ליטעראַטור


די "פֿאָרווערטס"־משפּחה באַגריסט האַרציק די שרײַבערין יענטע מאַש צו איר 90סטן געבורטסטאָג. איר פּראָזע איז אָנגעזעטיקט מיט ליבע צו מענטשן און אָנגעווייטיקט מיט פּלאָגעניש און אַבֿדות, וואָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין אויף איר לעבנס־וועג. אפֿשר דערפֿאַר זײַנען אַזוי בולט־ליכטיק און פֿאַרשיידנאַרטיק אירע שילדערונגען וועגן פֿרויען און מענער פֿון איר דור, געוועזענע בעסאַראַבער און הײַנטיקע ישׂראלים, וואָס מע דערקענט זיי באַלד פֿון זייער יאָדערדיקן ייִדיש, פֿון דער באַציִונג צום אַרום, צו דער נאַטור, פֿון זייער איראָנישן שמייכל...
הונדערטער פּערסאָנאַזשן האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די דערציילונגען פֿון יענטע מאַש; און אויב עמעצער אין דער צוקונפֿט וועט וועלן אויפֿשטעלן אַן אַנטראָפּאָלאָגישן פּאָרטרעט פֿון אַ בעסאַראַבער ייִד און ייִדענע, מוז מען אויך אַרײַנקוקן אין די ווערק פֿון יענטע מאַש.
מיר ווינטשן אײַך געזונט און פֿרייד פֿון אײַער שאַפֿערישקייט, וואָס פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם אָרון־קודש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

רעדאַקציע





אַלע אין שטאָט האָבן זי געקענט און קיינער האָט נישט געוווּסט איר אמתן נאָמען. קיינער האָט נישט געוווּסט פֿון וואַנען זי שטאַמט און בכלל ווער זי איז, אַ ייִדישע צי אַ קריסטלעכע. האָט מען זי אויפֿגענומען אַזוי ווי זי איז געווען און אויך צו דעם מאָדנעם נאָמען מאָנאַ־לייזיע, וואָס מ’האָט איר צוגעזעצט הינטער די אויגן; זיך באַצויגן ווי צו אַ פֿאַרשטענדלעכער זאַך, ווײַל... נאָך אַלעמען, איז זי קיינעם נישט אַזוי שטאַרק אָנגעגאַנגען.