|
דער שער־בלאַט פֿונעם בוך "ווינטער אין תּל־אָבֿיבֿ" |
|
דמיטרי דייטש.
ווינטער אין תּל־אָבֿיבֿ.
מאָסקווע, אַרגאָ־ריסק, 2011
אין ווינטער אַנטפּלעקט זיך דער אמתדיקער, תּוכיקער כאַראַקטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי לייענט מען אינעם נײַעם בוך פֿונעם רוסיש־ישׂראלדיקן מחבר דמיטירי דייטש׃ "תּל־אָבֿיבֿ מאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי שטייט אויף דער ערד, אויפֿן פֿעטן, סאַמאָראָדנעם, נאַטירלעכן שוואַרצבאָדן. אָבער די אַלטגעזעסענע תּושבֿים פֿון דער שטאָט ווייסן׃ דאָס איז אַ ליגן. מען האָט אויפֿגעבויט תּל־אָבֿיבֿ אויף דעם נאַסן פּאַלעסטינער זאַמד, און זי איז ענלעך צו אַ מענטש, וואָס דאָס גאַנצע לעבן זײַנס גייט ער אויף די שפּיץ־פֿינגער, כּדי אויסצוזען העכער."
די ווינטערדיקע שטאָט תּל־אָבֿיבֿ איז דער הויפּט־העלד פֿון אַ חצי־מאה מיניאַטורן, וואָס זײַנען אַרײַן אין דייטשס קורצן זאַמלבוך. די אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿון די קורצע מעשׂיות־משלים זײַנען די "אַלטגעזעסענע תּושבֿים" פֿון דער שטאָט, וואָס קענען איר טבֿע. דאָס זײַנען דער פֿערצן־יעריקער בחור גבי, די לערערין רבֿקה, דער משוגענער מר כּהן, דער רוסישער עולה שמעון, די יונגע פֿרויען רחל און יעל, און רן, דער צווייטלינג פֿונעם דערציילער. ווען מען פֿאַרענדיקט לייענען דאָס בוך, פֿאַרשטייט מען, אַז אָט די איינצלנע מעשׂיות בילדן אַ מין ראָמאַן, וואָס באַשטייט פֿון עפּיזאָדן, און דער לייענער אַליין קאָן שוין אויספֿילן די בלויזן.
דער מחבר שילדערט די דאָזיקע פֿיגורן אין פֿאַרשידענע מאָמענטן פֿון זייער טאָג־טעגלעכן לעבן. רחל קויפֿט אַ נײַ קלייד, מר כּהן פֿאָרט אינעם אויטאָבוס, גבי שרײַבט אַ בריוו צום רבנו־של־עולם, און שמעון שפּילט שובערט פֿאַר די טירן פֿון אַ ביוראָ־בנין. מיט זײַן שפּאָרעוודיקן איראָנישן סטיל שאַפֿט דייטש דעם עפֿעקט פֿון אַ בליץ־קורצן ווידעאָ־קליפּ. די פֿיגורן באַווײַזן קוים צו מאַכן אַ פּאָר באַוועגונגען און אַרויסזאָגן אַ פּאָר ווערטער, ווי די קאַמערע רוקט זיך שוין אַריבער צו אַ נײַעם עפּיזאָד.
יעדע קורצע סצענע איז אַ משל מיט אַ נמשל, און אין איינעם זאָגן זיי אונדז עפּעס וויכטיקס וועגן דעם מהות פֿון דער שטאָט׃ "אין דער דאָזיקער שטאָט זײַנען די ווערטער פֿון מענטשן אַ סך וואָגיקער, איידער זייערע מעשׂים". און אפֿשר דאָס וויכטיקסטע׃ "תּל–אָבֿיבֿ, ווי אַ סך תּושבֿים אירע, איז שוין לאַנג צוגעוווינט פֿאָרצושטעלן דעם חלום ווי אַ וואָר." דייטש נעמט אַראָפּ דאָס דינע הײַטל פֿון דער שיינער פֿאַנטאַזיע, וואָס איז פֿעסט צוגעקלעפּט צו דעם אימאַזש פֿון תּל־אָבֿיבֿ און אַנטפּלעקט פֿאַרן לייענער איר צאַרטן צאַפּלדיקן מהות.
די "רוסישע" געשטאַלט פֿון תּל־אָבֿיבֿ האָט אַ לאַנגע ליטעראַרישע געשיכטע. זי הייבט זיך אָן מיט אַבֿרהם וויסאָצקיס ראָמאַן "תּל־אָבֿיבֿ" (1933) וועגן די רוסישע חלוצים, וואָס האָבן געבויט די ערשטע ייִדישע שטאָט, און איר בלי־צײַט פֿאַלט אויס ערשט אויף די 1990ער יאָרן, מיטן אָנקומען פֿון דער "גרויסער" רוסישער עליה. דער רוסישער ליטעראַרישער מיטאָס תּל־אָבֿיבֿ האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דעם טוריסטישן פּאָסט־קאַרטל־אימאַזש מיט די מאָדערנע האָטעלן און זאַמדיקע פּלאַזשעס. דאָס איז די שטאָט פֿון הינטערגעסלעך, פֿון גאַסן־הענדלער און אויטאָבוסן. די העלדן זײַנען קליינע מענטשעלעך, וועלכע ציִען זייער אָרעמע פּרנסה פֿון צופֿעליקע געשעפֿטן.
הײַנט איז תּל־אָבֿיבֿ די גרעסטע רוסיש־ייִדישע שטאָט אין דער וועלט. דאָ וווינען און אַרבעטן צענדליקער רוסישע ליטעראַטן. עס גייען אַרויס עטלעכע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן, עס שפּילט אַ רוסישער טעאַטער, עס זײַנען פֿאַראַן ראַדיאָ־אוידיציעס און טעלעוויזיע־קאַנאַלן. אין די רוסישע ליטעראַרישע קלובן און ביכער־קראָמען לייענען זייערע ווערק אָרטיקע מחברים און געסט פֿון רוסלאַנד און אַנדערע תּפֿוצות. און דאָך, דערקלערט דייטש אין אַן אינטערוויו צו אַ מאָסקווער צײַטשריפֿט, אַז "עס איז ניטאָ קיין קאָמוניקאַטיווע סבֿיבֿה פֿאַר די, וואָס שרײַבן אויף רוסיש". לויט זײַן מיינונג, שטעקט די סיבה אין דעם, וואָס "ישׂראל האָט ניט קיין קריטישע מאַסע פֿון פֿאַראינטערעסירטן רוסישן פּובליקום".
אָבער דייטש האַלט דאָס פֿאַר אַ מעלה׃ "דער, וואָס שרײַבט הײַנט אויף רוסיש אין ישׂראל, שפּירט ניט קיין אימפּעריאַלע ליטעראַרישע טראַדיציע הינטער זיך." ער גלייבט, אַז דווקא אין אַזאַ מצבֿ פֿון דער אינערלעכער פֿרײַהייט קאָן מען שאַפֿן "עפּעס, וואָס איז אוניקאַל; עפּעס, וואָס איז אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אויף דעם רעאַלן שפּראַך־באָדן אין די באַדינגונגען פֿונעם פֿאַנטאַסטישן געמיש פֿון קולטורן, טראַדיציעס, געשטאַלטן און קולות — און דווקא דאָס קומט איצט פֿאָר אין ישׂראל."
דייטשס פֿריִערדיקע ליטעראַרישע שאַפֿונג געהערט צו דעם זשאַנער פֿון פֿאַנטאַסטישע וווּנדער־מעשׂיות. די האַנדלונג קומט בײַ אים פֿאָר אין ערגעץ־לאַנד, און די העלדן זײַנע זײַנען חיות, חפֿצים אָדער גאָר פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן. "ווינטער אין תּל־אָבֿיבֿ" איז אַ מין אומקער צו דער ווירקלעכקייט, הגם די דאָזיקע ווירקלעכקייט האַלט אָפּ אַ סך סימנים פֿון אַ מעשׂה־ניפֿלא, וואָס ווערט געחלומט אין דער "וועלטלעכער הויפּטשטאָט פֿון ייִדן", ווי עס האָט אַ מאָל אָנגערופֿן תּל־אָבֿיבֿ דער אַנדערער רוסיש־ייִדישער בעל־חלומות אַלכּסנדר גאָלדשטיין.