ליטעראַטור


אין מײַן בוך Yiddish in the Cold War ציטיר איך דעם מעמאָראַנדום, וועלכן עס האָט אין יוני 1971 אָנגעשריבן דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פּסח נאָוויק. אין פֿעברואַר 1972 וועט מען אים אויסשליסן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווײַל נאָוויקס "נאַציאָנאַליזם" האָט ניט געפּאַסט דער פּאַרטיי-פֿירערשאַפֿט. צו יענער צײַט איז "מאָרגן-פֿרײַהייט" שוין געווען אַ קריטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט פֿון זײַן פּאָליטיק לגבי ישׂראל. אָט וואָס נאָוויק האָט דעמאָלט געשריבן (איך זעץ עס איבער פֿון ענגליש — דער שפּראַך פֿון דעם מעמאָראַנדום, אַדרעסירט צו די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פֿירער):
"אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1929 האָט ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳ צוזאַמען מיט פּראָגרעסיווע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געפֿונען אין אַ קריזיס אין שײַכות מיט די דעמאָלטיקע אומרוען אין פּאַלעסטינע. מיר האָבן זיך ביטער צונויפֿגעשטויסן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט. […] מיר האָבן טײַער באַצאָלט פֿאַר אונדזער פּאָזיציע, פֿאַרלוירן זייער אַ סך אונדזערע לייענער און אָפּגעשוואַכט אונדזער אָנשפּאַר אין די מאַסן."
די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם אַז די גאַנצע קאָמוניסטישע באַוועגונג האָט דעמאָלט, נאָך דעם "חבֿרונער פּאָגראָם" (אין דער אמתן, איז עס געשען ניט נאָר אין חבֿרון), אונטערגעהאַלטן די אַראַבער און באַשולדיקט די אָנפֿירונג פֿון דעם ייִשובֿ אין מיטהעלפֿן די בריטישע קאָלאָניזאַטאָרן אונטערצודריקן די באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט, לויט ניוט גינגריטשעס אַנומלטיקן עטנאָגראַפֿיש-היסטאָרישן אײַנפֿאַל, זיך שפּעטער אָנגערופֿן "די פּאַלעסטינער". לאַזאַר פֿאָגעלמאַן, אַ וועטעראַן פֿון "פֿאָרווערטס", האָט אין דער צײַטונג אַזוי געשריבן (דעם 23סטן נאָוועבמער 1942, אין דעם אַרטיקל "די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אין אַמעריקע שטאַרבט אָפּ"):
"אויף אונדזער ייִדישער גאַס האָט אַ סך געשעדיקט דער קאָמוניסטישער באַוועגונג זייער שעדלעכע שטעלונג צו די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין פּאַלעסטינע, אַ שטעלונג, וואָס האָט באַרעכטיקט די אַראַבישע נאַציאָנאַליסטן און איז געווען פֿײַנדלעך צו די פּאַלעסטינער ייִדן."
אַגבֿ, דער "בונד", יעדנפֿאַלס זײַן לינקער פֿליגל, האָט אָפּגעשאַצט די געשעענישן אין ארץ-ישׂראל אַן ערך אַזוי ווי דאָס האָט געטאָן דער "קאָמינטערן". אָבער וועגן דעם רעדט מען זייער ווייניק (כאָטש מע קען אַרײַנקוקן, למשל, אין יוסף גאָרניס בוך Converging Alternatives: The Bund and the Zionist Labor Movement), בפֿרט נאָך אַז ניט פֿון "בונד", נאָר דווקא פֿון דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" זײַנען דעמאָלט אַוועק עטלעכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער — אַבֿרהם רייזען, ה. לייוויק און אַנדערע.
דאָ מוז איך זאָגן, אַז ווען מע לייענט זיך אײַן אין דער פּרעסע און אַרכיוון-מאַטעריאַלן פֿון יענער צײַט, באַקומט זיך אַ בילד, וואָס איז מער קאָמפּליצירט. דאָס דערקלערט אפֿשר, פֿאַר וואָס די שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, אָבער קיינער איז, דאַכט זיך, ניט אַוועק פֿון די בונדיסטן. מיר שײַנט, אַז איינע פֿון די סיבות פֿאַר אַוועקגיין איז געווען אַזאַ: זיי — רייזען, לייוויק און אַנדערע — זײַנען, אין תּוך גענומען, משלח געווען.
דער פּראָצעס פֿון אַרויסטרײַבן די "מיטלויפֿער" (fellow travelers) האָט זיך אָנגעהויבן נאָך מיט חדשים פֿריִער פֿאַר די טראַגישע געשעענישן אין ארץ-ישׂראל. צו יענער צײַט, האָט שוין סטאַלין פֿעסט גענומען די לייצעס אין זײַנע הענט, און — בכלל — די "ראָמאַנטישע תּקופֿה" פֿון קאָמוניזם האָט זיך פֿאַרענדיקט, אַפֿילו אויב ניט אַלע האָבן עס גלײַך פֿאַרשטאַנען. די נײַע, סטאַליניסטישע תּקופֿה האָט געפֿאָדערט פֿון מחברים פֿון "מאָרגן-פֿרײַהייט" און ענלעכע צײַטשריפֿטן זיי זאָלן זיך ניט באַגרענעצן מיט פּלאַטאָנישער ליבע צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער גאָר ניט אַלע שרײַבער זײַנען געווען גרייט צו ווערן "פֿולע קאָמוניסטן", כאָטש דאָס האָט געטאָן, למשל, משה נאַדיר.
וועגן די שרײַבער-מיטלויפֿער, וואָס זײַנען אַוועק (אָדער געמוזט אַוועקגיין) פֿון דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" אין 1929, האָט לעצטנס געשריבן רות ווײַס, וואָס איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין דעם האַרוואַרד-אוניווערסיטעט און איז, בכלל, הײַנט צו טאָג איינע פֿון די גרעסטע קענער פֿון דעם ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט. איר אַרטיקל אין דעם האַרבסטנומער פֿונעם זשורנאַל Jewish Review of Books איז, ווי תּמיד, ניט נאָר זייער אינפֿאָרמאַטיוו — דער אַרטיקל, וואָס הייסט Drowning in the Red Sea, איז אויך קלוג פּראָוואָקאַטיוו, און ווי אַזאַ לאָזט ער ניט איבער די לייענער גלײַכגילטיק. פּראָפֿעסאָר ווײַס פֿאָדערט פֿון זיי — טראַכט! זי שרײַבט, דער עיקר, וועגן דער זייער אינטערעסאַנטער אויסגאַבע, וואָס האָט געקראָגן אַ פּשוטן טיטל, "וואָך", און איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ ליטעראַרישער מקום-מיקלט פֿאַר די אַנטלאָפֿענע פֿון קאָמוניזם מיטלויפֿער.
מיר גלייבט זיך, אַז דער אַרטיקל וועט האָבן אַ נײַע אויפֿלאַגע, אין וועלכער איך וואָלט פֿאָרגעלייגט צו בײַטן עטלעכע קלייניקייטן. אין 1929, איז דער "פֿאָרווערטס" ניט געווען nominally socialist, עס איז נאָך אַלץ געווען אַ ריכטיקע, אָן חכמות סאָציאַליסטישע צײַטונג. ווען די רייד גייט וועגן די רעדאַקטאָרן פֿון "מאָרגן-פֿרײַהייט", דאַרף מען דערמאָנען ניט שכנא עפּשטיין, וועלכער איז צו יענער צײַט, אויגוסט-סעפּטעמבער 1929, שוין געווען אין אוקראַיִנע און רעדאַקטירט דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט", נאָר וועגן מלך עפּשטיין, וואָס איז שפּעטער אַרויס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" און אַרויסגעגעבן וויכטיקע ביכער וועגן דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג. און נאָך איין זאַך: וועגן Pyotr Smidovitch, Administrator of Birobidzhan — whom the editors mistook for a Gentile. אין דער אמתן, האָט סמידאָוויטש מיט ביראָבידזשאַן ניט "אַדמיניסטרירט" — ער האָט אָנגעפֿירט מיטן "קאָמזעט", דעם קאָמיטעט וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישער קאָלאָניזאַציע ניט בלויז אין ביראָבידזשאַן; און צווייטנס, איז ער טאַקע קיין ייִד ניט געווען.
אָבער דאָס זײַנען — איך חזר איבער — קלייניקייטן. אַ סך וויכטיקער איז די טענה, וואָס רות ווײַס האָט צו די געוועזענע מיטלויפֿער, דהײַנו: זיי זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, אָבער ניט געוויזן קיין קלאָרע סימנים פֿון חשבון-הנפֿש. דערצו זײַנען זיי, ווי פֿריִער, פֿאַרבליבן אַנטי-ציוניסטיש געשטימט. רות ווײַס איז, אין תּוך גענומען, גערעכט, מחמת ביידע זאַכן האָבן זיך גוט געפּאָרט. ציוניזם איז, בכלל, געווען ניט אין דער מאָדע אין יענער צײַט. בעת די בלוטיקע געשעענישן, מיט קרבנות צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָבן אַרויסגערופֿן מיטלייד בײַ ייִדן אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער, האָבן די דאָזיקע געשעענישן פֿאַר אַ סך, צי אַפֿילו ס׳רובֿ, ייִדן אויך קלאָר געמאַכט, אַז ארץ-ישׂראל איז ניט געווען קיין מקום-מיקלט. וועגן דעם האָט, אַ שטייגער, געשריבן אין "פֿאָרווערטס" דער דעמאָגראַף יעקבֿ לעשצינסקי, אַן אויסגעהאַלטענער אַנטי-קאָמוניסט.
אויב מע רעדט וועגן יענער צײַט, מוז מען האַלטן אין זינען, אַז דער קאָמינטערן האָט פֿאַר אַ סך ייִדישע אינטעלעקטואַלן אויסגעזען ווי אַ ווירטועלע טעריטאָריע, אין וועלכער זיי האָבן געקענט זיך פֿאָרשטעלן זייער "ייִדישלאַנד". דער ייִדישיזם האָט דאָך תּמיד געהאַט זייער ערנסטע פּראָבלעמען מיט אַנטוויקלען זיך אין אַ באַזונדערער באַוועגונג. קיין אָרגאַניזאַציע איז ניט אויסגעוואַקסן פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. אַ גרויסע האָפֿענונג האָט געגעבן די "קולטור-ליגע", געשאַפֿן אין קיִעוו אין 1918 און נאָכגעמאַכט אין צענדליקער שטעט אין פֿאַרשיידענע לענדער. "קולטור-ליגעס" האָבן אויף אַ קורצער ווײַלע זיך באַוויזן אין ניו-יאָרק און דעטרויט. די היגע "ליגעס" האָבן אַזש ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה עקסיסטירט אין פּאַריז, אַמסטערדאַם און וואַרשע. אָבער סײַ ווי סײַ האָבן זיי קיין וועלט-באַוועגונג ניט אויפֿגעבויט.
גלײַכצײַטיק, האָט דער קאָמינטערן זיך געשניטן אויף אַזאַ קאָנסאָלידירנדיקן כּוח. אַזוי האָבן, יעדנפֿאַלס, געגלייבט צענדליקער ייִדישע פּענמענטשן. ניט צופֿעליק וועט אַ צאָל מיטלויפֿער ווידער אַ צי טאָן צום קאָמינטערן אין יאָר 1937, ווען אין פּאַריז איז געשאַפֿן געוואָרן דאָס, וואָס האָט געדאַרפֿט ווערן אַ נײַ "ייִדישלאַנד" — דער "איקוף". ווי מיר ווייסן, האָט עס ווידער קיין סטאַבילע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע ניט געשאַפֿן, כאָטש קרובֿישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געפֿירט טעטיקייט אין עטלעכע לענדער.
וואָס שייך דעם חשבון-הנפֿש, וואָס רות ווײַס וואָלט געוואָלט זען בײַ די געוועזענע "מיטלויפֿער", בין איך ניט זיכער, אַז אַזאַ דערוואַרטונג איז באַרעכטיקט. קודם-כּל, זײַנען זיי דאָך קיין קאָמוניסטן ניט געווען. זיי זײַנען געווען וואַנדערנדיקע ייִדישיסטן, וואָס האָבן געזוכט אַ דאַך, אונטער וועלכן זיי וואָלטן געקענט אַוועקלייגן זייער טאָרבע. אין די 1920ער יאָרן האָט די קאָמוניסטישע באַוועגונג אויסגעזען ווי אַ דאַך מיט ווייניקער לעכער איידער אַלע אַנדערע אידעאָלאָגישע דעכער. אין קיין פֿאַרברעכן פֿון קאָמוניזם האָבן זיי זיך ניט באַטייליקט. טאָ וועגן וואָס האָבן זיי געדאַרפֿט זיך שלאָגן על-חטא?
אַן אַנדער זאַך, אַז אונדזער דור קען זיך יאָ שלאָגן על-חטא — פֿאַר פֿאַרגעסן, און דערלאָזן מע זאָל פֿאַרגעסן, די נעמען און די ווערק פֿון צענדליקער טאַלאַנטירטע ייִדישע פּאָעטן און פּראָזאַיִקער, אַרײַנגערעכנט די וואָס האָבן געפֿירט אַ שטיקל ליבע מיט קאָמוניזם. און עס קומט אַ גרויסער יישר-כּוח רות ווײַס פֿאַר איר אַרטיקל, וואָס דערציילט און דערמאָנט דעם לייענער וועגן אַ וויכטיק זײַטל אין דעם שאַפֿערישן לעבן פֿון עטלעכע ייִדישע ליטעראַרישע טאַלאַנטן.