ליטעראַטור

וועראַ אינבער.
"דער טויט פֿון דער לבֿנה".
מאָסקווע׃ "טעקסט", 2011

וועראַ אינבער געהערט צו דעם קלאַסישן קאַנאָן פֿונעם סאָוועטישן סאָציאַליסטישן רעאַליזם. פֿאַר אירע פּאַטריאָטישע לידער איז זי אין 1946 באַלוינט געוואָרן מיט דער סטאַלין־פּרעמיע. זי איז געווען אַן אַקטיווער פֿונקציאָנאַר אינעם אַפּאַראַט פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין, האָט זיך באַטייליקט אין אידעאָלאָגישע אַקציעס און קאַמפּאַניעס; און לאַנגע יאָרן האָט זי געלעבט מיטן שטענדיקן פּחד מצד אַן אַרעסט, ווײַל דערצו זײַנען געווען וואָגיקע סיבות.
ניט נאָר דאָס, וואָס זי האָט געשטאַמט פֿון אַ "בורזשואַזער" משפּחה און האָט געלעבט עטלעכע יאָר אין אויסלאַנד, וואָס דאָס אַליין וואָלט שוין געווען דיינו. זי האָט געהאַט אַנדערע "חטאָים" אויך׃ געדרוקט אירע זאַכן אין ארץ־ישׂראל, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש, אָנגעשריבן דעם קאַפּיטל וועגן אָדעס פֿאַרן "שוואַרצן בוך" פֿון גראָסמאַן און ערענבורג. אָבער דער סאַמע גרויסער חטא אירער איז געווען דער פֿאַקט, וואָס אירער אַ שוועסטערקינד פֿון דער מוטערס צד איז געווען לייב טראָצקי. אין זײַן יוגנט האָט טראָצקי געלעבט עטלעכע יאָר אין זייער משפּחה בעת זײַנע שטודיען אין אָדעס. שפּעטער האָט אינבער געווידמעט אים עטלעכע לידער.
אָבער אינבער האָט איבערגעלעבט אַלע רדיפֿות און גזירות און איז געשטאָרבן בשלום אין 1972 אינעם עלטער פֿון 82 יאָר. זי האָט אויך איבערגעלעבט איר טאָכטער און איר אייניקל. אינבער האָט באַשריבן איר סאָוועטישע דערפֿאַרונג אָפּגעהיט, אויף אַ מעטאַפֿאָרישן אופֿן׃ "איך האָב ניט געהאַט קיין מזל מיט מײַן ביאָגראַפֿיע. מײַנע סאָציאַלע וואָרצלען זײַנען ניט געווען שטאַרק גענוג, און איך בין ניט געווען בכּוח אַרויסצוזאַפּן פֿון מײַן באָדן אַלץ, וואָס זי וואָלט געקאָנט מיר געבן." אויף דעם האָט דער דיכטער באָריס סלוצקי געגעבן אַ טײַטש׃ "אינבער איז ווי אַ בוים, וואָס זײַנע צווײַגן זײַנען אָפּגעטריקנט געוואָרן פֿריִער ווי זײַנע וואָרצלען."
דאָס נײַע זאַמלבוך, וואָס איז אַרויס אין דער סעריע "פּראָזע פֿונעם ייִדישן לעבן", באַקענט דעם הײַנטיקן לייענער מיט אַן אַנדערן צד פֿון אינבערס שעפֿערישקייט. דאָס בוך איז כּולל דרײַצן דערציילונגען אויף ייִדישע טעמעס, וואָס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. לויטן אָפּשטאַם, סטיל און ליטעראַרישן וועלטבאַנעם האָט אינבער דעמאָלט געהערט צו דער "דרום־מערבֿדיקער שיטה" אין דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס איז באַרימט געוואָרן אַ דאַנק איסאַק באַבעלן, עדואַרד באַגריצקין, איליאַ אילפֿן, יורי אָלעשאַן.
אינבער איז געוואַקסן אין דער לעבעדיקער אַטמאָספֿער פֿון אָדעס און האָט אָנגעהויבן איר ליטעראַרישע קאַריערע ווי אַ דעקאַדענטישע דיכטערין אין 1910. אין די צוואַנציקער יאָרן האָט זי געלעבט אין מאָסקווע און איז געווען נאָענט צו די לינקע "קאָנסטרוקטיוויסטן". די סאַמע באַקאַנטע סאָוועטישע לידער אירע, וואָס זי האָט פֿאַרפֿאַסט בעת דער מלחמה, ווען זי האָט פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד אונטער דער בלאָקאַדע, זײַנען אָנגעשריבן אינעם שווערלעכן נעאָ־קלאַסישן סטיל. אַזוי אַרום איז אינבער געווען אַ מין סטיליסטישער כאַמעלעאָן, וואָס איז געווען תּמיד פֿעיִק זיך צוצופּאַסן צו דעם הערשנדיקן צײַטגײַסט.
פֿונעם הײַנטיקן שטאַנדפּונקט זײַנען די דאָזיקע דערציילונגען אפֿשר דער סאַמע אינטערעסאַנטער טייל פֿון אינבערס ליטעראַרישער ירושה. זי פֿאַרפֿיקסירט סײַ קאָמישע און סײַ טראַגישע מאָמענטן פֿונעם סאָוועטישן לעבן, שילדערט כּלערליי קאָנפֿליקטן צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם דור, צווישן מענער און פֿרויען, צווישן ייִדן און ניט־ייִדן. זי האָט אַ שאַרף אויג פֿאַר דעטאַלן און אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר דער שפּראַך.
"וואָס טוט מען מיט די זאַכן, וואָס מען געדענקט ניט?" דאָס איז די פֿראַגע, וואָס קומט אויף אַזוי אָדער אַנדערש אין אינבערס ווערק. דער עבֿר גייט אַוועק, ווערט בלאַסער און פֿאַרוויאַנעטער. זי באַוויינט די ירידה פֿון אָדעס נאָך דער רעוואָלוציע׃ "אָדעס איז געוואָרן פּוסט, שטום און חרובֿ. [...] דער ים האָט אונטערגעזויגט דעם ווילנלאָזן ברעג. די כוואַליעס זײַנען אָפּגעלאָפֿן אויף צוריק און גערוישט פֿון דאָרטן׃ ׳איר וועט ניט אויסהאַלטן, מיר וועלן אויך פֿאַרדעקן. מיר וועלן צונעמען אַלץ. אין גיכן וועלן פֿיש שווימען אויף אײַער קלויסטער־פּלאַץ׳."
מיט איר איראָנישן טאָן גיט אינבער צו פֿאַרשטיין דעם לייענער, ווי אומפֿעסט און אומזיכער זײַנען די יסודות פֿונעם מענטשלעכן קיום. די פּערסאָנאַזשן פֿון אירע מעשׂיות קומען פֿון פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן, און יעדער איינער פֿון זיי גלויבט, אַז ער, אָדער זי, האָט אַנטדעקט פֿאַר זיך דעם סוד פֿון סטאַבילן לעבן. אָבער די מחברין צעשטערט אַלע אילוזיעס, ניט נאָר פֿון אירע ליטעראַרישע געשטאַלטן — קליינע מענטשעלעך — נאָר אויך אירע אייגענע. בלויז איין זאַך איז זיכער׃ דער נײַער מבול וועט קומען און פֿאַרדעקן אַלצדינג אויף דער ערד, וועט אויסווישן אַלע שפּורן פֿון אַמאָליקן לעבן.
אינבער האָט געלעבט אין דער צײַט, ווען עס איז געווען וויכטיקער צו פֿאַרגעסן איידער צו געדענקן. זי הייבט אָן אירע קורצע פֿאַרצייכענונגען וועגן איר פֿאָטער משה שפּענצער, דעם פֿאַרלעגער פֿון פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, מיט אַ וואָרענונג׃ "מיר איז שווער צו רעדן וועגן מײַן פֿאָטער. אין יענער צײַט, ווען דער גאַנצער ער איז פֿאַר מיר געווען געעפֿנט ווי אַ בוך, בין איך ניט געווען ביכולת אים איבערצולייענען. איצט, ווען איך טראַכט אַז איך קען יאָ, איז דאָס בוך שוין פֿאַרמאַכט אויף אייביק."
אינבער איז זייער שפּאָרעוודיק מיט אירע זכרונות׃ "איך טרעט אַרײַן אין דער טיפֿעניש פֿון מײַנע קינדער־יאָרן זייער אָפּגעהיט, פּאַמעלעך, איך דערטאַפּ די סטעזשקע, פֿאַרליר זי און געפֿין זי ווידער." זי וויל בשום אופֿן ניט אַנטפּלעקן דאָס גאַנצע בילד פֿון איר אַמאָליקן משפּחה־לעבן אין אָדעס. דאָס וואָלט געווען צו געפֿערלעך. אַנשטאָט דעם פֿיטערט זי דעם לייענער מיט איינצלנע פּרטים, אומוויכטיקע קלייניקייטן, שטיקלעך פֿראַזעס, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין איר זכּרון. די פֿאַרצייכענונג וועגן דעם פֿאָטער ענדיקט זיך מיטן פֿאָטערס טויט, וואָס זי באַשרײַבט ווי "דער צושטאַנד, וואָס קיין אויסוועג דערפֿון איז ניטאָ." די דאָזיקע ווערטער זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין 1938.