מוזיק

מנחם דאַום, דער פּראָדוצענט און רעזשיסאָר פֿון Hiding and Seeking — אַ שטאַרק געלויבטער פֿילם וועגן זײַן פּערזענלעכער רײַזע קיין פּוילן, צו געפֿינען די פּויערישע משפּחה, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן שווער — האַלט אין מיטן צונויפֿשטעלן אַ נײַעם פֿילם וועגן הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס היסטאָרישן קאָנצערט־טור אין פּוילן אין 1989 — אַ געשעעניש, וואָס האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויפֿן פּוילישן פּובליקום, בפֿרט צוליב דעם וואַרעמען אופֿן ווי אַזוי קאַרלעבאַך האָט זיך באַצויגן צו זיי.

קאַרלעבאַך, באַקאַנט ווי ר׳ שלמה צו זײַנע אָנהענגער, איז געווען אַ כאַריזמאַטישער רבֿ, מגיד און קאָמפּאָזיטאָר פֿון הונדערטער (געוויסע מענטשן זאָגן — טויזנטער) ניגונים און לידער, וואָס ווערן עד־היום געזונגען אין שילן איבער דער וועלט.

במשך פֿון נײַן טעג האָט קאַרלעבאַך באַזוכט אַ צאָל היסטאָרישע ייִדישע ערטער, ווי די "רמא"־שיל און בית־עולם און די נאָוויק־שיל; געפֿירט טיש אין קאַטאָוויצע, און אויפֿגעטראָטן אין טעאַטער־זאַלן אין פֿיר שטעט: וואַרשע, קראָקע, לאָדזש און ביעלסקאָ־ביאַלאַ. בלויז אַ קליינער טייל פֿונעם עולם זענען געווען ייִדן. דאַום איז מיטגעפֿאָרן מיט קאַרלעבאַך און זײַנע אַסיסטענטן, און פֿילמירט אַ גרויסן טייל דערפֿון, כאָטש אין אָנהייב האָט ער געהאַט ספֿקות, צי די קאָנצערטן וועלן בכלל געפֿעלן דעם עולם. "כ׳האָב שוין געקענט אַ סך פֿון קאַרלעבאַכס לידער און חסידישע מעשׂהלעך, אָבער כ׳בין געווען זיכער, אַז דאָס וועט זיי נישט פֿאַראינטערעסירן," האָט דאַום געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". דאַום האָט אָבער, אַ פּנים, אונטערגעשאַצט ר׳ שלמהס גײַסטיקן כּוח. "זיי האָבן זיך ממש פֿאַרליבט אין אים," האָט ער געזאָגט.

קאַרלעבאַך האָט גוט געוווּסט, אַז זינט דעם חורבן, האָבן אַ סך ייִדן איבער דער וועלט פֿאַרדאַמט די פּאָלאַקן ווי "אַנטיסעמיטן", וואָס האָבן "קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס". אָבער ווי קאַרלעבאַך פֿלעגט אַליין זאָגן, איז פּוילן דאָס איינציקע לאַנד, מחוץ ישׂראל, וווּ די ייִדן האָבן דערגרייכט אַזאַ גרויסע צאָל תּלמידי־חכמים און אַ הויכע גײַסטיקע מדרגה, און דאָס טאָר מען נישט פֿאַרגעסן. דערצו האָט ער געהאַלטן, אַז אַזאַ כּעס צו די פּאָלאַקן איז קאָנטער־פּראָדוקטיוו.

"נאָכן חורבן איז גרינג צו זײַן אין כּעס אויף דער וועלט," האָט ער אָפֿט געפּריידיקט בעת זײַנע קאָנצערטן און תּפֿילה־סעסיעס. "דער עיקר איז הײַנט, אַז יעדער איינער זאָל אויסרייניקן דאָס האַרץ פֿון כּעס, און דער איינציקער אופֿן דאָס צו טאָן איז אָנצופֿילן דאָס האַרץ מיט פֿרייד."

ווען קאַרלעבאַכס גרופּע איז אָנגעקומען אויפֿן פֿליפֿעלד, האָט די פּוילישע מעדיאַ און אַ דעלעגאַציע פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּוילן, באַגריסט דעם "זינגענדיקן רבין". אויף דער פֿראַגע, וואָס האָפֿט ר׳ קאַרלעבאַך אויפֿצוטאָן דורך זײַן באַזוך אין פּוילן, האָט ער געענטפֿערט, פּראָסט און פּשוט: "איך האָף צו דריקן די האַנט פֿון יעדן מאַן, פֿרוי און קינד איבער פּוילן."

"דעם זאָג האָט מען, במשך פֿונעם וויזיט, כּסדר איבערגעחזרט אויף טעלעוויזיע," האָט דאַום געזאָגט. ווען מענטשן האָבן דערזען קאַרלעבאַך אויף דער גאַס, האָט מען אים גלײַך דערקענט און אַרומגערינגלט. געוויסע מענטשן האָבן אַפֿילו געבעטן, אַז ער זאָל בענטשן זייער קינד. איינע פֿון קאַרלעבאַכס מעשׂיות, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם, איז געווען די מעשׂה פֿון די הייליקע גנבֿים:

"אַ ייִד איז געקומען צום בעל־שם־טובֿ און געבעטן אַ ברכה, כּדי צו ראַטעווען זײַן מסוכּן־קראַנק קינד. דער בל־שם איז אַוועק אין אַ געסל פֿון פֿאַרברעכער, געפֿונען צען גנבֿים און זיי געבראַכט אין שיל אַרײַן, זאָגן תּהילים; און אַ נס איז געשען — דאָס קינד איז געזונט געוואָרן. דעם צווייטן טאָג זענען די ייִדן געקומען אין שיל אַרײַן, און דערזען די גנבֿים. ׳סטײַטש, רבי — האָבן די ייִדן זיך געחידושט — האָסט נישט געקענט געפֿינען קיין ערלעכע ייִדן צו זאָגן תּהילים?׳ ׳אײַ, איר פֿאַרשטייט נישט,׳ האָט דער בעל־שם געענטפֿערט. ׳די טויערן פֿון הימל זענען דאָך געווען פֿאַרשלאָסן, האָב איך געדאַרפֿט צען גנבֿים אויפֿצוברעכן די טויערן.׳"

יאַנוש מאַקוך, דער דירעקטאָר פֿונעם יערלעכן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין קראָקע, איז בײַגעווען בײַם קאַרלעבאַך־קאָנצערט אין קראָקע, וווּ קאַרלעבאַך האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק. "נאָך דעם ווי מע האָט אים פֿאָרגעשטעלט, איז ר׳ שלמה געקומען אויף דער בינע, און מיט אַ מאָל — פֿאַרשוווּנדן! הערנדיק אַ רעש הינטער מיר, האָב איך זיך אויסגעדרייט און דערזען ר׳ שלמה צווישן דעם עולם. ער איז געגאַנגען פֿון מענטש צו מענטש, דריקנדיק זייערע הענט. אין איין סעקונדע איז יעדער איינער אין טעאַטער געוואָרן זײַן בעסטער פֿרײַנד."

ווען קאַרלעבאַך איז צוגעקומען צו מאַקוכן און זײַן טראָגעדיקער פֿרוי, מאַריאַ, האָט מאַקוך אים געבעטן ער זאָל זי בענטשן. "ער האָט גלײַך געלייגט זײַנע הענט אויף איר קאָפּ און בעת דער גאַנצער עולם האָט זיך צוגעקוקט, האָט ער אויף אַ קול געמאַכט די ברכה.

"בײַ אַ סך פֿון די מענטשן איז עס געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס זיי קומען פּנים־אל־פּנים מיט אַ באַוווּסטן רבֿ," האָט מאַקוך געזאָגט. "דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען זייער אַנדערש ווי פֿריִער, ווען זייער איינציקער ׳קאָנטאַקט׳ מיט רבנים איז געווען צו באַזוכן זייערע קבֿרים."

אין יענע יאָרן האָבן אַ סך פּאָלאַקן נאָך נישט געקענט קיין ענגליש, האָט מען במשך פֿון יעדן קאָנצערט אַלץ איבערגעזעצט. געבערט קאָנסטאַנטי, דער איבערזעצער אויפֿן וואַרשעווער קאָנצערט, האָט געזאָגט, אַז דער עולם איז געווען שטאַרק באַגײַסטערט. "דאַרפֿסט פֿאַרשטיין, דאָס איז געווען אַ ספּעציעלער מאָמענט אין פּוילן," האָט דערקלערט קאָנסטאַנטי — אַ ייִד, וועלכער אַרבעט הײַנט ווי אַ זשורנאַליסט בײַ דער צײַטונג "גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ". "גאָרבאַטשאָווס ׳גלאַסנאָסט׳ איז שוין געווען אין פֿולן שוווּנג, און ער האָט ערשט געהאַט געוואָרנט דער פּוילישער רעגירונג, אַז ער וועט זיי מער נישט ׳ראַטעווען׳. בלויז עטלעכע טעג פֿאַרן קאָנצערט, האָט די פּוילישע רעגירונג, סוף־כּל־סוף, זיך אַוועקגעזעצט פֿאַרהאַנדלען מיט ׳סאָלידאַרנאָטש׳. דאָס איז געווען אַ גליקלעכע צײַט פֿאַר פּוילן, און קאַרלעבאַכס טור איז טאַקע געווען די ערשטע עפֿנטלעכע ייִדישע אונטערנעמונג נאָכן צוזאַמענפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער רעגירונג. דער זאַל איז געווען געפּאַקט!"

נאָכן קאָנצערט זענען געבערט און זײַנע פֿרײַנד געגאַנגען הינטער די קוליסן צו באַגריסן קאַרלעבאַך, און דערזען ווי אַ פֿרוי פֿונעם עולם דערלאַנגט דעם רבֿ אַ טאָרט, וואָס זי האָט אָפּגעבאַקן פֿאַר אים. "אויף אַן איידעלן אופֿן, האָט ר׳ שלמה אָנגעהויבן שטעלן פֿאַרשידענע פֿראַגעס," האָט געבערט דערציילט: "׳צי איז דער טאָרט געמאַכט פֿון פּוטער אָדער מאַרגאַרין?׳ ׳צי ניצסטו דעם אויוון אויך פֿאַר אַנדערע עסנס? וואָס פֿאַר אַ מין עסנס?׳ כ׳האָב דעמאָלט נישט פֿאַרשטאַנען די סיבה פֿון דער אויספֿאָרשונג. הײַנט פֿאַרשטיי איך, אַוודאי, אַז דאָס זענען טאַקע די ריכטיקע פֿראַגעס וואָס אַ פֿרומער ייִד דאַרף פֿרעגן, ווײַל ס׳איז געווען קלאָר, אַז ר׳ שלמה האָט זי נישט געוואָלט באַליידיקן."

צום סוף, האָט ער דעם טאָרט טאַקע אַהיימגענומען.

סטאַן קראַיעווסקי, אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אינסטיטוט פֿון פֿילאָסאָפֿיע בײַם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, האָט דערציילט, אַז דער עולם אין וואַרשע איז געווען שטאַרק מיטגעריסן פֿון קאַרלעבאַכס כאַריזמע. "בײַם לעצטן ליד זענען אַ סך פֿון אונדז שוין געשטאַנען אויף דער בינע אין איינעם מיט ר׳ שלמהן און מיטגעזונגען מיט אים." דאָס ליד, "למען אחי ורעי" (לכּבֿוד מײַנע ברידער און פֿרײַנד) — איז עד־היום איינער פֿון קאַרלעבאַכס גרעסטע שלאַגערס.

נאָכן קאָנצערט האָבן קראַיעווסקי און זײַן פֿרוי פֿאַרבעטן קאַרלעבאַך און זײַנע מיטפֿאָרער צו זייער דערבײַיִקער דירה. די בערך צוואַנציק געסט האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אין דער קליינטשיקער וווינונג, און מע האָט אַ לאַנגע צײַט געשמועסט. קאַרלעבאַך האָט ווײַטער געדרשנט, ווי אַזוי יעדער איינער קען הייליק מאַכן די וועלט, און דער עולם האָט ווײַטער געשלונגען יעדעס וואָרט. דערבײַ האָט ר׳ שלמה אָבער אויך געפֿרעגט די מענטשן אין צימער וועגן דעם לעבן אין פּוילן. "ס׳איז געווען קלאָר, אַז ער איז געווען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין ווער מיר זענען און וואָס מיר טוען," האָט קראַיעווסקי געזאָגט.

דאַום האָפֿט, אַז דער פֿילם, וואָס 80% דערפֿון איז שוין פֿאַרענדיקט, וועט אָפּשפּיגלען די באַגײַסטערונג פֿון די פּאָלאַקן במשך פֿונעם נײַן־טאָגיקן טור. "איך וויל נישט מאַכן דעם פֿילם בלויז פֿאַר קאַרלעבאַכס אָנהענגער," האָט דאַום באַמערקט. "מײַן ציל איז צו ווײַזן ווי אַזוי ר׳ שלמה האָט באַוויזן ממש צו בײַטן דעם קוקווינקל פֿונעם פּוילישן פֿאָלק."

ווייניק מענטשן ווייסן, למשל, אַז בעת דעם וויזיט פֿונעם פּויליש־געבוירענעם פּויפּסט יאַנוס־פּאָולוס אין 1995, אינעם פֿוטבאָל־סטאַדיאָן פֿון די "דזשײַאַנטס", האָט אַ גרופּע מאָנאַכן אים סערענירט מיט קאַרלעבאַכס שלום־ליד, "למען אחי ורעי".

"ס׳איז, דאַכט זיך, נישט קיין צופֿאַל — האָט דאַום באַטאָנט — אַז דווקא דאָס ליד, וואָס ר׳ שלמה האָט געזונגען בײַ יעדן פֿון זײַנע קאָנצערטן, האָט מען געזונגען צו באַערן דעם פּויפּסט, וועלכער האָט, ווי ר׳ שלמה, געטאָן זייער אַ סך צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די פּאָלאַקן און די ייִדן."