אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו |
"ווען איך האָב זיך גענומען זוכן נאָך מײַן 'אייגענע’ שפּראַך, האָב איך מיט דער צײַט אַנטדעקט, אַז עס זײַנען דאָ גאַנצע צוויי לשונות׃ אַזעריש און ייִדיש. די שפּראַכן פֿון מײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געווען פּאַראַלעל מיט דעם רוסישן לשון. אָבער על־פּי עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש, האָב איך זיי ניט אויפֿגענומען". אַזוי שרײַבט דער מאָסקווער שרײַבער אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין איינער פֿון זײַנע לעצטע דערציילונגען.
מאַמעדאָוו איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ געמישטער משפּחה. פֿונעם פֿאָטערס צד שטאַמט ער פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן בהדרגה אָנגעוווירן זייער עשירות בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. זײַן מאַמע קומט פֿון אַן אַזערבײַדזשאַנער פֿאַמיליע, וואָס האָט אויך פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער שטאָט. פֿון די געשיכטעס פֿון אָט די צוויי משפּחות שעפּט מאַמעדאָוו מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק, וואָס ווערן געדרוקט אין מאָסקווע. אַליין האַלט זיך מאַמעדאָוו אַ ביסל ווײַט פֿון אַלע נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע עדות. ער זוכט זײַן אייגענעם וועג אין לעבן און ליטעראַטור.
איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין דער רעדאַקציע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "לחיים", וווּ ער אַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר. מיר האָבן געשמועסט וועגן זײַנע ווערק און וועגן דער שטאָט באַקו, וועלכע בלײַבט עד היום די "לאָגאַריטמישע ווירע," וואָס דינט פֿאַר אים ווי אַ מאַגישער מכשיר פֿאַר "דערנענטערן דעם עבֿר צו דער צוקונפֿט".
מאַמעדאָוו האָט פֿאַרלאָזט זײַן היימשטאָט און זיך באַזעצט אין מאָסקווע אין 1985. ער האָט זיך אָבער קונה־שם געווען אין דער ליטעראַטור מיט זײַנע שילדערונגען פֿון די טראַגישע געשעענישן פֿון 1989—1990, די אַנטי-אַרמענישע פּאָגראָמען, וועלכע זײַנען אויסגעבראָכן ווי אַ פּויעל־יוצא פֿון דער מלחמה צווישן אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿונעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע און דער סאַמע בלוטיקער עפּיזאָד פֿון דער סאָוועטישער געשיכטע, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט דעם קאָמוניסטישן חלום וועגן דער פֿעלקער־פֿרײַנדשאַפֿט.
פֿאַר דער לאַנגער דערציילונג "אַ מענט האָט געהאַט אַ כּלבֿ" (דאָס וואָרט 'מענט’ מיינט פּאָליציאַנט אויף דער רוסישער גאַסן־שפּראַך, ענלעך צו 'קאַפּ’ אין ענגליש) איז מאַמעדאָוו באַלוינט געוואָרן מיט אַ בכּבֿודיקער רוסישער ליטעראַרישער פּרעמיע. אָנגעשריבן אין אַ פּסיכאָלאָגישן רעאַליסטישן סטיל, איז דאָס אַן אַנאַליטישע פֿאָרשונג פֿון געוויינטלעכע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס פֿאַלן אַרײַן אין אויסערגעוויינטלעכע אומשטאַנדן, ווען דער אַלטער און פֿעסטער סאָוועטישער לעבנס־שטייגער איז פּלוצעם צעפּלאַצט געוואָרן פֿאַר זייערע אויגן.
אָבער אין די סאַמע לעצטע ווערק זײַנע סטאַרעט מאַמעדאָוו זיך צו דערווײַטערן זיך פֿון אָט דעם טראַגישן היסטאָרישן מאָמענט. זײַנע זוכענישן נאָך נײַע טעמעס און נײַע סטיליסטישע מיטלען גייען איינצײַטיק אין צוויי ריכטונגען. פֿון איין זײַט האָט ער בדעה מחיה מתים צו זײַן די תּקופֿה פֿון דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג און דערגיין צו די וואָרצלען פֿון זײַן אייגענער משפּחה־געשיכטע. זײַן העלד איז אַ ייִדישער קאָמיסאַר בעת דער סאָוועטיש־פּוילישער מלחמה פֿון 1920; אַ פֿיגור, וואָס טראָגט געוויסע שטריכן פֿון זײַן זיידע אַפֿאַנאַסי מילקין. אָבער דערבײַ ציט ער זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿון איסאַק באַבעלס העלד קאָמיסאַר ליוטאָוו.
פֿון דער אַנדערער זײַט וויל מאַמעדאָוו פֿאַרפֿיקסירן דאָס הײַנטיקע לעבן אין מאָסקווע, די פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, אין וועלכע ער איז אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרטאָן, און זײַנע אײַנדרוקן פֿון ישׂראל. אַזאַ מין טאָפּלטער פֿאָקוס דערמעגלעכט אים צו שאַפֿן אַ צוויי־דימענסיאָנעלן בילד, וואָס ברענגט צונויף דעם אייערנעכטן מיטן הײַנט, לאָזנדיק דעם נעכטן אַוועק אויפֿן צווייטן פּלאַן. מאַמעדאָוו אַנטדעקט דעם אַלטן באַקו אינעם הײַנטיקן ירושלים, דעם אַמאָל אין דעם איצט׃ "פּלוצעם האָב איך זיך געפֿילט אויף דעם ירושלימער שוק ווי אַ קליין ייִנגל אויפֿן באַזאַר אין באַקו, און מיר איז באַנג געוואָרן". אָבער זײַן קינסטלערישע אויפֿגאַבע איז ניט נאָר צו אַנטדעקן און פֿאַרפֿיקסירן אָט די פֿאַרבינדונגען, אָבער אויך צו באַזיניקן זיי.
דער שפּראַך־ענין שפּילט דערבײַ אַ חשובֿע ראָלע׃ "עס איז אינטערעסאַנט דורכצופֿאָרשן, ווי אַזוי איז ייִדיש פֿאַרשוווּנדן פֿון אונדזער משפּחה. מײַן עלטער-זיידע, שמואל בן יצחק נאָוואָגרודסקי, האָט גערעדט ייִדיש און אַ ביסל רוסיש. מײַן עלטער-באָבע סאָפֿיע בת שלומה האָט געקענט ייִדיש, עבֿרית, און גערעדט פֿרײַ רוסיש. מײַנע באָבעס שׂרה און דאָרע האָבן געקענט ייִדיש אויף וויפֿל עס איז געווען נייטיק אין דער היים. דײַטשיש און פֿראַנצויזיש זײַנען פֿאַר זיי געווען פֿרעמד-שפּראַכן, אָבער זייער מאַמע־לשון איז געווען רוסיש. מײַן פֿאָטער קען שוין ניט קיין ייִדיש, בלויז עטלעכע ווערטלעך; און איך קען אויך ניט קיין ייִדיש. מײַן טאָכטערס מאַמע־לשון איז אויך רוסיש. אַזוי אַרום איז ייִדיש אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון אונדזער משפּחה אין משך פֿון אַ הונדערט יאָר."
אַן ענלעכע מעשׂה האָט אויך פּאַסירט מיט דער אַזערישער שפּראַך, וואָס איז געווען זײַן מוטערס מאַמע־לשון. אָבער וויכטיק וואָלט דאָס, מסתּמא, געווען בלויז פֿאַר די באָבע־זיידעס און די עלטערן, וואָס זייערע קינדער זײַנען געוואַקסן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך. די קינדער אַליין באַמערקן דאָס ניט. ערשט שפּעטער, הייבט מען אָן צו פֿילן, אַז עס פֿעלט עפּעס, אַז מען רעדט אויף אַ "פֿרעמדער" שפּראַך, הגם קיין אַנדערע, קיין "אייגענע" שפּראַך, קען מען ניט.
דווקא די דאָזיקע מחשבֿות, וואָס געפֿינען זייערע אָפּשפּיגלונגען אין אייגנאַרטיקע קינסטלערישע געשטאַלטן און מעטאַפֿאָרישע פֿיגורן, מאַכן מאַמעדאָווס פּראָזע אָריגינעל און אינטערעסאַנט. ער איז געקומען אין דער רוסישער ליטעראַטור ווי אַ "פֿרעמדער", ווי אַ שרײַבער פֿון אַ "פּראָווינץ". אין זײַנע ערשטע ווערק האָט ער באַהאַנדלט די וויכטיקע טעמע פֿונעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע. זײַנע ליטעראַרישע וואָרצלען ליגן אין דער שטאַרקער טראַדיציע פֿון דער "פֿיל-נאַציאָנאַלער סאָוועטישער ליטעראַטור", וואָס האָט געגעבן דער וועלט אַ היפּשע צאָל אויסגעצייכנטע שרײַבער.
אָבער מיט דער צײַט ווערט די סאָוועטישע פּראָבלעמאַטיק אויסגעשעפּט, און מען דאַרף זוכן נײַע טעמעס און שאַפֿן אַ נײַע קינסטלערישע שפּראַך. דאָ קומט צו נוץ דער רײַכער און פֿילזײַטיקער ייִדישער מאַטעריאַל, וואָס העלפֿט צונויפֿצוברענגען דעם אַ מאָל מיטן הײַנט. דאָס איז אַ נײַער וועג, וואָס וועט האָפֿנטלעך פֿירן צו נײַע שעפֿערישע אַנטפּלעקונגען און דערגרייכונגען.