מוזיק

עמוס הירשביין ז״ל
עמוס הירשביין ז״ל
"באַכאַנאַליע", אַ סטרונע־קוואַרטעט, געגרינדעט לכּבֿוד דעם קאָמפּאָזיטאָר יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך, איז מיט צוויי וואָכן צוריק אויפֿגעטראָטן מיט אַ ספּעציעלן קאָנצערט אין אָנדענק פֿונעם אימפּרעסאַריאָ, עמוס הירשביין. דער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין דער שיל, "אַנשי חסד", אין מאַנהעטן.
הירשביין איז ניפֿטר געוואָרן דעם 31סטן דעצעמבער 2011, צו 77 יאָר, נאָך אַ לאַנגן קאַמף מיט אַלצהײַמערס. פֿון די 1960ער ביז די 1990ער איז ער געווען אַ באַקאַנטער דירעקטאָר פֿון קאָנצערט־סעריעס אין דער שטאָט ניו־יאָרק, אַרײַנגערעכנט 20 יאָר ווי דער פּראָגראַם־דירעקטאָר בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אויף דער 92סטער גאַס. זײַן כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט, ליבע צו קלאַסישער מוזיק און גרייטקייט צו העלפֿן מוזיקער אין זייער קאַריערע, האָט צוגעצויגן מענטשן פֿון אומעטום.
הירשביין, דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער, פּרץ הירשביין, און דער פּאָעטעסע, אסתּר שומיאַטשער, איז געבוירן געוואָרן אין מאַנהעטן, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין האָליוווּד, וווּ דער באַרימטער אַקטיאָר, עדוואַרד דזשי ראָבינסאָן, פֿלעג זיי פֿאַרבעטן צו זיך אין שטוב. איינער פֿון עמוס׳ גוטע פֿרײַנד איז געווען דער לעגענדאַרער אַקטיאָר, דזשיימס דין, וועלכער האָט אינספּירירט עמוסן צו אויטאָ־געיעגן. נאָך דעם ווי דין איז דערהרגעט געוואָרן אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע אין 1955, האָט עמוס, פֿאָלגנדיק זײַן פֿרוי, אויפֿגעהערט זיך צו באַטייליקן אין די אויטאָ־פֿאַרמעסטן.
די פּראָגראַם לכּבֿוד הירשביין האָט אַרײַנגענומען באַכס "קאָנצערט אין D major"; שענבערגס "אַ לעבן געבליבענער פֿון וואַרשע"; בלאָכס "ניגון פֿונעם בעל־שם־טובֿ" נאַטאַשאַ הירשהאָרנס "התבוננות דורך צוויי תּפֿילות" (אַ וועלט־פּרעמיערע); דמיטרי שאָסטאַקאָוויטשס "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע, ווערק 79", און נעמי שמרס "ירושלים פֿון גאָלד".
שענבערג האָט געשאַפֿן דאָס ווערק "אַ לעבן געבליבענער פֿון וואַרשע", אַרײַנגערעכנט דעם טעקסט, בעת דעם זומער פֿון 1947, אין קאַליפֿאָרניע, און עס געווידמעט דעם פּראָמינענטן דיריגענט פֿון קלאַסישער מוזיק, משה קוסעוויצקי. די מאָדערנע קאָמפּאָזיציע באַטאָנט די געשרייען פֿון מענטשן אויף אַ האַקברעט.
די פּראָגראַם פֿונעם אָנדענק־קאָנצערט פֿון "באַכאַנאַליאַ"
די פּראָגראַם פֿונעם אָנדענק־קאָנצערט פֿון "באַכאַנאַליאַ"
דער טעקסט גיט איבער די דראַמע מיטן זעלבן ווייטיק, ווי די שרײַענדיקע נאָטן.
שענבערגס ווערק פֿלעכט צונויף צוויי מאָמענטן פֿון דער געשיכטע פֿונעם וואַרשעווער געטאָ — די ליקווידירונג פֿון 1942 און דעם אויפֿשטאַנד פֿון 1943. "דער טעקסט איז אַ וואָרענונג פֿאַר אַלע ייִדן, קיין מאָל נישט צו פֿאַרגעסן וואָס מע האָט געטאָן מיט אונדז," האָט שענבערג דערקלערט.
איינע פֿון די הויפּט־שטריכן אין דער ייִדישער מוזיק איז, וואָס זי וועבט צונויף די ייִדישע געשיכטע און דעם אַזוי־גערופֿענעם "געשריי צום הימל". ביידע עלעמענטן ווערן רירנדיק אויסגעדריקט אין נאַטאַשאַ הירשהאָרנס "התבוננות דורך צוויי תּפֿילות", בפֿרט אינעם צווייטן טייל, אַ לויבגעזאַנג צו גאָט, וואָס איז זייער מעלאָדיש, אינספּירירנדיק, און באַשטייט פֿון רמזים פֿון די טראַדיציאָנעלע ניגונים.
דאָס ווערק פֿון שאָסטאַקאָוויטש האָט צוגעגעבן דעם אָוונט אַ פֿאָלקסטימלעכן כאַראַקטער, און ווי אַ בריק פֿון צײַט און דורות, זיך פֿאַרבונדן מיטן פּאָפּולערן ליד וועגן דעם אייביקן ירושלים.


פֿון איליאַ לעווקאָוו (ניו־יאָרק)