הונדערטער פּערסאָנאַזשן האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די דערציילונגען פֿון יענטע מאַש; און אויב עמעצער אין דער צוקונפֿט וועט וועלן אויפֿשטעלן אַן אַנטראָפּאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד און ייִדענע, מוז מען אויך אַרײַנקוקן אין די ווערק פֿון יענטע מאַש.
מיר ווינטשן אײַך געזונט און פֿרייד פֿון אײַער שאַפֿערישקייט, וואָס פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם אָרון־קודש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
רעדאַקציע
אַלע אין שטאָט האָבן זי געקענט און קיינער האָט נישט געוווּסט איר אמתן נאָמען. קיינער האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען זי שטאַמט און בכלל ווער זי איז, אַ ייִדישע צי אַ קריסטלעכע. האָט מען זי אויפֿגענומען אַזוי ווי זי איז געווען און אויך צו דעם מאָדנעם נאָמען מאָנאַ־לייזיע, וואָס מ’האָט איר צוגעזעצט הינטער די אויגן; זיך באַצויגן ווי צו אַ פֿאַרשטענדלעכער זאַך, ווײַל... נאָך אַלעמען, איז זי קיינעם נישט אַזוי שטאַרק אָנגעגאַנגען.
פֿאַר וואָס עפּעס מאָנאַ־לייזיע? און פֿאַר וואָס נישט? קודם איז זי געווען אַ פֿרויענצימער, איז איר שוין געקומען אַ ווײַבערישער נאָמען; והשנית, אַז ס’האָט זיך איר נאָר אויסגעוויזן, אַז עמעצער וויל זי אַ טשעפּע טאָן, האָט זי איבערגעקערט אַ פּאָר ווילדע אויגן און אַ קריץ געטאָן מיט די ציין, אַז דאָס בלוט האָט געקאָנט פֿאַרגליווערט ווערן פֿון שרעק. דערבײַ, טשיקאַווע, האָט איר אַ שוועב געטאָן אויף די שפּיץ ליפּן אַ מין מאָדנע שמייכעלע, פּונקט ווי בײַ מאָנאַ־ליזאַ. האָבן זיך תּיכּף געפֿונען חבֿרה־לצים און איר אַ נאָמען געגעבן מאָנאַ־לייזיע, כּדי צו פֿאַראייביקן אויך איר מיסטעריעז געלעכטערל און דערבײַ האָבן זיי אין זינען געהאַט איר צו פֿאַרייִדישן דעם נאָמען, סע זאָל אַ מאָל קיין טעות נישט זײַן, ווײַל טיף אין האַרצן זענען זיי כּמעט געווען זיכער, אַז זי איז אַ ייִדיש קינד. אַזוי איז אויך אײַנגעשטעלט געוואָרן איבער איר אַ שטיקל אַפּוטרופּסות, כאָטש צוריקגערעדט, איז זי געווען פֿאַר זיי אַ קליינער מאַיאָנטעק, יחזקאל דעם נבֿיא האָט זי זיי אַוודאי נישט געקאָנט פֿאַרבײַטן, נאָר... פֿאָרט בעסער ווי גאָרנישט.
* * *
ווען מ’האָט זיך אָפּגעפֿאַרטיקט מיט דער "קאָמסאָמאָל־אָזערע" און מיט די פּראַכטיקע אַלעען אַרום איר, האָט מען ערשט פֿאַרכאַפּט אַ גרעסערן שטח דרום־זײַט, אויסגעבויט דאָרטן צווייזײַטיקע שיינע הויכע טרעפּ מיט קאָלאָנאַדעס, מיט פֿאָנטאַנען און מיט אַ נײַעם גאָרטן און דאָס אַלץ מיט גדלות אָנגערופֿן: "זומערפּאַרק", נישט ערגער, הייסט עס, ווי אין לענינגראַד. אין דעם גאָרטן האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ קינאָ־טעאַטער, אַ גאַנצע ריי זאַלן פֿאַר כּלערליי שפּילן און דער עיקר — אַן עסטראַדע פֿאַר אַרויסטרעטן אונטערן פֿרײַען הימל. אַזוי האָט מען פֿאַרווירקלעכט דעם גראַנדיעזן שטאָטישן פּראָיעקט צו פֿאַרזאָרגן די אויסגעהונגערטע באַפֿעלקערונג מיט קולטורעלע אונטערנעמונגען, ווי אַ צוגאָב צום פּיסנעם נאָכמלחמהדיקן ברויט.
איז מען די ערשטע צײַט מחנותווײַז געגאַנגען אַהין אָטעמען די פֿרישע לופֿט און הנאה האָבן אויך פֿון די קאָנצערטן, וואָס די פֿילהאַרמאָניע האָט דאָרטן אויסגעפֿירט. שפּעטער, ווען צום ברויט איז צוגעקומען דאָס שטיקל פּוטער אָדער וווּרשט, האָבן מענטשן אָנגעהויבן זעלטענער גיין אין פּאַרק, באַזונדערס אין דער וואָכן; און מוחל געווען די אומזיסטיקע קאָנצערטן. זענען די בענק פֿון דער עסטראַדע מערסטנס געשטאַנען ליידיק און ווי גערייצט זיך מיט די, אויסגעפּוצטע אין שוואַרצע קאָסטיומען, פֿאַרדינסטפֿולע מוזיקער. טאָמער איז ווינציק געווען דער גאַלאַ־אָנצוג, האָט יעדער פֿון זיי נאָך געמוזט זיך אַרײַנשטעקן אַ בלום אין דער פּעטליע. אַזוי האָט געפֿאָדערט דער עטיקעט. שפּילן האָבן זיי געמוזט און קיינעם פֿון דער אָנפֿירערשאַפֿט איז נישט אָנגעגאַנגען צי זיי שפּילן פֿאַר אַ פּובליקום צי פֿאַר ליידיקע בענק. זיי אַליין, די מוזיקער האָבן אָבער געהאַט אַ גרויסן פֿאַרדראָס, ווײַל דרימפּלען גלאַט אַזוי אין דער וועלט אַרײַן, אָן אַפּלאָדיסמענטן, איז פֿאַר אַרטיסטן זייער שווער. האָבן זיי אַזוי לאַנג געליטן, ביז זיי האָבן זיך צוגעוווינט און דער ענין האָט באַקומען מיט אַ מאָל אַ קאָמישן אויסזען אין זייערע אויגן און אָנגעהויבן אַפֿילו זיי פֿאַרווײַלן, מה־דאָך, אַז די בענק זענען נישט געווען טאַקע אין גאַנצן ליידיק. אין דער ערשטער ריי איז שטענדיק געזעסן די געטרײַע צוהערערין זייערע, די איינציקע מאָנאַ־לייזיע.
ס’קען זיך מאַכן, אַז דאָס איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין איר טעגלעכן שפּאַציר־מאַרשרוט, און ווידער, ווער קען וויסן, אפֿשר איז זי גאָר געווען אַ פֿאַרברענטע ליבהאָבערין פֿון קלאַסישער מוזיק? אַזוי צי אַנדערש — זי האָט קיין מאָל נישט פֿאַרפֿעלט אַפֿילו איין קאָנצערט אין גאָרטן. דער אַנסאַמבל האָט עס שוין געוווּסט און שטענדיק געוואַרט אויף איר מיטן אָנהייבן שפּילן און אויף איר באַשטענדיקן פּלאַץ איז אַלע מאָל געלעגן אָנגעגרייט פֿאַר איר אַ צווײַגעלע מיט אַ ווײַסער בלום, פֿון די בלומען וואָס אַלע האָבן געמוזט אַרײַנשטעקן אין די פּעטליעס.
מאָנאַ־לייזיע פֿלעגט אָנקומען אַן אויסגעפּוצטע, אַן אויסגעפֿליגלטע, ווי סע פּאַסט פֿאַר אַ דאַמע וואָס קומט אין אַ קאָנצערטזאַל. אַלץ אויף איר איז געווען פֿאַרטראַכט און צוגעפּאַסט מיט פּעדאַנטישקייט, לויט איר געשמאַק. זי האָט געטראָגן אַ געקעסטלטע, געפֿאַלדעוועטע יופּקע מיט אַ ווײַסער בלוזקע, אַ שוואַרץ קײַלעכדיק היטעלע מיט פֿאַרבויגענע אַרויף ראַנדן, פֿון וועלכע ס’איז אַראָפּגעהאָנגען אַ ברייטע סטענגע פֿון דעם זעלביקן שטאָף ווי די יופּקע און צוגעגעבן אַ באַזונדערן רייץ אירע לאַנגע צעלאָזטע האָר. אויף די הענט — ווײַסע הענטשקעלעך, ביליקע, נאָר זויבער־ריינע און, פֿאַרשטייט זיך, אַ שוואַרץ טעשעלע מיט אַ כליסטיקל, ווי די מאָדע איז געווען מיט אַ האַלבער מאה יאָרן צוריק.
דער עיקר בײַ מאָנאַ־לייזיען איז אָבער געווען נישט דאָס אָנטאָן, נאָר דאָס שמינקען זיך, אין דעם האָט זי אַרײַנגעלייגט די גאַנצע פֿאַנטאַזיע אירע, די קראַנקע. דאָס פּנים אירס, קײַלעכדיק ווי אַ פֿולע לבֿנה, איז געווען באַדעקט מיט אַ געדיכטן שיכט פּודער, די אויגן אונטערגעפֿירט מיט אַ קויל־שוואַרצן שטיפֿט, און די ליפּן... אוי, די ליפּן, אָנגעמאַזשעט ווי בײַ אַ קלאָון אין פֿאָרעם פֿון אַ באַנטיקל מיט ביליקער טונקל־באַרדאָ פּאָמאַדע. אַלע האָבן געקוקט אויף איר, נאָר קיינער האָט איר קיין וואָרט נישט געזאָגט, נישט געוואָלט מיט איר האָבן צו טאָן. זי וואָלט במילא קיינעם נישט געהערט.
אויף דער עסטראַדע זענען די אַלע קלייניקייטן קיינעם נישט אָנגעגאַנגען. די מוזיקאַנטן האָבן זי שטענדיק באַמערקט אָנקומען פֿון דער ווײַטנס און אַלע מאָל באַגעגנט זי מיט אַ מאַרש. זי פֿלעגט קאָקעטיש אַראָפּלאָזן די אויגן און דערבײַ האָט אַ גליקלעך שמייכעלע געשוועבט אויף אירע אָנגעמאָלטע ליפּן. זי פֿלעגט אַ שמעק טאָן צו דער בלום און זיך גראַציעז אַוועקזעצן מיט אַ מינע, ווי זי וואָלט זאָגן: איך בין גרייט צו הערן.
דער קאָנצערט האָט זיך אָנגעהויבן. טאַקע אַ נאַר, אָבער צו אירע זאַכן האָט זי דווקא געהאַט גענוג שׂכל. געוווּסט ווי אַזוי זיך צו פֿירן ווען מענטשן שטויסן זי נישט אָפּ, נאָר להיפּוך, דערנענטערן זי, פֿאַרשאַפֿן איר אַזוי פֿיל פֿאַרגעניגן. און ווער? אַזעלכע באַרימטע ווירטואָזן! נישט יעדער איז זוכה צו אַזאַ כּבֿוד. מאָנאַ־לייזיע איז איבערגעפֿולט געווען מיט גליק און דאַנקבאַרקייט. זי האָט אַראָפּגעצויגן די הענטשקעלעך, די אַפּלאָדיסמענטן אירע זאָלן אָפּקלינגען הילכיקער אין דעם ליידיקן חלל. איז בפֿירוש אַ גרויסע פֿראַגע געווען, ווער אין וועמען האָט זיך מער גענייטיקט?
אַזוי איז אַוועק אַ יאָר און נאָך אַ יאָר. די פֿידלער האָבן זיך געעלטערט, נאָר נישט געביטן. דער אַנסאַמבל איז נאָך אַלץ, ווי צוריק מיט יאָרן, באַשטאַנען ס’רובֿ פֿון ייִדישע מוזיקאַנטן. קען זײַן, אַז צווישן די באַסן, די גרויסע טרובעס און מסתּמא אויך בײַ די טאַצן און בײַם קעסלפּויק האָבן באַוויזן זייערע קענטענישן אויך עטלעכע מאָלדאַוואַנער, פֿון די אַמאָליקע כאַסליערע מוזיקאַנטן, וואָס האָבן אין דער אייגענער רעפּובליק זיך דערשלאָגן צו אַ שטיקל מעמד אין דער פֿילהאַרמאָניע.
אויך אונדזער מאָנאַ־לייזיע איז ייִנגער נישט געוואָרן. אַ נעץ קנייטשעלעך אַרום די אויגן און בײַם מויל האָבן זיך שוין גוט אָנגעזען, אַפֿילו אונטערן געדיכטן שיכט פּודער מיט וועלכן זי האָט נאָך ממשיך געווען צו באַדעקן איר פּנים.
* * *
ויהי היום, קומט מאָנאַ־לייזיע אין גאָרטן אַרײַן און סע פֿעלן איר אויף דער בינע אַ פֿידלער און אַ טשעליסט. זי האָט עס באַמערקט באַלד בײַם אָנקומען, נאָר קיין שאלות וועט זי נישט פֿרעגן. זי האָט דערויף קיין רעכט נישט. פֿון דעסטוועגן האָט זי נעבעך זייער געוואָלט וויסן וואָס אַזוינס איז געשען דאָרטן מיט זיי. האָט זי זיך געדרייט בײַם טויער נאָכן פֿאַרענדיקן דעם קאָנצערט; זיך געדרייט און נישט געקאָנט באַשליסן צוצוגיין עמעצן פֿרעגן. אַזוי איז זי אַהיים געגאַנגען אַן אויפֿגערעגטע. אין אַ שטיקל צײַט אַרום זענען איר נעלם געוואָרן מיט אַ מאָל צוויי טשעליסטן און דער גלאַוונער קלאַרנעטיסט. מאָנאַ־לייזיע איז שיִער נישט קראַנק געוואָרן. פֿאַר ווייטיק האָט זי אויפֿגעהערט גיין אין גאָרטן. זאָלן זיי זיך ספּראַווען אָן איר! און ווען זי האָט זיך דערוווּסט דעם גאַנצן אמת, איז שוין געווען נאָך אַלעמען. די עסטראַדע אין זומערפּאַרק איז שוין געשטאַנען פּוסט אין די פֿאַרנאַכטן און נאָר ייִנגלעך קונדסים האָבן זיך געבאַלעוועט אויף דער בינע, פֿאַרן אַרײַנגיין אין קינאָ.
מאָנאַ־לייזיע האָט פֿאַרלוירן איר לעצטן אָנשפּאַר. ס’איז צו איר דערגאַנגען, אַז אַלע אירע באַליבטע מוזיקאַנטן לאָזן איבער דאָס לאַנד און פֿאָרן זוכן אַ נײַע היים. ס’איז געווען איבער אירע כּוחות זיך פֿאַנאַנדערצוקלײַבן אין אַזעלכע מאַטעריעס. האָט זי אויפֿגענומען דעם ענין ווי אַ פּערזענלעכע אָבידע — סטײַטש, מ’האָט זי פֿאַרראַטן, איבערגעלאָזט אַליין, כאָטש זי האָט זיי געטרײַ געדינט אַזוי פֿיל יאָרן. זי האָט אָנגעהויבן קריצן מיט די ציין און זייער נישט איידל זידלען אויף אַ קול. פֿון דעסטוועגן האָט זי נאָך אַלץ נישט געוואָלט גלייבן און איז ווידער טאָג־טעגלעך געגאַנגען אין זומערפּאַרק מיט דער האָפֿענונג, טאָמער וועט זי דאָרטן אָנשמעקן אַ ברעקל ידיעה. ס’קען דאָך אין דער וועלט נישט זײַן, האָט זי גערעדט צו זיך אַליין, ס’קען נישט געמאָלט זײַן, זיי זאָלן פּלוצעם, אין אַ שיינעם טאָג, זיך אויפֿהייבן, אַוועקפֿאָרן און מיט איר זיך אַפֿילו נישט געזעגענען. אַזוי האָט זי זיך געמאַטערט, ביז זי האָט באַשלאָסן.
ס’איז געווען אין אַ מיטוואָך. מאָנאַ־לייזיע האָט זיך אָנגענומען מיט מוט און אַוועקגעשפּאַנט צו פֿוס צום וואָקזאַל. ווען זי איז אָנגעקומען, האָט דער פּעראָן שוין געשוויבלט מיט מענטשן. אַזוי פֿיל פֿאַררעטער מיט אַ מאָל! אַ גרויל איז איר אַדורך דורכן לײַב. זי האָט זיך אָנגעשפּאַרט אין דער וואַנט און געפּרוּווט זיך באַהאַלטן הינטער דער רינווע, ווינציקער זיך וואַרפֿן אין די אויגן. זי איז אַ געשלאָגענער הונט, מאָנאַ־לייזיע. זי ווייסט, אַז ווען מענטשן פֿרייען זיך, ס’איז זיי אויפֿגעלייגט אויפֿן האַרצן, זוכן זיי זיך צו פֿאַרווײַלן אויף איר חשבון. איז גלײַכער זיך צו האַלטן פֿון דער ווײַטנס.
אַלע האָבן אַזוי גערעדט, געפּילדערט, געקערט וועלטן, אַז מ’האָט אַפֿילו נישט באַמערקט ווען דער עשעלאָן איז אויסגעוואַקסן אויף דער ערשטער פּלאַטפֿאָרמע. דעמאָלט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן דאָס רעכטע שטופּעניש. מ’איז געקראָכן איינער אויפֿן אַנדערן, געשריגן, גוואַלדעוועט, אַרײַנגעוואָרפֿן פּעקלעך דורך די פֿענצטער. גאָט! וואָס יאָגט מען זיך אַזוי? ס’האָט זיך זיי שלעכט געלעבט דאָ? אַזאַ פֿילהאַרמאָניע זיי אויפֿגעבויט, אַזאַ זומערפּאַרק! מאָנאַ־לייזיע איז אין כּעס. אַזוי טוט מען נישט! פּלוצעם האָט זי זיי דערזען — דרײַ פֿידלערס. אַלע דרײַ זענען שוין געשטאַנען בײַם פֿענצטער אין וואַגאָן און זיך געזעגנט מיט די באַגלייטער. מאָנאַ־לייזיען האָט אָנגעהויבן שווינדלען פֿאַר די אויגן. זי האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. בעסער נישט קוקן, נישט זען די מיאוסע וועלט, וואָס האָט זי אַזוי לײַכט און גיך פֿאַרגעסן, איבערגעלאָזט. מיט וועמען האָט מען זי איבערגעלאָזט? מיט וואַסקאַן דעם שיכּור, וואָס וואַקלט זיך מיט די טאַצן אין די הענט? ווער וועט זי נאָך אַ מאָל מקבל־פּנים זײַן מיט אַ מאַרש? וווּ וועט זי זיך בכלל אַהינטאָן? די טרערן האָבן זי אָנגעהויבן צו שטיקן, האָט זי זיך אויסגעדרייט מיטן פּנים צו דער וואַנט. און דווקא דעמאָלט האָבן זיי זי דערזען, דערקענט לויט די צעלאָזטע האָר, אויף וועלכע ס’האָט זיך געוויגט די גוט־באַקאַנטע לאַנגע סטענגע. מאָנאַ־לייזיע איז טאַקע געקומען אונדז צו באַגלייטן! ס’האָט זיי אַ ריר געטאָן בײַם האַרצן איר געטרײַשאַפֿט, איר צוגעבונדנקייט און זיי האָבן אָנגעהויבן פֿאָכען צו איר מיט די הענט, שמייכלען, נאָר זי קוקט אַפֿילו נישט אין זייער זײַט.
− ווי אַזוי הייסט זי, — פֿרעגט איינער, — ווי אַזוי איז איר נאָמען?
− מאָנאַ־לייזיע, — רופֿט זיך אָן אַן אַנדערער.
− גיי שוין, גיי. דאָס איז דאָך אַ צונאָמען. ווי אַזוי איז איר אמתער נאָמען?
קיינער האָט נישט אָנגעהויבן צו וויסן.
− פּרוּוו שרײַען מאָנאַ־לייזיע, אפֿשר וועט זי זיך אָפּרופֿן.
− מאָנאַ־לייזיע!.. — האָט זיך דערטראָגן דאָס קול אויפֿן פּעראָן.
זי האָט זיך פֿון אָרט נישט גערירט. אַ בחור וואָס איז געשטאַנען לעבן איר, האָט זי אַ שטורכע געטאָן מיט דער האַנט, געוואָלט איר זאָגן אַז מען רופֿט זי, האָט זי אים גלײַך דערלאַנגט מיטן קולאַק און אַ קריץ געטאָן מיט די ציין.
− דו, צעדרייטע, וואָס שלאָגסטו זיך? — האָט דער בחור זיך געבייזערט, — הערסט נישט אַז מען רופֿט דיך? — און געוויזן איר מיטן פֿינגער אויפֿן צוג. זי האָט זיך אויסגעדרייט און דערזען די דרײַ פֿידלער ווי זיי שמייכלען צו איר צופֿרידענע, פֿאָכען מיט די הענט און געזעגענען זיך.
אַלע אויפֿן פּעראָן האָבן געקוקט צו איר פֿאַרוווּנדערט. מאָנאַ־לייזיע האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ, זיך געגרייט אַ פּנים עפּעס זאָגן, נאָר אַנשטאָט דעם זיך פֿאַרקרימט און די טרערן וואָס האָבן זי שוין לאַנג געשטיקט, האָבן זיך איצט פֿרײַ אַ לאָז געטאָן פֿון אירע אויגן און אומברחמנותדיק אויסגעמישט אויף איר לבֿנה־פּנים דאָס ווײַסע, דאָס קויל־שוואַרצע און דאָס טונקל־באָרדאָ פֿון אירע ליפּן.