנער. ער איז געווען אייפֿערזיכטיק, פֿול מיט קינאה און חשד קעגן די מיטגלידער פֿון דער חשמונאָים־משפּחה. זײַן ערשטער קרבן איז געווען דער 17־יאָריקער ברודער פֿון זײַן ווײַב מרים. ער האָט אים געהאַט באַשטימט פֿאַר כּהן־גדול אין בית־המיקדש. אָבער עס האָט לאַנג ניט געדויערט און מען האָט געפֿונען דעם קערפּער פֿון דעם יונגן כּהן־גדול, אַ דערטרונקענעם אין דעם באַסיין פֿון זײַן פּאַלאַץ אין יריחו. ער האָט אַרעסטירט זײַן געליבטע פֿרוי מרים און זי אויך אומגעבראַכט. ער האָט זי באַשולדיקט, אַז זי האָט קאָנספּירירט קעגן אים. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט ער אויך אומגעבראַכט איר אַלטע מוטער אַלכּסנדרה. זײַנע צוויי זין — אַרכילעוס און אַלכּסנדר — פֿון זײַן ווײַב מרים, וועלכע ער האָט געשיקט צו שטודירן אין רוים, האָט ער אויך אומגעבראַכט, נאָך זייער צוריקקער קיין ירושלים. ער האָט זיי באַשולדיקט, אַז זיי זענען געווען שטאַרק פּאָפּולער בײַ די מאַסן, צוליב זייער אָנגעהעריקייט צו דער חשמונאָים־דינאַסטיע און אַז זיי באַדראָען זײַן טראָן.
די דאָזיקע ייִדישע מאַסן האָבן הורדוסן געהאַסט צוליב זײַנע נאָענטע באַציִונגען מיט די רוימישע הערשער און זײַן גרויסער סימפּאַטיע פֿאַר דער העלעניסטישער קולטור און זייערע מינהגים, וואָס ער האָט אײַנגעפֿירט אין לאַנד.
בסך־הכּל האָט הורדוס געהאַט 10 ווײַבער. פֿאַר זײַן טויט האָט ער באַפֿוילן, אַז מען זאָל אויפֿבויען אַ מאַווזאָליי אויף דעם באַרג וואָס טראָגט נאָך ביז הײַנט זײַן נאָמען "הרודיון", וווּ מען זאָל מקבר זײַן אים און זײַן משפּחה.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער אַרכעאָלאָג פּראָפֿ׳ אהוד נצר (נעצער) אַנטדעקט די טרונעס פֿון הורדוסן און זײַן משפּחה. דאָרטן האָט ער אויך אַנטדעקט דעם פּאַלאַץ און דעם קאָלאָסאַלן שווימבאַסיין, די שיינע גערטנער און דעם אַמפֿיטעאַטער, וואָס איז געווען איינער פֿון די גרעסטע אין יענער צײַט. מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק זענען די אויסגראָבונגען אויפֿן "הרודיון" דערקלערט געוואָרן דורך דער ישׂראל־רעגירונג ווי אַ נאַציאָנאַלער פּאַרק, וואָס ציט צו יעדעס יאָר טויזנטער און טויזנטער צושויער און טוריסטן.

חנוכּה און די חגאָות 
אין די איצטיקע טעג אין ישׂראל

דער צונויפֿפֿאַל פֿון חנוכּה, דעם קריסטלעכען "קריסטמעס" און דעם שוין אָפּגעהאַלטענעם מוסולמענישן "חג–הקרבן" אין חודש דעצעמבער, לאָזט זיך שטאַרק מערקן אין די איצטיקע טעג.
טויזנטער און טויזנטער טוריסטן, פּילגרימען און געסט פֿון דער גאָרער וועלט באַלאַגערן ירושלים און אַנדערע פּלעצער אין דעם הייליקן לאַנד.
באַזונדערס באַזוכן די קריסטן זייערע הייליקע פּלעצער אין בית־לחם, וווּ עס געפֿינט זיך, לויט זייער גלויבן, דאָס געבורטסאָרט וווּ עס איז געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿון ישו־הנוצרי, און אין ירושלים צו גיין אויף דער "וויִאַ דאָלאַָראָזאַ", אויף וועלכער ער איז געגאַנגען זײַן לעצטן וועג, איידער מען האָט אים געקרייציקט.
להבֿדיל, אונדזער חנוכּה־יום־טובֿ — דער חג־האורים, באַשײַנט ירושלים און אַלע אַנדערע שטעט אין דער מדינה, מיט ליכט און פּראַכט. אין לויף פֿון דעם יום־טובֿ קומען פֿאָר אומעטום קאָנצערטן "פֿעסטיגאַלן" און פֿײַערונגען פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער און פֿאַרנעם, אין וועלכע די באַפֿעלקערונג נעמט אָנטייל און געניסט פֿון פֿרייד און פֿאַרגעניגן, במשך אַכט טעג.
אויף די דעכער פֿון שילן און רעגירונג־אַנשטאַלטן איבערן לאַנד ברענען די עלעקטרישע אַכט ליכט. ווי יעדעס יאָר האָט אויך הײַיאָר די ירושלימער מוניציפּאַליטעט באַהאַנגען לכּבֿוד די קריסטלעכע חגאָות דעם טייל פֿון צענטראַלן שאָסיי, וואָס פֿירט קיין בית־לחם און די גאַסן אַרום דער אַלטשטאָט, וווּ עס וווינען די קריסטלעכע אײַנוווינער, קאָלירפֿולע לעמפּלעך לכּבֿוד זייערע ימים־טובֿים.
צוליב די אַראַבישע אינטיפֿאַדעס און די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט זיי אין די לעצטע יאָרן, קומען כּמעט ניט קיין אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער פֿון דער ירושלימער מוניציפּאַליטעט צו זײַן אָנוועזנדיק בײַ דער "קריסטמעס"–מיסיע אין בית־לחם.
דערקעגן שוין 15 יאָר ווי די חיפֿה־מוניציפּאַליטעט פֿײַערט אין חודש דעצעמבער די טעג פֿון חג־האורים — אַ קאָמבינאַציע פֿון פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און גאַסן־אַטראַקציעס פֿאַר די דרײַ רעליגיעס: אַראַבער, קריסטן און ייִדן.
דער בירגער-מײַסטער פֿון חיפֿה יונה יהבֿ אַפּעלירט צו דער ישׂראל־מעדיאַ — ראַדיאָ, טעלעוויזיע און דער פּרעסע, צו אַלעמען, אָן אונטערשייד פֿון זייערע רעליגיעס, צו קומען קיין חיפֿה און געניסן צוזאַמען פֿון דער יום־טובֿדיקער אַטמאָספֿער און אַטראַקציעס, וואָס די חיפֿה־מוניציפּאַליטעט האָט צוגעגרייט אין חודש דעצעמבער אין די ראַמען פֿון דעם חגאָות־סעזאָן.

* * *

איז טאַקע גוט, וואָס אין די קאַלטע, טריבע ווינטערדיקע אָוונטן פֿון דעם חנוכּה־יום־טובֿ, אין וועלכן די פֿלעמלעך פֿון די חנוכּה־ליכטלעך שײַנען אַרויס פֿון אונדזערע פֿענצטער און אויף די דעכער אומעטום, דערמאָנען און דערציילן אונדז, ווי דער דיכטער מאָריס ראָזענפֿעלד האָט געשילדערט אין זײַן מאָנומענטאַל און באַליבט ליד:

אָ, איר קליינע ליכטעלעך


אָ, איר קליינע ליכטעלעך
איר דערציילט געשיכטעלעך
מעשׂהלעך אָן אַ צאָל.
איר דערציילט פֿון בלוטיקייט,
בריהשאַפֿט און מוטיקייט,
וווּנדער פֿון אַ מאָל.

ווען איך זע אײַך שמינקלענדיק,
קומט אַ חלום פֿינקלענדיק,
רעדט אַן אַלטער טרוים:
ייִד, דו האָסט געקריגט אַ מאָל
ייִד, דו האָסט געזיגט אַ מאָל,
גאָט, עס גלייבט זיך קוים.

אָ איר קליינע ליכטעלעך,
אײַערע געשיכטעלעך
וועקן אויף מײַן פּײַן;
טיף אין האַרץ באַוועגט עס זיך,
און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך:
וואָס וועט איצטער זײַן?

חג־האורים שׂמח! אַ פֿריילעכן, פֿרידלעכן חנוכּה־יום־טובֿ אײַך אַלעמען!