ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער לייענט הײַנט ייִדישע ביכער? וואָס זוכט מען אין זיי? פֿאַר וועמען שרײַבן ייִדישע שרײַבער? יענטע מאַש ענטפֿערט אויף די דאָזיקע פֿראַגעס אין דער הקדמה צו איר צווייטן בוך "בעסאַראַבער מאָטיוון" (תּל־אָבֿיבֿ, 1998)׃ "די ייִדישע ביכער, וואָס דערשײַנען נאָך לעצטנס, זענען שוין אין אַ געוויסער מאָס געווענדט אויך צום קומענדיקן לייענער, אָדער, בעסער געזאָגט, צום פֿאָרשער, וואָס וועט זוכן און געפֿינען אין די דאָזיקע ביכער שפּורן פֿון דעם פֿאַרשניטענעם ייִדישן לעבן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע". אין די דאָזיקע ביכער באַקומט דער עּבֿר אַ נײַעם גילגול, וואָס רעדט צו די קומענדיקע דורות.
די ייִדישע בעסאַראַביע איז געבענטשט מיט אַ רײַכער און אייגנאַרטיקער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס איז הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע לעבעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יענטע מאַש פֿאַרבינדט אין איר שאַפֿונג דרײַ תּקופֿות, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין שטעטל זגוריצע, נישט ווײַט פֿון סאָראָקע, אונטער דער רומענישער שליטה, איז זי ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, ווי אַ מיטגליד פֿון "בורזשואַזיע".
די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט מיט טויזנטער אַנדערע "געזעלשאַפֿטלעכע עלעמענטן" פֿון די אַנעקסירטע שטחים פֿון רומעניע, פּוילן און באַלטישע לענדער, האָט זי באַשריבן אינעם ערשטן בוך, "טיף אין דער טײַגע" (1990). דערנאָך איז געקומען די ריי פֿון די בעסאַראַבער עולים און ישׂראל ("משנה מקום", 1993). אַזוי אַרום האָט יענטע מאַש געשאַפֿן אַ מין "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן", וואָס איז איינצײַטיק אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
איר שרײַבערישער סטיל האָט אַ סך מעלות׃ קלאָרע און פּינקטלעכע שילדערונגען פֿון כאַראַקטערן און ערטער, אַ ווייך־איראָנישער דערציילערישער טאָן, און אַ טיף מאָראַליש אחריות פֿאַרן קומענדיקן לייענער, וואָס וועט זוכן אין אירע ביכער שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. האַלטנדיק זיך בײַ איציק מאַנגערס שיטה, איז זי אויסן צו "דערציילן ‘פּשוט און פּראָסט’ וועגן דעם אַמאָליקן שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן אין דעם קאַנט, וואָס עקזיסטירט שוין אייגנטלעך נאָר אין אונדזער זכּרון."
מאַשס העלדן זײַנען געוויינטלעכע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ייִדן און ניט־ייִדן, וואָס פֿאַלן גאַנץ אומגעריכט אונטער די וואַלצן פֿון דער געשיכטע. צום ערשטן מאָל קומט די געשיכטע צו זיי אין שטאָט פֿון יענער זײַט דניעסטער, דעם שיינעם זוניקן פֿרימאָרגן פֿונעם 28סטן יוני, 1940׃ "די רויטע אַרמיי איז געגאַנגען אָן אויפֿהער. בײַ טאָג און בײַ נאַכט זענען זיי געגאַנגען, טאָג אײַן טאָג אויס. [...] ייִדן האָבן געגאַפֿט און געשאָקלט מיט די קעפּ׃ — אָט דאָס הייסט אַן אַרמיי!"
אין גיכן האָט מען פֿאַרשטאַנען, אַז די נײַע סאָוועטישע מאַכט איז נישט צו פֿאַרגלײַכן מיט דער רומענישער׃ "אין הינערפּלעט איז מען געלעגן אויף די געלעגערס, מיט אַנגסטן זיך באַגאָסן ביז מ׳האָט זיך געזען איבערגעקומען די נאַכט." מענטשן האַלטן אין איין נעלם ווערן איינער נאָכן אַנדערן, און קיינער קומט נישט צוריק פֿון דער שרעקלעכער געבײַדע פֿון "נ.ק.וו.ד" — דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי.
די ריי פֿון יענטעס משפּחה קומט דעם 14טן יוני 1941 בײַ נאַכט׃ "אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אַ קלאַפּ. פֿון אַ געוויינטלעכן קלאַפּ אין דער דרויסנדיקער טיר. איינס אַ זייגער בײַ נאַכט." אינעם בוך "טיף אין דער טײַגע" דערציילט מאַש נישט בלויז וועגן די "שיבֿעה מדורי גיהנום", וואָס זי האָט דורכגעמאַכט אין סיביר פֿון 1941 ביז 1948, נאָר אויך וועגן אַנדערע מענטשן, מיט וועמען זי איז דאָרט באַקאַנט געוואָרן.
מאַש האָט אַ טיפֿן אינטערעס אין די אינעווייניקסטע כּוחות פֿון דער מענטשלעכער נאַטור, וואָס דערמעגלעכן דעם מענטש איבערצוקומען די סאַמע שווערע פֿיזישע און פּסיכאָלאָגישע צרות. אַזוי אַרום באַקומט אַ פֿאַרוואָרפֿן בעסאַראַביש שטעטל אַ היפּשן באַטײַט און ווערט, אַ סימבאָל פֿון דער גאַנצער מענטשלעכער טראַגעדיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אָבער יענטע מאַש האַלט זיך ווײַט סײַ פֿון גוזמאות און מליצות און סײַ פֿון דער זיסלעכער ייִדישלעכער סענטימענטאַלקייט. איר אופֿן צו שרײַבן איז האַרט זאַכלעך, מיט אַ סך אויפֿמערק צו דעם פּרט. פֿון אָט די געשליפֿענע פּרטים בויט זי כאַראַקטערן אין דער פֿולקומער גאַנצקייט, פֿון אלף ביזן תּוו.
אין דעם שײַכות ווילט זיך דערמאָנען אין יענטע מאַשס ליטעראַרישן ייִחוס, און בפֿרט איר פּלימעניצע (און די טאָכטער פֿונעם ייִדישן שרײַבער יאַנקל יאַקיר) סוועטלאַנאַ (בלומע) יאַקיר, אַ פֿײַנע אָבער צום באַדויערן פֿאַרצײַטיק געשטאָרבענע רוסישע שרײַבערין פֿון קעשענעוו. יאַקירס דערציילונגען צייכענען זיך אויס פּונקט דורך דער זעלבער קלאָרקייט און ווײַכן הומאָר. די דאָזיקע פֿאַרבינדונג ברענגט אונדז צוריק צו דעם ענין פֿון דער ליטעראַרישער טראַדיציע.
יענטע מאַש האָט אָנגעהויבן דרוקן אירע ווערק גאַנץ שפּעט, יאָרן נאָך דער עליה קיין ישׂראל אין 1977. אָבער זי איז פֿאַרטאָן געוואָרן אין דעם ייִדישן קולטורעלן לעבן אַ סך פֿריִער, נאָך אין קעשענעוו, ווען זי האָט געדינט אויף אַ באַשיידענער שטעלע אין בוכהאַלטעריע. אַפֿילו נאָך דעם, ווי זי איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון סיביר, האָט זי קיין רו ניט געהאַט׃ "איך פֿלעג זיך אויפֿכאַפּן אין שווערע אַנגסטן און נישט קענען קומען צו זיך. אַ מין קין־צייכן איז געווען כּסדר אויסגעקריצט אויף מײַן האַרץ, שטענדיק נאָר מורא געהאַט טאָמער וועט מען זיך, חלילה, דערוויסן ווער איך בין אין אַן אמתן — די טאָכטער פֿון אַ ‘בורזשוּי’, פֿון אַ ‘שׂונא פֿון פֿאָלק’." אירע קורצע זכרונות וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, וועגן די שרײַבער יאַנקל יאַקיר, מאיר חרץ, בערל רויזן, זײַנען זעלטענע גבֿית־עדותן, וואָס ווײַזן, אַז די ייִדישע קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז נישט געווען אין גאַנצן געפּענטעט אינעם קאָמוניסטישן געשפּאַן.
אין דער הקדמה צו "בעסאַראַבער מאָטיוון" שרײַבט די מחברין׃ "אונדזער אַמאָליקע בעסאַראַביע האָט פֿאַרלוירן נישט נאָר אירע ייִדן און ייִדישן קאָלאָריט, נאָר אַפֿילו דעם נאָמען אירן." אין די דערפֿער און שטעטלעך פֿון הײַנטיקער מאָלדאָווע געפֿינט מען אַלטע ייִדישע בית־עלמינס מיט אוניקאַלע געשניטענע מצבֿות, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דורך וווּנדערבאַרע פֿאָלקס־קינסטלער. אָבער, ווי זאָגט איינער פֿון מאַשס העלדן, "שטיינער זאָגן אַ סך, נאָר דערציילן גאָרנישט". דערציילן קאָנען נאָר מענטשן, און יענטע מאַש איז איינע פֿון די בעסטע מײַסטערס פֿון דער דאָזיקער קונסט אין דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור.