- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הירשביין איז ניפֿטר געוואָרן דעם 31סטן דעצעמבער 2011, צו 77 יאָר, נאָך אַ לאַנגן קאַמף מיט אַלצהײַמערס. פֿון די 1960ער ביז די 1990ער איז ער געווען אַ באַקאַנטער דירעקטאָר פֿון קאָנצערט־סעריעס אין דער שטאָט ניו־יאָרק, אַרײַנגערעכנט 20 יאָר ווי דער פּראָגראַם־דירעקטאָר בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אויף דער 92סטער גאַס. זײַן כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט, ליבע צו קלאַסישער מוזיק און גרייטקייט צו העלפֿן מוזיקער אין זייער קאַריערע, האָט צוגעצויגן מענטשן פֿון אומעטום. הירשביין, דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער, פּרץ הירשביין, און דער פּאָעטעסע, אסתּר שומיאַטשער, איז געבוירן געוואָרן אין מאַנהעטן, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין האָליוווּד, וווּ דער באַרימטער אַקטיאָר, עדוואַרד דזשי ראָבינסאָן, פֿלעג זיי פֿאַרבעטן צו זיך אין שטוב. איינער פֿון עמוס׳ גוטע פֿרײַנד איז געווען דער לעגענדאַרער אַקטיאָר, דזשיימס דין, וועלכער האָט אינספּירירט עמוסן צו אויטאָ־געיעגן. נאָך דעם ווי דין איז דערהרגעט געוואָרן אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע אין 1955, האָט עמוס, פֿאָלגנדיק זײַן פֿרוי, אויפֿגעהערט זיך צו באַטייליקן אין די אויטאָ־פֿאַרמעסטן. די פּראָגראַם לכּבֿוד הירשביין האָט אַרײַנגענומען באַכס "קאָנצערט אין D major"; שענבערגס "אַ לעבן געבליבענער פֿון וואַרשע"; בלאָכס "ניגון פֿונעם בעל־שם־טובֿ" נאַטאַשאַ הירשהאָרנס "התבוננות דורך צוויי תּפֿילות" (אַ וועלט־פּרעמיערע); דמיטרי שאָסטאַקאָוויטשס "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע, ווערק 79", און נעמי שמרס "ירושלים פֿון גאָלד". די ייִדישע באַטייליקונג אין "מערצישאָר" דער ערשטער וועסנע־חודש אין מאָלדאָווע טיילט זיך, געוויינטלעך אויס, מיט זײַן קאַפּריזנעם וועטער. דער ווינטער וויל נאָך נישט אַוועקגיין, און ווײַזט בייז אַרויס זײַן כאַראַקטער: אָט ווערט ער ווייכער, וואַרעמער און אָט שיקט ער אָן אַ קאַלטן רעגן מיט אַ ווינט. דערצו נאָך, האָט דער קעשענעווער מייאָר, דאָרין קירטאָאַקע, פֿאַראָרדנט אָפּצושטעלן דעם באַהייצונג־סעזאָן אין מיטן מאַרץ, ווײַל צוליב די ווילד־הויכע פּרײַזן אויף גאַז, זײַנען די אײַנוווינער שולדיק געבליבן דער שטאָט אַ ריזיקע סומע געלט. זיץ איך איצט בײַם שרײַבטיש, אײַנגעקוטעט אין אַלע וואַרעמע חפֿצים מײַנע און באַמי זיך צו דערוואַרעמען מיט די גײַסטיקע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן געמאַכט דאָ אונדזער ייִדיש לעבן אָנגעזעטיקט און לעבעדיק. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אינעם ווינקל בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם טעאַטער־זאַל איז מיט שטאָלץ אַרויסגעשטעלט דער פֿאָטעלשטול מיטן אויפֿשריפֿט, אַז דערין פֿלעגט זיצן שלמה מיכאָעלס, האָט דער טעאַטער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער טראַדיציע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. "שלום" געהערט צו דער אַנדערער טעאַטראַלער שיטה, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דער האַלב־אָפֿיציעלער סאָוועטישער קולטור פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן. דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דער ליבעראַלער "אָדליגע" נאָך סטאַלינס טויט, זײַנען אויפֿגעקומען עטלעכע טעאַטראַלע טרופּעס, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אָפֿיציעלער דאָגמאַטיק פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. זיי האָבן פֿאַרבאַהאַלטן זייער קריטיק פֿון דער סאָוויעטישער סיסטעם און איר אידעאָלאָגיע הינטער רמזים און היסטאָרישע פּאַראַלעלן, וואָס זײַנען געווען צוטריטלעך דעם אינטעליגענטן צושויער. בײַם הײַנטיקן טאָג איז דער דאָזיקער קאַמף שוין לאַנג ניט אַקטועל מער, און סאָציאַליסטישער רעאַליזם איז געוואָרן אַ היסטאָרישער באַגריף. אָבער די סטיליסטיק פֿון דער לעצטער סאָוועטישער תּקופֿה לעבט ווײַטער אין פֿאַרשידענע גילגולים, און געפֿינט אַן אָפּרוף בײַ דעם עולם. "שלום" האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן נוסח, וואָס פּאַסט גאַנץ גוט אַרײַן אינעם הײַנטיקן רוסישן צײַטגײַסט. אַ מעשׂה מיט רגל־געלט, וואָס דער גבֿיר האָט געשיקט דעם רבֿ אין אַ שטעטל אין דער אַלטער היים איז געווען אַ רבֿ, אַן איש־תּמים. ער איז געזעסן יום־ולילה און האָט עומק געווען אין תּורה. קיין שׂכירות האָט ער נישט באַקומען. ווילט איר דאָך וויסן אַוודאי פֿון וואָס ער האָט געצויגן זײַן ביסל חיונה? איז אַזאַ מעשׂה: די רביצין האָט אונטערגעהאַנדלט. זי האָט פֿאַרקויפֿט הייוון די ווײַבער אויף שבת און יום־טובֿ. נאָר דאָס איז נישט געווען גענוג. און ס׳איז טאַקע געווען צרות. מ׳האָט נעבעך אונטערגעהונגערט צו ביסלעך. ייִדן האָבן געזען אַזאַ זאַך, האָט מען נישט געשוויגן, און די קהילה האָט באַשלאָסן, אַז איטלעכער באַלעבאָס זאָל געבן דעם רבֿ רגל־געלט. אַז סע קומט פֿאַר אַ יום־טובֿ, זאָל איטלעכער שיקן וויפֿל ער קען. אַ גבֿיר זאָל געבן אַ קערבל, אַ שיינער באַלעבאָס — אַ האַלב קערבל, אַ קרעמער — אַ גילדן, אַ בעל־מלאָכה — גריוונע, אַ צענער, אַ זעקסער. הכּלל, איטלעכער זאָל עפּעס געבן. שבת־הגדול, דער שבת פֿאַר פּסח, האָט מען אין מײַן טאַטנס שטעטל, סערעט, אין דער בוקעווינע, זיך אָנגעטאָן אין אַלטע קליידער, און אָנגערופֿן דעם טאָג "שמאַטע־שבת". דער געדאַנק אַפּנים, איז געווען, אַז מע זאָל נאָך דעם טאָג זיך צוגרייטן אויף פּסח מיט נײַע קליידער, ריינע שטיבער און באַגריסן דעם יום־טובֿ מיט ריינקייט. פּסח איז דאָך אַ פֿרילינג־יום־טובֿ און די באַנײַוּנג פֿונעם יאָר ווערט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע. בײַ די קריסטן איז אויך אַ מינהג פֿאַר זייער פֿרילינג־חגא — פּאַסכע ("איסטיער"), צו טראָגן נײַע קליידער. שבת־הגדול האַלט דער רבֿ אַ דרשה אין שיל וועגן דער גרויסער צאָל דינים פֿון פּסח. אין אַמעריקע איז דאָס אויך געווען אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן אַ דרשה אויף ייִדיש, אַפֿילו דעמאָלט ווען אַלע אַנדערע וואָכן פֿון יאָר האָט מען שוין געדרשנט אויף ענגליש. לויטן "טעמי־מינהגים", האָט מען נאָך אַ טײַטש פֿאַר וואָס עס הייסט "שבת־הגדול", פּראָסט־פּשוט ווײַל "אין דעם דרשענען דויערט זייער לאַנג, דעריבער ווײַזט זיך אויס דער טאָג בײַ דעם פֿאָלק לאַנג און גרויס, מער ווי אַן אַנדער טאָג." נישט אַלע מאָל דאַרף מען האָבן אַ טיפֿן זינען צו יעדן מינהג. לייענענדיק די מינהגים־ביכער געפֿינט מען אויך אויס אַלטע טראַדיציעס וואָס זענען נישט אַזוי באַקאַנט. לויטן "ספֿר מטעמים" עסט מען מילכיקס ערבֿ־פּסח. פֿאַר וואָס? "ווײַל מילעך מאַכט שווער דעם גוף און עס ברענגט שלאָף. וועט מען זיך אויסשלאָפֿן בײַ טאָג כּדי מען זאָל קענען בײַ נאַכט צום סדר זײַן וואַך". וועראַ אינבער. וועראַ אינבער געהערט צו דעם קלאַסישן קאַנאָן פֿונעם סאָוועטישן סאָציאַליסטישן רעאַליזם. פֿאַר אירע פּאַטריאָטישע לידער איז זי אין 1946 באַלוינט געוואָרן מיט דער סטאַלין־פּרעמיע. זי איז געווען אַן אַקטיווער פֿונקציאָנאַר אינעם אַפּאַראַט פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין, האָט זיך באַטייליקט אין אידעאָלאָגישע אַקציעס און קאַמפּאַניעס; און לאַנגע יאָרן האָט זי געלעבט מיטן שטענדיקן פּחד מצד אַן אַרעסט, ווײַל דערצו זײַנען געווען וואָגיקע סיבות. מנחם דאַום, דער פּראָדוצענט און רעזשיסאָר פֿון Hiding and Seeking — אַ שטאַרק געלויבטער פֿילם וועגן זײַן פּערזענלעכער רײַזע קיין פּוילן, צו געפֿינען די פּויערישע משפּחה, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן שווער — האַלט אין מיטן צונויפֿשטעלן אַ נײַעם פֿילם וועגן הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס היסטאָרישן קאָנצערט־טור אין פּוילן אין 1989 — אַ געשעעניש, וואָס האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויפֿן פּוילישן פּובליקום, בפֿרט צוליב דעם וואַרעמען אופֿן ווי אַזוי קאַרלעבאַך האָט זיך באַצויגן צו זיי. "ווען איך האָב זיך גענומען זוכן נאָך מײַן 'אייגענע’ שפּראַך, האָב איך מיט דער צײַט אַנטדעקט, אַז עס זײַנען דאָ גאַנצע צוויי לשונות׃ אַזעריש און ייִדיש. די שפּראַכן פֿון מײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געווען פּאַראַלעל מיט דעם רוסישן לשון. אָבער על־פּי עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש, האָב איך זיי ניט אויפֿגענומען". אַזוי שרײַבט דער מאָסקווער שרײַבער אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין איינער פֿון זײַנע לעצטע דערציילונגען. מאַמעדאָוו איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ געמישטער משפּחה. פֿונעם פֿאָטערס צד שטאַמט ער פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן בהדרגה אָנגעוווירן זייער עשירות בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. זײַן מאַמע קומט פֿון אַן אַזערבײַדזשאַנער פֿאַמיליע, וואָס האָט אויך פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער שטאָט. מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. די ייִדישע בעסאַראַביע איז געבענטשט מיט אַ רײַכער און אייגנאַרטיקער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס איז הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע לעבעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יענטע מאַש פֿאַרבינדט אין איר שאַפֿונג דרײַ תּקופֿות, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין שטעטל זגוריצע, נישט ווײַט פֿון סאָראָקע, אונטער דער רומענישער שליטה, איז זי ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, ווי אַ מיטגליד פֿון "בורזשואַזיע". די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט מיט טויזנטער אַנדערע "געזעלשאַפֿטלעכע עלעמענטן" פֿון די אַנעקסירטע שטחים פֿון רומעניע, פּוילן און באַלטישע לענדער, האָט זי באַשריבן אינעם ערשטן בוך, "טיף אין דער טײַגע" (1990). דערנאָך איז געקומען די ריי פֿון די בעסאַראַבער עולים און ישׂראל ("משנה מקום", 1993). אַזוי אַרום האָט יענטע מאַש געשאַפֿן אַ מין "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן", וואָס איז איינצײַטיק אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אינעם 20סטן יאָרהונדערט. הונדערטער פּערסאָנאַזשן האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די דערציילונגען פֿון יענטע מאַש; און אויב עמעצער אין דער צוקונפֿט וועט וועלן אויפֿשטעלן אַן אַנטראָפּאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד און ייִדענע, מוז מען אויך אַרײַנקוקן אין די ווערק פֿון יענטע מאַש. מיר ווינטשן אײַך געזונט און פֿרייד פֿון אײַער שאַפֿערישקייט, וואָס פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם אָרון־קודש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. רעדאַקציע אַלע אין שטאָט האָבן זי געקענט און קיינער האָט נישט געוווּסט איר אמתן נאָמען. קיינער האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען זי שטאַמט און בכלל ווער זי איז, אַ ייִדישע צי אַ קריסטלעכע. האָט מען זי אויפֿגענומען אַזוי ווי זי איז געווען און אויך צו דעם מאָדנעם נאָמען מאָנאַ־לייזיע, וואָס מ’האָט איר צוגעזעצט הינטער די אויגן; זיך באַצויגן ווי צו אַ פֿאַרשטענדלעכער זאַך, ווײַל... נאָך אַלעמען, איז זי קיינעם נישט אַזוי שטאַרק אָנגעגאַנגען. אורה, איז געבוירן געוואָרן מיט דרײַסיק יאָר צוריק אין ירושלים. אירע עלטערן זענען ביידע אַמעריקאַנער עולים, וואָס האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, לערנענדיק זיך אין דער פּרדס-אינסטיטוציע (אַן אינסטיטוציע אין ירושלים צו לערנען ייִדישקייט די ייִדישע סטודענטן פֿון אויסלאַנד). אין יענער צײַט (סוף 1970ער יאָרן) איז געווען אַ גרויסע עליה־כוואַליע פֿון אַמעריקע צוליב ציונסטישע סיבות. ביידע מיט אַ סעקולערן הינטערגרונט, זענען זיי כּמעט אין איין צײַט געוואָרן אין ישׂראל בעלי-תּשובֿה. זייער טאָכטער האָבן זיי געשיקט אין דער רעליגיעזער פּלך-גימנאַזיע אין ירושלים, וואָס ווערט גערעכנט פֿאַר דער ערשטער רעליגיעז-פֿעמיניסטישע שול אין ישׂראל. אורהס משפּחה (די עלטערן מיט צוויי שוועסטער און צוויי ברידער) וווינט נאָך עד-היום אין ירושלים און אַלע זענען געבליבן אין דער וועלט פֿון "געשטריקטע יאַרמולקעס". הײַנט צו טאָג, דעפֿינירט אורה זיך אַליין ווי אַ טראַדיציאָנעלע. |