פּערזענלעכקײטן, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר


דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער, איז אַוועק אין דער אייביקייט, אין עלטער פֿון 90 יאָר, צירל "ציפּ" וואַצלעצקי; אַ נאָוואַטאָרישע קינסטלערין וואָס האָט אין גאַנצן איבערגעמאַכט און אויפֿגעלעבט די קונסט פֿון ייִדישער פּאַפּירשניטערײַ. אירע צייכענונגען, בילדער און פּאַפּירשניטן האָט מען געזען אין אַ גרויסער צאָל ייִדישע קינדערביכער, קינדער־זשורנאַלן און אויף די הילעס פֿון די ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער. אַזוי פֿאַרשפּרייט איז געווען איר קונסט, אַז ס׳רובֿ מענטשן האָבן זיך נישט געכאַפּט, אַז דאָס איז איר קונסט אויף די פּאָפּולערע געזאַנגביכער פֿון די מלאָטעקס, אָדער אין די פֿאַרשפּרייטע לערנביכער פֿון "אַרבעטער-רינג" ווי "ייִדישע קינדער", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין עטלעכע אויפֿלאַגעס.
צירל וואַלעצקי איז אויפֿגעוואַקסן אין דער סבֿיבֿה פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט", איינע פֿון די ייִדישע וועלטלעכע פֿאָלקשול־נעצן, וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. כאָטש אַלע פֿאָלקשולן זענען געווען פּאָליטיש "ראַדיקאַל", דערנאָך "פּראָגרעסיוו", האָבן די שולן פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט" געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, און ווייניקער אַרויסגעהויבן די פּאָליטיק. וואַלעצקי איז קודם געווען אַ תּלמידה אין די פֿאָלקשולן, דערנאָך זיך געלערנט אין דער מיטלשול פֿונעם "אינסטיטוט", און ווײַטער זיך געלערנט אין די העכערע קורסן. אין די 1930ער יאָרן האָט זי זיך באַטייליקט אין דער "שלום-עליכם-יוגנט-געזעלשאַפֿט", אַ קלוב, וואָס האָט אַרויסגעגעבן שריפֿטן און געשאַפֿן אַ יונגע ייִדישיסטישע סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק.
"דער שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט" איז באַשטאַנען פֿון: פֿאָלקשולן מיט צווײַגן איבערן לאַנד; אַ פֿאַרלאַג — "פֿאַרלאַג מתּנות" — פֿאַר קינדערביכער, לערנביכער און די ווערק פֿון חשובֿע שרײַבער און דענקער; און אַ זומער־קאָלאָניע — "קעמפּ בויבעריק" — לעבן רײַנבעק, ניו־יאָרק, וווּ די "שלום-עליכם"־תּלמידים האָבן פֿאַרברענגט די זומערן, וווּ מע האָט געשאַפֿן פֿרײַנדשאַפֿטן אויפֿן גאַנצן לעבן, און וווּ מיידלעך און ייִנגלעך פֿלעגן, נישט זעלטן, ווערן פּאָרלעך אויפֿן גאַנצן לעבן. אַזוי ווי "בויבעריק" האָט עקסיסטירט פֿון 1919 ביז 1979, האָבן עטלעכע דורות אין איין משפּחה דאָרטן פֿאַרבראַכט ווי קעמפּער, אָדער גענומען אַ האַנט אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם קעמפּ. די משפּחה וואַלעצקי איז געווען איינע אַזאַ דורותדיקע בויבעריקער משפּחה. צירלס דרײַ קינדער — לינדע, דזשאַש און ניל — האָבן פֿאַרבראַכט דאָרטן די זומערן ווי זייערע טאַטע־מאַמע. דזשאַש וואַלעצקי האָט לאַנגע יאָרן געלערנט מוזיק מיט די קינדער און איז הײַנט אַ באַקאַנטער פֿילממאַכער און קאָמפּאָזיטאָר פֿון ייִדישע לידער.
שלום וואַלעצקי און צירל האָבן זיך באַקענט אין דער "שלום-עליכם-יוגנט-געזעלשאַפֿט" און זי האָט געלערנט קונסט מיט די דערוואַקסענע געסט פֿון "בויבעריק". איר ריזיקע וואַנטמאָלערײַ אינעם בויבעריקער עסזאַל האָט געשאַפֿן אַ שטימונג פֿון פֿרייד בײַ די קעמפּער. תּמיד האָט איר קונסט איבערגעגעבן אָפּטימיזים און באַגײַסטערונג און די שוועבנדיקע פֿיגורן, וואָס מע האָט אָפֿט געזען אין אירע בילדער, זענען געווען סימבאָלן פֿון שטרעבונג בײַם לעבן. ווי אַ לערערין פֿון קונסט האָט זי זיך אויך אויסגעצייכנט, בפֿרט אין "קעמפּ בויבעריק", וווּ זי האָט מיט געדולט און מוטיקונג געלערנט מיט די קינדער און מיט די דערוואַקסענע געסט.
צירל וואַלעצקיס פּאַפּירשניט פֿאַרן בוך "פּערל פֿון ייִדישע לידער" 1989, פֿון חנה און יוסף מלאָטעק
צירל וואַלעצקיס פּאַפּירשניט פֿאַרן בוך "פּערל פֿון ייִדישע לידער" 1989, פֿון חנה און יוסף מלאָטעק

כאָטש צירל וואַלעצקי איז באַקאַנט געוואָרן פֿאַר אירע פּאַפּירשניטן, צייכענונגען און מאָלערײַען, האָט זי געשאַפֿן אין אַ סך אַנדערע מינים קונסט. מיט עטלעכע יאָר צוריק, שוין אין אירע 80ער יאָרן, ווען איר ראיה איז שוין שוואַך געוואָרן, האָט זי צונויפֿגעשטעלט קאָלאַזשן, אַסעמבלאַזשן, מיט די הונדערטער טיילן פֿון די זייגערס, וואָס איר טאַטע, אַ זייגער־מאַכער, האָט איר איבערגעלאָזט. די אויסשטעלונג אינעם "ישיבֿה-אוניווערסיטעט-מוזיי" האָט געמאַכט אַ רושם אויף יעדן צוקוקער און מע האָט בולט געזען ווי איר קינסטלערישער מוח האָט נישט גערוט אַפֿילו אין טיפֿן עלטער.
איר סטודענט אין פּאַפּירשניטערײַ־קלאַס אין "קלעזקעמפּ", אָדם ווײַטמאַן, האָט דערציילט אין זײַן הספּד בײַ דער לוויה זונטיק, דעם 11טן דעצעבמער אין ניו־יאָרק, ווי ער האָט, מיט 23 יאָר צוריק, זיך פֿאַרשריבן אין איר קורס און אַ דאַנק דעם אָנגעהויבן זײַן אייגענעם שאַפֿערישן לעבן ווי אַ קינסטלער פֿון פּאַפּירשניטערײַ. טראַדיציאָנעלע ייִדישע פּאַפּירשניטן, האָט ער געזאָגט, ווערן געוויינטלעך געשאַפֿן סימעטריש און מיט באַגרענעצטע סטרוקורן. "ציפּ איז געגאַנגען איר אייגענעם וועג און געשאַפֿן פֿליסנדיקע פּאַפּירשניט־אימאַזשן, וועלכע האָבן אויסגעמיטן פֿירעקיקע פֿאָרמעס. אויפֿן אָרט פֿון דעם האָבן איר פֿאַרכּישופֿדיקע אימאַזשן געשטעלט דעם טראָפּ אויף די סימבאָלן, און אויף די טײַטשן פֿון די דאָזיקע סימבאָלן. אָפֿט ווערט דער צוקוקער פֿון איר פּאַפּירשניט געפֿירט פֿון סטיליזירטע פֿייגל דורך שלענגלענדיקע וועגן פֿון געפֿלאָכטענע חלות און ליכט. זי האט געניצט אַנדערע קאָלירן פֿון פּאַפּיר און געמוטיקט דעם צוקוקער אַקטיוו אָנטייל צו נעמען און ‘לייענען’ דעם אימאַזש און אויסטײַטשן דעם סימבאָל".
דער אינטערעס צו פּאַפּירשניטן איז פֿאָרגעקומען באַלד נאָכן פֿריצײַטיקן טויט פֿון איר מאַן שלום אין 1975. צו יענער צײַט האָט זי געפֿונען אַ בוך פֿון טראַדיציאָנעלע פּאַפּירשניטן און איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן — "איך בין אַהיימגעגאַנגען און אָנגעהויבן צו שנײַדן. איך האָב אויסגעאַרבעט געדאַנקען, וואָס האָבן געפֿלאָסן פֿון בלויז קערנדלעך אינפֿאָרמאַציע. ס׳איז געווען אַ פֿאַרבעטונג אויסצוזוכן וואָרצלען, זיי פֿאַרזעצן אין נײַע וואַסערן, און צוקוקן ווי זיי ווערן לעבעדיק... איך האָב זיך גענערט פֿון ייִדישע פּאָעטן, היסטאָריקער, מעשׂה־דערציילער, זינגער און פֿאָלקלאָריסטן". אין 1976 האָט צירל וואַלעצקי פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דער ערשטער אויסשטעלונג פֿון ייִדישע פּאַפּירשניטן נאָכן חורבן. איר ערשטע סאָלאָ־אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אין "ישיבֿה-אוניווערסיטעט-מוזיי" אין 1977.
צירל וואַלעצקיס צייכענונגען קען מען געפֿינען אין די קינדער־צײַטונגען "אַרבעטער-רינג" און "קינדער-זשורנאַל", אין די פּאָפּולערסטע לערנביכער, אויף די שער־בלעטער פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע שרײַבער ווי חיים גראַדע און משה שטאַרקמען. זי האָט מחבר געווען "מאָל און דערצייל" אַ "בילדערהעפֿט", כּדי די ייִדישע פֿאָלקשול-תּלמידים זאָלן צייכענען און מאָלן זיך צו לערנען דעם ייִדישן וואָקאַבולאַר. צוזאַמען מיט מרים האָפֿמאַן, געלע פֿישמאַן און מלכּה גאָטליב האָט זי געשאַפֿן די גרופּע "אויפֿגאַנג" אין די סוף 1960ער יאָרן צו שאַפֿן נײַע, לעבעדיקע און פּאַסיקע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר די פֿאָלקשול־קינדער.
די פֿאָלקשול־באַוועגונג, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן אַסימילאַציע און געוואָלט, אַז די ייִדישע קינדער זאָלן אָנהאַלטן זייער שפּראַך און קולטור, איז געווען אַ גרויסע דערגרייכונג פֿאַרן אַמעריקאַנער ייִד אינעם 20סטן יאָרהונדערט. צירל וואַלעצקיס קונסט איז געווען אַ וויכטיקער צושטײַער צו דער וויזועלער געשיכטע פֿון דער באַוועגונג.