פֿאַרשײדנס
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


די מעשׂה פֿונעם קאַרטאָפֿל איז אַזאַ, וואָס וועגן אים האָט מען אָנגעשריבן גאַנצע ביכער. שטאַמען שטאַמט ער פֿון דרום־אַמעריקע — פּערו. קיין אייראָפּע איז ער, אַזוי ווי דער פּאָמידאָר, אָנגעקומען נאָך קאָלאָמבוסן, אַ דאַנק די שפּאַניער וואָס האָבן אײַנגענומען די אימפּעריע פֿון די אינקאַס. ווי מיר האָבן שוין געשריבן, זענען די ביידע גרינסן פֿון איין משפּחה מיט נאַכטשאָטן און אַנדערע סמיקע געוויקסן, האָט מען אויפֿן קאַרטאָפֿל אויך באַלד געוואָרפֿן אַן אומחן. קומט אויס, אַז אין דער צווייטער העלפֿט 18טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצייזישער וויסנשאַפֿטלער פּאַרמאַנטיע (Parmentier) געזען, אַז אין פֿראַנקרײַך זאָל זיך דאָס פֿאָלק צוכאַפּן דערצו. ווי אַזוי? ער האָט פֿאַרזעצט קאַרטאָפֿל אין די אַריסטאָקראַטישע גערטנער און געהייסן, מע זאָל די פֿלאַנצן שטרענג באַוואַכן. כאָטש די אַריסטאָקראַטיע האָט פֿונעם קאַרטאָפֿל דווקא נישט געהאַלטן, האָט דער המון פֿאַרשטאַנען, אַז קאַרטאָפֿל איז טאַקע דאָס וואָס זיי דאַרפֿן; און בשעת די דאָרטיקע שומרים פֿלעגן זיך פֿאַרקוקן אין אַ זײַט, האָט מען קאַרטאָפֿל אַרויסגעגנבֿעט. צו אַ גיכער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דעם געוויקס האָט נאָך צוגעשפּילט דער גרויסער הונגער אין אייראָפּע אין 1770, ביז ס’איז געוואָרן די עיקרדיקע שפּײַז איבער אַ היפּשן שטח — למשל, סײַ אין אירלאַנד און סײַ אין רוסלאַנד.
די וועלט ווייסט, אַז אין מיט־19טן יאָרהונדערט איז געקומען אַ מגפֿה אויפֿן קאַרטאָפֿל אין אירלאַנד, זענען דאָרט אויסגעשטאָרבן טויזנטער מענטשן, און די לעבן געבליבענע זענען מאַסנווײַז אַנטלאָפֿן, ס’רובֿ קיין אַמעריקע. איז דער קאַרטאָפֿל שולדיק אין דעם! צוריק געשמועסט, ווען נישט דער קאַרטאָפֿל וואָלטן מי יודע וויפֿל אירלענדער בכלל נישט דערלעבט ביזן 19טן יאָרהונדערט, ווײַל ביזן קאַרטאָפֿל איז מען דאָרטן פּשוט אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער. האָט ער געראַטעוועט אַ סך מער, ווי ער האָט "דערהרגעט". קען גרײַלעך זײַן, אַז אויך דאָס וואָס אין 19טן יאָרהונדערט איז זיך דער ייִדישער קיבוץ אין מיזרח-אייראָפּע אַזוי צעוואָקסן — פֿון אַרום איין 1 מיליאָן אין 1800 ביז קרובֿ צו 10 מיליאָן פֿאַרן חורבן, אויב מע נעמט אַרײַן אין חשבון די ייִדישע עמיגראַנטן איבער דער וועלט — האָט מען צו פֿאַרדאַנקען דעם קאַרטאָפֿל, וואָס די אָרעמע ייִדן וואָס האָבן זיך זעלטן געקענט אַפֿילו פֿאַרגינען א שטיקל ברויט, האָבן געהאַט די מעגלעכקייט צו עסן שיִער נישט יעדן טאָג.
עד כּאַן דער אַרײַנפֿיר וועגן דעם געוויקס אַליין. מכּוח זײַנע נעמען איז אַזוי: דער ייִדישער טערמין "קאַרטאָפֿל", אַזוי ווי דער רוסישער, נעמט זיך פֿון דײַטש — Kartoffel; דאָס דײַטשישע וואָרט, ווידער, קומט פֿון איטאַליעניש — אָדער פֿונעם וואָרט פֿאַר "אַרטישאָק" (ווען מ’האָט דעם קאַרטאָפֿל דערזען צום ערשטן מאָל, האָט ער דעם עולם דערמאָנט אינעם אַרטישאָק — אָדער פֿון tartuficolo ׳ערדקנויל‘, ווײַל ער האָט אַזאַ פֿאָרעם און וואַקסט דאָך אונטער דער ערד. פֿון די עלטערע דײַטשישע טערמינען איז Erdapfel, אויף ייִדיש ערטערווײַז "ערדעפּל", וואָס דעקט זיך, פֿאַרשטייט זיך, מיטן פֿראַנצייזישן pomme de terre, מיטן עבֿריתּישן "תּפּוח אדמה" און מיטן פּוילישן ziemniak. (אויף ייִדיש איז אויך דאָ "זשעמיק", פֿונעם פּוילישן דיאַלעקטישן ziemiak.)
אויף דײַטש איז אויך דאָ Grundbirne ׳ערדבאַר‘. דאָ מוזן מיר אַ ביסל אָפּכאַפּן דעם אָטעם. דאָס דײַטשישע Erdapfel איז, אַ פּנים, אַן אַלטער טערמין, וואָס מע האָט אים געניצט אין שײַכות מיט פֿאַרשיידענע געוויקסן, קודם־כּל — פֿאַר דעם וואָס אויף ייִדיש רופֿט מען "ערדבאַר" (Jerusalem artichoke, וואָס וועגן אים וועט אויסקומען צו שרײַבן באַזונדער). נאָר "ערדבאַר" וואָלט אויך געקענט זײַן דער ייִדישער פֿאַרטײַטש פֿון Grundbirne... — דער מקור פֿונעם אונגערישן שמועס־שפּראַכיקן krumpli. דאָס ליטעראַרישע וואָרט אויף אונגעריש, burgonya, וואַקסט אַרויס פֿונעם נאָמען פֿון דער פֿראַנצייזישער פּראָווינץ בורגאָנדיע — Bourgogne, Burgundy.
דאָס ענגלישע potato איז, אַ פּנים, אַ טעות אין פּשט: די באַטאַטע (sweet potato), וואָס שטאַמט פֿון די קאַריבעיִשע אינדזלען און קער זיך מיטן קאַרטאָפֿל נישט אָן, האָט אַוועקגעגעבן זײַן נאָמען דעם דרום־אַמעריקאַנער "קרובֿ" זײַנעם. דאָס טשעכישע brambory נעמט זיך פֿון "בראַנדענבורג", דעם דײַטשישן פּראָווינץ, מחמת דורך דײַטשלאַנד איז דער קאַרטאָפֿל אָנגעקומען צו די טשעכן.
דווקא ווײַל דאָס געוויקס איז שפּעט אָנגעקומען קיין אייראָפּע, האָט ער באַקומען אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע נעמען. אויף ייִדיש האָט ד״ר מרדכי שעכטער אויסגערעכנט אין זײַן "די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש" (ז׳ 25) גאַנצע פֿערצן טערמינען: קאַרטאָפֿל, קאַרטאָפֿליעס, געטאָפֿליעס, בולבעס, בולוועס, באַראַבאָליעס, באַראַבוליעס, באַרעבוליעס, באַרבאָליעס, מאַנדעבערקעס, ריבלעך, קרעמפּירן, זשעמיקעס, עכפּל, ערדעפּל א״אַ. וועגן דעם אָפּשטאַם פֿון די ערשטע דרײַ איז שוין געקומען צו רייד; די ווײַטערדיקע צוויי קערן זיך אָן מיטן ענגלישן bulb, וואָס דאָס שטאַמט פֿון גריכישן bolbos ׳ציבעלע; וואָרצל מיט דער פֿאָרעם פֿון אַ קנויל‘. "באַראַבאָליעס" — נעמען זיך פֿון אוקראַיִניש — דאָרטן זענען דאָ לכל־הפּחות דרײַ טערמינען: kartoplya, bul’va און barabolya — און קערן זיך אויך אָן מיט bulb. "מאַנדעבערקעס" איז מסתּמא פֿאַרבונדן אויך מיט "בראַנדענבורג"; "ריבלעך" — מסתּמא מיטן אוקראַיִנישן hryby ׳שוועמלעך‘ (ס’איז נישט קלאָר פֿאַר וואָס); "קרעמפּירן" — מיט Grundbirne; "זשעמיקעס" — מיט ziem(n)iaki; "עכפּל" און "ערדעפּל" — מיט Erdapfel.
וואָס זשע לאָזט עס אונדז צו הערן? אַז די אויסגערעכנטע דאָ באָטאַנישע טערמינען פֿאַררופֿן זיך אויף דער פֿאָרעם פֿונעם טייל געוויקסן וואָס מע עסט (בולבעס/בולוועס, באַראַבאָליעס אד״גל); אויפֿן ראַיאָן וואָס דערפֿון איז עס אַרײַן אין דער שייכדיקער שפּראַך (נישט געקוקט אויפֿן אמתדיקן אָפּשטאַם — מאַנדעבערקעס); אויף מער באַקאַנטע טערמינען (קאַרטאָפֿל, ערדעפּל, קרעמפּירן, ריבלעך); און אויף קאַלקעס פֿון פֿרעמדשפּראַכיקע טערמינען (זשעמיקעס, אויפֿן סמך פֿונעם פּוילישן טערמין).