|
ליבי פּאָלאַק, איינע פֿון די באַקאַנטסטע פֿיגורן בײַ "חסידיש ייִדיש" |
|
ווען די אינטערנעץ האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן, האָבן די חסידים, וואָס האָבן עס געניצט, זיך אָפֿט פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי טוען עס בלויז צוליב דער אַרבעט, און סײַ־ווי־סײַ, האָבן זיי באַקומען אַ היתּר אויף דעם.
הײַנט געפֿינען זיך אָבער אַ צאָל זײַטן אויף דער אינטערנעץ — סײַ בלאָגס, סײַ דורך "פֿייסבוק" — וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך חסידים אָדער געוועזענע חסידים, וווּ די "היימישע" פֿילן זיך פֿרײַ צו שמועסן וועגן פֿאַרשידענע ענינים, און אָפֿט מאָל, מיט הומאָר. איינע פֿון די זײַטן, וואָס געפֿינט זיך אויף דער סאָציאַלער נעץ "פֿייסבוק", הייסט "חסידיש ייִדיש", און איז ממש אַן אוצר פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש.
די גרינדערין פֿון "חסידיש ייִדיש" הייסט פֿרידע, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. ווי זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צו דער זײַט, וויל זי מאַכן אַ רשימה פֿון "די חסידישע ווערטער, וואָס זענען נישט קיין טייל פֿון ייִוו״אָ־ייִדיש". כּדי אויסצומײַדן די גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט באַניצט אין דער גערעדטער חסידישער שפּראַך, באַגרענעצט זי די רשימה בלויז מיט יענע ווערטער, וואָס חסידים ניצן אויך אין די געדרוקטע טעקסטן, ווײַל אין די ביכער און צײַטונגען געפֿינען זיך אַ סך ווייניקער ענגלישע ווערטער.
ווי באַלד די זײַט "חסידיש ייִדיש" איז אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף "פֿייסבוק", האָט עס צוגעצויגן אַ צאָל מיטגלידער, וואָס האָבן, לויט זייער ייִדיש, געקלונגען ווי זיי קומען פֿון אַ חסידישער סבֿיבֿה. הגם די שמועסן זענען אין גיכן געוואָרן זייער לעבעדיק, איז פֿרידע נישט געבליבן צופֿרידן.
"איך האָב געהאָפֿט, אַז מע וועט זיך טיילן מיט חסידישע ווערטער און אויסדרוקן, אָבער דער שמועס איז כּסדר אַריבער אויף אַנדערע טעמעס," האָט פֿרידע געזאָגט. האָט זי אויף עטלעכע טעג געשלאָסן די זײַט, און ווען זי האָט עס ווידער געעפֿנט, זענען שוין געווען צוויי "פֿייסבוק"־זײַטן: "קאַווע־שטיבל", וווּ מע קען שמועסן און זיך וויצלען סתּם אַזוי, ווי איבער אַ טעפּל קאַווע; און "חסידיש ייִדיש", וווּ די מיטגלידער טיילן זיך מיט ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס זיי האָבן קינדווײַז געהערט אין דער היים, אויף דער גאַס און אין חדר.
"קאַווע־שטיבל" איז אַ געשלאָסענע גרופּע (מע דאַרף קריגן דערלויבעניש צו ווערן אַ מיטגליד) און באַשטייט פֿון 147 מיטגלידער. "חסידיש ייִדיש" איז אַן אָפֿענע גרופּע פֿון 131 מיטגלידער; צווישן זיי — אויך ייִדיש־רעדער, וואָס קומען נישט פֿון חסידישע היימען אָבער האָבן הנאה פֿון די שמועסן.
זינט "חסידיש ייִדיש" האָט זיך ווידער געעפֿנט, האָט פֿרידע באַוויזן אָנצוקלײַבן אַ היפּשן מאַטעריאַל, וואָס זי האָט צעטיילט, לויטן אַלף־בית, אויף זעקס רשימות: 1. ווערטער, 2. אויסדרוקן, 3. מענער־לשון (טאָג־טעגלעכע טערמינען, וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש), 4. קינדער־גראַמען, 5. חסידיש ענגליש, און 6. חסידישע וויצן.
פֿרידע, וואָס שטודירט אויף מאַגיסטער אין געשיכטע אין "סאַראַ לאָרענס קאָלעדזש" און האָט אַ 6־יאָריק ייִנגל, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי איז זייער פֿאַראינטערעסירט אין חסידיש ייִדיש, ווײַל ביז איצט האָט מען עס צו ווייניק אויסגעפֿאָרשט, און בכלל איגנאָרירט. "איך האַלט, אַז דאָס וואָלט געקענט האָבן אַ ריזיקע קולטורעלע ווערט פֿאַר אונדז, חסידים, אָבער די פּראָבלעם איז, מיר שאַצן עס נישט אָפּ. מיר האַלטן, אַז ס׳איז צו פּויעריש (נישט מאָדערן), און דערפֿאַר, גייט מען אַזוי פֿיל אַריבער צו ענגליש."
"חסידיש ייִדיש איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכער וועלט," האָט פֿרידע דערקלערט. "כ׳רעד נישט בלויז וועגן באַליידיקונגען, אָבער אויך ווי אַ מיטל זיך אויסצודריקן. ווען איך רעד, למשל, מיט עמעצן וואָס קען נישט קיין ייִדיש, גלוסט זיך מיר פּלוצעם צו זאָגן But is it shayekh?
"ווען חסידישע פֿרויען ווילן שרײַבן פּאָעזיע, טוען זיי עס אויף ענגליש, און דאָס שטערט מיך זייער," האָט פֿרידע געזאָגט. "כ׳וויל, אַז מענטשן זאָלן אָנהייבן זען, אַז ייִדיש האָט אַ גרויסע ווערט פֿאַר זיי."
געוויסע ווערטער אין דער רשימה קען מען הערן אויך בײַ נישט־חסידישע ייִדיש־רעדער ווי, למשל, די ווערטער "באַלעבאַטעווען" און "לעקיש", אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן טאַקע אָנגענומען אַ ספּעציפֿיש־חסידישן טײַטש. אַ קוביקל צוקער, למשל, הייסט אַ "קאָצקע צוקער"; אַ "פֿריזעט" איז אַ שאַל און שייטל, וואָס די חסידישע פֿרויען טראָגן אין איינעם; "גערעדעכצער" זענען שמועסן פֿול מיט פּלאָטקעס, און "פּעפּעטע" הייסט אַ שוואַרץ־און־ווײַס־געקעסטלטע זאַך, ענלעך צו אַ שאַכברעט.
אין דער רשימה אויסדרוקן, לייענט מען: "אויבן פּוץ, אונטן שמוץ"; "אַז דער הונט בילט, איז אַ סימן, אַז דער שטיין איז געלונגען" (טײַטש: אויב די קריטיק שטעכט, איז אַ סימן, אַז מע האָט געטראָפֿן אין ציל); "אַחשורוש־שיך" — די שיך מיט די שאַרפֿע שפּיצן, וואָס זענען לעצטנס אין דער מאָדע; "אַ סך האָבן ליב געפֿילטע פֿיש, און אַ סך האָבן האָר אין דער נאָז" (טײַטש: פֿאַראַן פֿאַרשידענע מינים מענטשן אויף דער וועלט).
די קינדער־גראַמען זענען אויך פֿול מיט חן:
אלף בית גימל, דער רבי פֿליט אין הימל,
דלתּ הא וואָוו, דער רבי שלאָפֿט,
זיין חית טית, דער רבי פֿרעסט...
־־־־־־־־
הינט, הינט, דו ביסט עשׂוס קינד
אויב דו וועסט מיך בײַסן
וועט קומען מײַן פֿעטער יעקבֿ און וועט דיך צערײַסן
־־־־־־־־
בורא פּרי העץ (בוירע פּרי האַ־אײַץ)
האָסט אַ לאָך אין טײַטס (= לאַנגע זאָקן)!
שמעון (נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ 29־יאָריקער טאַטע פֿון פֿינף קינדער, באַטייליקט זיך אָפֿט אין די שמועסן בײַ "חסידיש ייִדיש", כאָטש מיט 10 יאָר צוריק האָט ער אַפֿילו צו קיין ראַדיאָ זיך נישט צוגעהערט. "כ׳האָב חתונה געהאַט אין 2001," האָט ער דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". "ווען איך האָב דעם 11טן סעפּטעמבער זיך דערוווּסט וועגן די אַטאַקן, האָב איך שטאַרק געוואָלט וויסן, וואָס קומט פֿאָר. כ׳האָב געפֿונען אַ ראַדיאָ, און אויסגעפּרוּווט דאָס קנעפּל, ביז איך האָב געפֿונען 1010-WINS (אַ באַקאַנטע נײַעס־סטאַנציע). אַ גאַנצע וואָך האָב איך זיך צוגעהערט צו בוש, און צו די ‘טאָק־שאָוס’ (פּאָליטישע שמועס־פּראָגראַמען) — אַ נײַע וועלט."
שמעון איז אויך געוואָרן אַ געטרײַער צוהערער פֿון "די פֿאָרווערטס־שעה", און נאָכן אַנטדעקן די אינטערנעץ האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אין אַ חסידישן בלאָג (אינטערנעץ־זשורנאַל). "כ׳האָב געשריבן וועגן זאַכן, וואָס הײַנט פֿאַרשטיי איך אַנדערש ווי אַ מאָל: אַז אפֿשר איז בעסער צו האָבן ווייניקער קינדער, אַז אפֿשר איז טאַקע כּדאַי צו קריגן אַ בעסערע ‘עדיוקיישאָן’ (בילדונג). ס׳איז גוט, אַז מע האָט אַן אָרט, וווּ מע קען שרײַבן אויף ייִדיש."
שמעון קומט הײַנט אויף ליטעראַרישע טרעפֿונגען מיט ייִדישיסטן, אַזוי ווי דער לייענקרײַז, וואָס טרעפֿט זיך בײַם "פֿאָרווערטס"־שרײַבער לייזער בורקאָ אין דער היים. ער האָט דערציילט ווי מע האָט בײַ לייזערן געלייענט אַ דערציילונג פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, און דער עולם האָט נישט געוווּסט דעם טײַטש פֿון "כת ש״ץ". "איך האָב יאָ געוווּסט, האָב איך זיי מסביר געווען, אַז דאָס מיינט מען די שבתי־צבֿיניקעס. ס׳איז גוט וואָס די ייִדישיסטן און חסידים באַקענען זיך. ס׳קען נאָר גוטס אַרויס דערפֿון."
יואליש, אַ 30־יאָריקער טאַטע פֿון 2 קינדער, באַטייליקט זיך אין "חסידיש ייִדיש", ווײַל די טעמע איז אים נאָענט צום האַרץ. "כ׳בין נישט קיין שרײַבער, אָבער כ׳האָב ליב צו רעדן וועגן שפּראַך," האָט יואליש געזאָגט. פֿון צײַט צו צײַט, ווען ער שמועסט מיט טאַטע־מאַמע אָדער מיט די שוועסטער און ברידער, איז איינע פֿון די טעמעס דער באַניץ אָדער שורש פֿון ווערטער, סײַ ייִדישע, סײַ ענגלישע. צום טייל, איז עס די השפּעה פֿון דער באָבען, וואָס פֿלעגט אָפֿט ניצן אויסדרוקן ווי "אַ נאַר אויפֿן מאַרק" און "ווי בײַם טאַטן אין ווײַנגאָרטן". זי פֿלעג אויך ניצן וועלטסווערטלעך ווי, למשל, "יעדער וווּנדער נעמט דרײַ טעג". יואליש האָט דערקלערט, אַז דאָס זאָגט מען איינעם, וואָס האָט עפּעס איבערגעלעבט, און זאָרגט זיך, וואָס די שכנים וועלן זאָגן; ענטפֿערט מען אים, אַז ס׳איז נישט עק וועלט, אין דרײַ טעג וועט עס יעדער פֿאַרגעסן...
"פֿון וואַנען, למשל, קומט דער אויסדרוק ‘אַרויסגעלאָזט אויף גאָטס באַראָט’?" פֿרעגט יואליש. "אָדער דאָס וואָרט ‘פֿלאָנדער’ — אַ יוגנטלעכער, וועלכער דרייט זיך אין די גאַסן? בײַ מערסטע חסידים רעדט מען נישט דערוועגן, ווײַל זיי ווייסן ייִדיש נאָר ווי אַ שפּראַך וואָס מע רעדט; זיי ווייסן נישט דעם חילוק צווישן אַ ווערב און אַ ‘נאַון’ (סובסטאַנטיוו)."
משה, אַ 36־יאָריקער טאַטע פֿון זעקס קינדער, איז אָבער פֿון אַן אַנדער שניט. "כ׳בין נישט קיין לינגוויסט אָדער שפּראַך־ליבהאָבער," האָט ער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", און דערבײַ אויך צוגעגעבן, ווי שווער ס׳איז אים צו לייענען דעם "פֿאָרווערטס". "דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב עס געלייענט, איז עס געווען אַ גרויסע אָנשטרענגונג, אין גאַנצן אַן אַנדער שפּראַך ווי מיר האָבן געהערט אין חדר. דער ‘פֿאָרווערטס’־ייִדיש איז נאָך שווערער צו לייענען ווי שפּאַניש, פֿול מיט ווערטער וואָס מע ניצט נישט. כ׳האָב איין מאָל געזען דאָס וואָרט ‘ראַק׳ פֿאַר ‘קענסער’ — רחמנא־לצלן, וואָס איז דאָס פֿאַר אַ וואָרט? בײַ אונדז האָט מען עס גערופֿן ‘יענע מחלה’. און דאָס פֿאַרשטיי איך נישט, אויב 10,000 פֿון די ייִדיש־רעדער ניצן די שפּראַך וואָס די אונגאַרישע ייִדן רעדן, פֿאַר וואָס ניצן די ייִדישיסטן אין גאַנצן אַנדערע ווערטער?"
פֿון דעסטוועגן, איז משה אַנטציקט וואָס די ייִדישיסטן האָבן ליב ייִדיש. "כ׳פֿאַרשטיי נישט די סיבה, ווײַל אונדזאָ׳מיר נישט קיין ליבע צו ייִדיש," האָט משה געזאָגט. "אָבער כ׳האָב הנאה דערפֿון."
איינע פֿון די באַקאַנטסטע פֿיגורן סײַ בײַ "חסידיש ייִדיש", סײַ בײַ "קאַווע־שטיבל", איז ליבי פּאָלאַק, אַ 23־יאָריקע פֿרוי, וואָס קען ייִדיש און לשון־קודש אַזוי גוט, אַז אַ צאָל לייענער, וואָס קענען זי בלויז פֿון "פֿייסבוק", טענהן, אַז זי מוז זײַן אַ מאַן. זי שרײַבט נישט בלויז לומדיש, נאָר אויך מיט הומאָר.
אויף דער פֿראַגע, ווי איז געקומען צו איר אַזאַ קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש און לשון־קודש, האָט ליבי געענטפֿערט, אַז זי האָט תּמיד געלייענט אַ סך ייִדיש, און אין די ביכער איז געווען אַ סך ווייניקער ענגליש, ווי אין דער גערעדטער שפּראַך. "כ׳האָב געלייענט די וועכנטלעכע צײַטונגען ‘די ייִדישע ליכט’ און ‘דער ייִדישער קוואַל’, געלייענט אַ סך מעשׂיות וועגן די רביס. ווײַזט אויס, איך האָב אַ גוטן זכּרון, ווײַל איך געדענק אַלע פּסוקים וואָס איך לייען; אַלץ וואָס פֿליט מיר אין קאָפּ אַרײַן בלײַבט בײַ מיר."
צו זעקס יאָר האָט ליבי אָנגעשריבן איר ערשט ליד. "די מאַמע איז געווען אַ מנהלת און זי האָט אויך געקענט גוט שרײַבן," האָט ליבי געזאָגט, נאָר מיט איין אונטערשייד. "מײַנע זאַכן זענען אַ ביסל מער קאָמיש."
צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון די מיטגלידער אין "חסידיש ייִדיש" האָבן זיך געלערנט אין די זעלבע, אָדער לכל־הפּחות ענלעכע, ישיבֿות און שולן, שפּיגלען די שמועסן אָפּ זייער בשותּפֿותדיקע קולטור־ירושה. מיט אַ וואָך צוריק, למשל, האָט ליבי אָנגעהויבן אַ שמועס, פֿרעגנדיק: "איז דאָ אַ ספּעציפֿיש וואָרט אין אידיש פֿאַרן קליינעם פֿינגער וואָס די גוים רופֿן פּינקי? איך האָב מיר צו טיף פֿאַרשניטן די נעגל דאָרט, און ס׳ציפּט שטאַרק."
מע האָט גלײַך געענטפֿערט אויף איר שאלה מיט פֿאַרשידענע פֿאָרלייגן.
"אויף לשה״ק (לשון־קודש) איז עס די זרת," האָט יואליש געענטפֿערט.
"די ריגעלע ריגעלע רוגז פֿינגער," האָט געענטפֿערט אַ צווייטע מיטגלידין, פּעגי גרינפֿעלד, פֿאַררופֿנדיק זיך אויפֿן באַקאַנטן לידל: "ריגעלע ריגעלע רויגעז, זע׳מיר געווען ברוגז, ריגעלע ריגעלע ריק — זענען מיר חבֿר קריק!"
אַ דריטער מיטגליד, הערשי, האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז דאָ אַ מדרש וועגן יעקבֿ אָבֿינוס קליינעם פֿינגער. "יעקבֿ האָט דערמיט אַראָפּגעקוילערט די שטיין, צו ווײַזן, אַז ער קען," שרײַבט ער.
און דאָ האָט ליבי אָנגעהויבן זיך וויצלען — אויף חסידיש ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך. "איך בין מוחה אויף מאַניקיורס, ווײַל זיי טוען עס נישט אין די כּשרע סדר פון דבהג״א בדאג״ה." די פֿון אונדז וואָס זענען נישט אויפֿגעוואַקסן אין חסידישע היימען, דאַרפֿן אַ דערקלערונג פֿונעם אויסדרוק "דבהג״א בדאג״ה". אין חדר לערנט מען די קינדער דעם סדר ווי צו שנײַדן די נעגל, ניצנדיק אותיות פֿאַר די פֿינגער. "א" איז טײַטש דער גראָבער פֿינגער, "ב" איז דער צווייטער פֿינגער, אאַז״וו. טאַקע דערפֿאַר האָט ליבי אָנגעהויבן דעם שמועס; זי וויל דעם קלענסטן פֿינגער רופֿן בײַם אמתן וואָרט, נישט סתּם "ה".
לייזער און יעקבֿ־פּרץ בלום, אויך אַ ייִדישיסט און שפּראַכקענער, האָבן ביידע פֿאָרגעלייגט דאָס באַקאַנטע וואָרט "מזיניק", נאָר ס׳איז נישט קלאָר, צי בײַ די לייענער פֿון "חסידיש ייִדיש" וועט דאָס וואָרט נושׂא־חן זײַן.
ליבי איז אָבער זייער צופֿרידן וואָס אירע באַמערקונגען רופֿן אַרויס אַזוינע שמועסן, און זי האַלט, אַז מע דאַרף ווײַטער פּועלן בײַ די חסידים צו רעדן, שרײַבן און זיך וויצלען אויף ייִדיש. "זאָל מען אָנשרײַבן ייִדישע קאָמעדיעס און פּיעסעס, אַזוי ווי ס׳איז געווען פֿאַרן קריג," האָט ליבי דערקלערט. "זאָל מען הנאה האָבן פֿון דער קולטור, און זאָל ייִדיש ווערן אויפֿגעבליט ווי מיט שנים קדמונות."