די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו די גלענצנדיקע קינסטלערין צירל וואַלעצקי. זי איז געווען אַ מאָלערין, העכסט באַגאַבט אין פּאַפּירשניט–קונסט און אַ מײַסטערין אין קאַריקאַטור־קונסט. איך האָב זי גערופֿן צירל און זי מיך מירל. און אַזוי ווי זי איז געווען מײַן שכנטע אין דער בראָנקס האָבן מיר אַ סך יאָרן אָנגעהאַלטן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, געאַרבעט צוזאַמען קודם אויף אַ סעריע ביכעלעך פֿאַרן ייִדישן שולוועזן וואָס דער קולטור־קאָנגרעס האָט אַרויסגעגעבן, דערנאָך אויף אַ סעריע קאַריקאַטורן וואָס וואַרטן נאָך אויף אַן אַרויסגעבער און ס׳רעשט האָט שוין געהערט צו די קולינאַרע אַפּעטיטן. ביידע האָבן מיר ליב געהאַט גאַלע, פּעטשאַ, פֿוסנאָגע און איך האָב נישט אַנטוישט, האָט איר שוין באַדאַרפֿט זען ווי מיר האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט מיט דעם מאכל.
ציפּ איז דווקא געווען אַ וועגעטאַריערין, זי האָט געגעסן ס׳רובֿ רויע גרינס, פֿרוכטן, אָבער פֿון דער פעטשאַ האָט זי זיך קיין מאָל נישט אָפּגעזאָגט, זי האָט געטענהט אַז ס׳איז גוט פֿאַר די ביינער.
מיר האָבן אָפֿט גערעדט וועגן דער לאַגע פֿון ייִדיש, זי פֿלעגט שעפּן נחת ווען איך האָב איר דערציילט וועגן מײַנע פֿולע קלאַסן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט און איך פֿלעג שעפּן נחת פֿון אירס אַ נײַעם אײַנפֿאַל אין דער מאָלערײַ. צווישן די ראָש-השנה-קאַרטלעך וואָס פֿיר פֿון אונדז האָבן זיך פֿאַרנומען דערמיט, אַרויסגעגעבן האָט זיי דער "אַרבעטער-רינג", פֿלעגט ציפּ אַלע מאָל מאָלן אַ ווײַסע טויב און עס גערופֿן שלום. צוזאַמען מיט דער מענטשהייט האָט זי געלעכצט נאָך שלום. מיר האָבן זיך דעמאָלט גערופֿן "אויפֿגאַנג", אַ נאָמען וואָס דער פּאָעט צווישן די פּאָעטן, יעקבֿ גלאַטשטיין, האָט אונדז פֿאָרגעלייגט. מיר זײַנען דעמאָלט באַשטאַנען פֿון פֿיר דאַמעס — מלכּה גאָטליב האָט צוגעשטעלט מוזיק, ציפּ וואַלעצקי — די אילוסטראַציעס, איך — די טעמעס און די מעשׂהלעך און געלע פֿישמאַן — דעם חוש צו פֿאַרשפּרייטן די סחורה.
Credit: Credit: Elaine Liebenbaum |
פֿאַרשטייט זיך, אַז דער נאָמען "אויפֿגאַנג" האָט מיר גופֿא נישט אימפּאָנירט, ווײַל ס׳האָט אַ ביסעלע געשמעקט מיט גאווה. איך האָב פֿאָרגעלייגט "פּאַפּירענע בריקן" ווײַל מ׳זאָגט ווען משיח וועט קומען וועלן מיר ייִדעלעך לויפֿן אויף די פּאַפּירענע בריקן קיין ארץ-ישׂראל און אַריבער בשלום און ס׳רעשט וועט לויפֿן אויף דער אײַזערנער בריק און דערטרונקען ווערן.
פֿאַרשטענדלעך, בײַ דער הײַנטיקער פּאָליטישער קאָרעקטקייט איז עס נישט לעגיטים, אָבער אַזוי דערציילט די ייִדישע לעגענדע און אַ לעגענדע בלײַבט אײַנגעבאַקן אין ייִדישן מהות. פֿאַרשטייט זיך, אַז לויט דעמאָקראַטישע וואַלן זײַנען מיר געבליבן בײַם אויפֿגאַנג.
און ווען פֿונעם אויפֿגאַנג האָט זיך אויסגעלאָזט אַן אונטערגאַנג, האָט מען זיך אונטערגעגעבן און אָנגענומען דעם זיבעטן אַמענדמענט "אַשרי יושבֿ ביתך". איך האָב ציפּען אַלע מאָל באַוווּנדערט איר אָפּטימיזם, איר אַרבעטזאַמקייט. אַפֿילו ווען זי האָט אויפֿגעהערט צו זען, האָט זי זיך אונטערגענומען צו מאָלן אירע לעצטע צוויי בילדער, איינס פֿאַר מיר און אַ צווייטס פֿאַר איר לאַנגיאָריקן פֿרײַנד דודל גילדין. די מאָלערײַען זײַנען באַשטאַנען פֿון זייגערלעך. דערמיט מיין איך צו זאָגן די אינעווייניקסטע מאָטאָרן פֿון די זייגערלעך. איר טאַטע איז געווען אַ זייגער־מאַכער און זי איז אַלע מאָל געווען אַנטציקט פֿון זיי.
איך האָב זי געפֿרעגט ווי אַזוי באַווײַזט זי אַזאַ קונץ, האָט זי מיר געענטפֿערט אַז אין איין אויג איז נאָך פֿאַראַן אַ שפּאַרונקע זעקראַפֿט. צווישן אַלע מײַנע גוטע פֿרײַנד איז נישטאָ קיין איינע וואָס זאָל די גאַנצע צײַט זײַן אַזוי גוט געשטימט, מסתּמא קומט עס בירושה. בירושה איז איר אויך געקומען די בלינדקייט. פֿון ציפּען איז געווען צו נעמען אַ בײַשפּיל ווי צו מאַכן שלום סײַ מיט דער עלטער, סײַ מיטן גורל. זיכער וועט זי מיר אויספֿעלן מיט איר גלייבן אין זיך, מיט איר גלייבן אין דער גוטסקייט פֿון מענטש און מיט איר ליבשאַפֿט צו איר אַרום.
דאָס מלכות־שמים האָט צובאַקומען אַ יצר־טובֿ וואָס איז אונדזער פֿאַרלוסט. זי האָט זיך זיכער פֿאַרדינט דעם ליכטיקן גן־עדן.
ברוך דיין אמת!