- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. צווישן די טויזנטער ווערטער, וואָס איך האָב געהאַט אָנגעשריבן אין מײַן בוך, איז געווען אויך אַזאַ פֿראַזע: It is hardly an overstatement to define Yiddish literature of the 1920s as the most pro-Soviet literature in the world. (ס׳איז גאָר ניט קיין גוזמא צו באַשרײַבן די ייִדישע ליטעראַטור פֿון די 1920ער יאָרן ווי די סאַמע פּראָ-סאָוועטישע ליטעראַטור אין דער גאָרער וועלט.) הײַנט, אין זיבן יאָר אַרום, זאָג איך זיך גאָר ניט אָפּ פֿון די דאָזיקע ווערטער. ס׳איז וויכטיק, אָבער, צוגעבן אַז איך האָב געמיינט, און מיין נאָך אַלץ, ניט קיין גענעטישע אייגנאַרטיקייט פֿון די ייִדישע פּען-מענטשן. די זאַך איז, אַז אַ סך ייִדישע קולטור-טוער און ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש האָבן אין יענע צײַטן געזען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד דעם צענטער פֿון עפּעס אַ "ייִדישלאַנד", כאָטש דער טערמין גופֿא, "ייִדישלאַנד", האָט זיך באַוויזן שפּעטער, אָנהייב 1930ער יאָרן. אין די 1920ער יאָרן זײַנען אַזעלכע (הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסענע) פּראָיעקטן ווי די ייִדישע קאָלאָניזאַציע אין אוקראַיִנע, קרים און ווײַסרוסלאַנד געווען זייער פּאָפּולער צווישן צענדליקער טויזנטער ייִדן — און ניט נאָר ייִדן — אין אייראָפּע, אַמעריקע און אַפֿילו ארץ-ישׂראל. אין דעם זין, איז "פּראָ-סאָוועטיש" געווען געשטימט דער "דזשוינט", ווי אויך שיִער דער גאַנצער ייִדישער פֿילאַנטראָפּישער עולם. פּראָ-סאָוועטיש, אָבער ניט פּראָ-קאָמוניסטיש. דאָס זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿאַרשיידענע זאַכן. לאָמיר ניט פֿאַרגעסן, אַז די רייד גייט ניט וועגן די 1930ער יאָרן, נאָר דווקא וועגן די 1920ער, ווען די סאָוועטישע מלוכה איז נאָך ניט געוואָרן אין גאַנצן דערקוועטשט אונטער סטאַלינס ממשלה. אין יענע צײַטן האָט מען דערלויבט פּריוואַטע אונטערנעמונגען, פּויערים זײַנען נאָך ניט אַרײַנגעטריבן געוואָרן אין קאָלכאָזן, די רעגירונג האָט ערנסט געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם און אַפֿילו דערלויבט אייניקע פֿאָרמען פֿון ציוניסטישער טעטיקייט. ייִדן פֿון פּוילן און אַנדערע מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער האָבן געשוואַרצט די גרענעץ, אַבי צו זײַן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ווידער אַ מאָל: גאָר ניט אַלע זײַנען געווען פּראָ-קאָמוניסטיש, כאָטש זיי זײַנען געווען פּראָ-סאָוועטיש. אַן ערך אַזוי האָב איך געשריבן מיט זיבן יאָר צוריק, און די אויבן-דערמאָנטע ווערטער מײַנע זײַנען געווען אַ טייל פֿון אָט דעם נאַראַטיוו. מיט אַ צײַט צוריק האָב איך דערציילט אין "פֿאָרווערטס", ווי אַזוי די דאָזיקע ווערטער זײַנען געווען ציטירט אין אַן אַנדערן קאָנטעקסט צי, פּינקטלעכער, מיט אַן אַנדער אָפּשאַצונג פֿון די געשעענישן — זען yiddish.forward.com/node/4102 . אָבער די רייד איז פֿון דעסטוועגן געגאַנגען טאַקע וועגן די 1920ער יאָרן און מכּוח ייִדישע שרײַבער. אויף פּורים האָט מען מיר איבערגעשיקט אַן אַנדער דערמאָנונג פֿון די זעלבע ווערטער מײַנע: www.jewishjournal.com/dennis_prager/article/opinion_our_golden_calf_20120307/ . האָב איך עס איבערגעלייענט און זיך דערמאָנט אָן דעם ווערטל: ווי קומט המן אין דער מה-נשתּנה אַרײַן? ציטירט האָט די ווערטער דעניס פּראַגער, וואָס איז באַקאַנט צוליב פֿאַרשיידענע גורמים, בפֿרט אַ דאַנק זײַן ראַדיאָ-פּראָגראַם. פּאָליטיש איז ער אַנטי-ליבעראַל, אָדער פּשוט געזאָגט — רעכט. אָבער דאָס בין איך אים מוחל. איך נוץ ניט בדרך-כּלל קיין אידעאָלאָגישע מאָסן (ביז עפּעס אַ גרענעץ, פֿאַרשטייט זיך) כּדי צעטיילן מענטשן אויף גוטע און שלעכטע. גלײַכצײַטיק, בין איך קעגן דעם מע זאָל אויסנוצן מײַנע ווערטער אין אַ באַטײַט, וועלכן זיי האָבן ניט. אויב איר וועט איבערלייענען פּראַגערס בלאָג (איך שאַף אים אַ שטיקל פּירסום!), וועט איר זען, אַז פֿון "מײַנע" פּראָ-סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטן שפּרינגט ער — הערט אַ משל! — גלײַך אַריבער צו אַזעלכע לײַט ווי ראָזע לוקסעמבורג און לעוו טראָצקי, פֿון וועלכע ער מאַכט נאָך איין שפּרונג — צו נח טשאָמסקי. אַזאַ שפּרינגערײַ מאַכט אים ניט פֿאַרמאַטערט און ער שפּרינגט ווײַטער, און דערגרייכט אַזש ביז אונדזערע צײַטן. לאָזט זיך אויס, אַז ער האָט עס אַלץ געטאָן כּדי אַרײַנזאָגן די זשורנאַליסטן פֿון "ניו-יאָרק, טײַמס" טאָמאַס פֿרידמאַן און פֿראַנק ריטש. הקיצור, האָט דעניס פּראַגער אָנגעהויבן מיט קידוש און געענדיקט מיט קדיש. טראַכט איך איצט אָט וועגן וואָס: אין קורצן מוז אַרויסגיין אַ באַנד, באַזירט אויף די רעפֿעראַנטן פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן סאָוועטיש-ייִדישע דיכטער. איך האָב דעמאָלט גערעדט וועגן דער דיכטערין חנה לעווין און איר באַציִונג צו "פֿרײַער ליבע". דאָס איז אויך אַן ענין פֿון די 1920ער יאָרן. אָבער איך האָב איצט מורא, אַז אַ דעניס פּראַגער וועט עס איבערלייענען (אויף ענגליש) און אַרום דעם אויפֿבויען אַ טענה צו איינעם פֿון די לאַגערן אין דער ביטערער מלחמה אַרום טראָג-פֿאַרהיטונג. "קאָנטראַסעפּשן" שנײַדט זיך דאָך אויף אַ צענטראַלער פֿראַגע אין די פּרעזידענטישע וואַלן, און אַ פּאַראַלעל מיט די 1920ער יאָרן קען ווערן אַקטועל, מישטיינס געזאָגט. |