ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אינעם ווינקל בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם טעאַטער־זאַל איז מיט שטאָלץ אַרויסגעשטעלט דער פֿאָטעלשטול מיטן אויפֿשריפֿט, אַז דערין פֿלעגט זיצן שלמה מיכאָעלס, האָט דער טעאַטער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער טראַדיציע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. "שלום" געהערט צו דער אַנדערער טעאַטראַלער שיטה, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דער האַלב־אָפֿיציעלער סאָוועטישער קולטור פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן.
דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דער ליבעראַלער "אָדליגע" נאָך סטאַלינס טויט, זײַנען אויפֿגעקומען עטלעכע טעאַטראַלע טרופּעס, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אָפֿיציעלער דאָגמאַטיק פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. זיי האָבן פֿאַרבאַהאַלטן זייער קריטיק פֿון דער סאָוויעטישער סיסטעם און איר אידעאָלאָגיע הינטער רמזים און היסטאָרישע פּאַראַלעלן, וואָס זײַנען געווען צוטריטלעך דעם אינטעליגענטן צושויער.
בײַם הײַנטיקן טאָג איז דער דאָזיקער קאַמף שוין לאַנג ניט אַקטועל מער, און סאָציאַליסטישער רעאַליזם איז געוואָרן אַ היסטאָרישער באַגריף. אָבער די סטיליסטיק פֿון דער לעצטער סאָוועטישער תּקופֿה לעבט ווײַטער אין פֿאַרשידענע גילגולים, און געפֿינט אַן אָפּרוף בײַ דעם עולם. "שלום" האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן נוסח, וואָס פּאַסט גאַנץ גוט אַרײַן אינעם הײַנטיקן רוסישן צײַטגײַסט.
דער ספּעקטאַקל "שפּאַנישע באַלאַדע", וואָס באַזירט זיך אויף דעם היסטאָרישן ראָמאַן פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן מחבר ליאָן פויכטוואַנגער, האָט לכאורה אַ קנאַפּן שײַכות צו דער רוסישער הײַנטצײַטיקייט. אָנגעשריבן אין 1955, דערציילט דער דאָזיקער ראָמאַן די ראָמאַנטישע לעגענדע וועגן דער טראַגישער ליבע צווישן דער ייִדישער טאָכטער רחל און דעם קעניג אַלפֿאָנסאָ פֿון קאַסטיליע. פֿויכטוואַנגער, וואָס האָט זיך נאָך דער מלחמה אומגעקערט פֿון אַמעריקע קיין מיזרח־דײַטשלאַנד, באַנוצט זיך מיט דעם ראָמאַנטישן סיפּור־מעשׂה כּדי צו באַהאַנדלען די פּראָבלעם פֿון טאָלעראַנץ צווישן פֿאַרשידענע פֿעלקער און אמונות, וואָס איז ווידער געוואָרן אַקטועל אין דער צײַט פֿון דער קאַלטער מלחמה.
צוליב זײַן קאָמוניסטישע סימפּאַטיעס איז פֿויכטוואַנגער געווען אידעאָלאָגיש כּשר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע היסטאָרישע ראָמאַנען האָבן געדינט פֿאַר רוסישע ייִדן ווי אַ וועגווײַזער אין דער ייִדישער געשיכטע. די ראָמאַנטישע "שפּאַנישע באַלאַדע" איז געווען אפֿשר דאָס סאַמע באַליבטע ווערק פֿון דער סעריע, בפֿרט בײַ דער יוגנט. עס איז מערקווערדיק, וואָס דאָס איז געווען דער טיטל פֿון דער רוסישער איבערזעצונג, איז גענומען געוואָרן פֿון דער מערבֿ־דײַטשישער אויסגאַבע. אין מיזרח־דײַטשלאַנד איז דער ראָמאַן אַרויס אונטערן נאָמען "די ייִדישע טאָכטער פֿון טאָלעדאָ", אָבער דאָס האָט מסתּמא געקלונגען צו "ייִדיש" סײַ פֿאַר דער סאָוויעטישער מאַכט, סײַ פֿאַרן מערבֿדיקן פֿאַרלעגער.
פֿאַר דער אויפֿפֿירונג אויף דער בינע האָט מען אין דער מעשׂה געמאַכט אייניקע ענדערונגען. למשל, דער אַראַבער חכם מוסאַ, דער בעסטער חבֿר פֿון רחלס פֿאָטער, דעם קעניגס קאַנצלער יהודה אבן עזרא, איז געוואָרן אַ ייִד מיטן נאָמען משה, דער ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון טאָלעדאָ. אַזוי אַרום האָט מען לגמרי אויסגעמעקט דעם וויכטיקן אויפֿקלערערישן מאָטיוו פֿון ייִדיש־אַראַבישן מיטלעבן בעת דער שפּאַנישער "גאָלדענער תּקופֿה", וואָס איז געווען פּאָפּולער בײַ דער דײַטשיש־ייִדישער אינטעליגענץ.
אַנשטאָט דעם, האָט מען געשאַפֿן אַ גראָדליניקע פּיעסע וועגן קלוגע ייִדן און אַכזריותדיקע קריסטן. דער ברוטאַלער עפֿעקט ווערט פֿאַרשטאַרקט דורך גאָטישע דעקאָראַציעס און אַגרעסיווע טאַנצן, וואָס זײַנען אפֿשר דער סאַמע עקספּרעסיווער עלעמענט פֿון דער שפּיל. סײַ קריסטן, סײַ ייִדן, ווערן פֿאָרגעשטעלט סטערעאָטיפּיש׃ די ערשטע — ווי בלוטגיריקע פֿאַנאַטיקער; די לעצטע — ווי כיטרע געשעפֿטסלײַט, דערפֿאָלגרײַכע אַדמיניסטראַטאָרן, וואָס באַרײַכערן דאָס מלכות, אָבער פֿאַרגעסן אויך ניט וועגן זייערע אייגענע אינטערעסן. די גאַנצע ייִדישע טירחה איז אָבער אומזיסט, ווײַל די קריסטלעכע פֿאַנאַטיקער קאָנען טראַכטן נאָר וועגן מלחמה און געוואַלד.
די באַציִונגען צווישן דעם קעניג אַלפֿאָנסאָ און זײַן ייִדישן שני־למלך דאָן יהודה אבן עזרא דערמאָנען אָן די באַציִונגען צווישן דעם רוסישן פּרעזידענט פּוטין און די ייִדישע אָליגאַרכן. דער קעניג איז אַ ברוטאַלער טיראַן, אָבער ער ווייסט גאַנץ גוט, אַז אָן די ייִדן, מיט זייער געלט און געניטקייט, וועט ער ניט זײַן בכּוח אונטערצוהאַלטן זײַן ווירטשאַפֿט. ער קאָן באַליידיקן זײַן "אָליגאַרך" אבן עזרא ווי ער וויל, אָבער סוף־כּל־סוף וועלן זיי תּמיד קומען צו אַ פּשרה. בלויז ער, דער אַליינהערשער פֿונעם לאַנד, קאָן באַשיצן זײַנע ייִדן פֿון דער שׂינאה פֿונעם קריסטלעכן המון. ווען דער קעניג גייט אַוועק אויף דער מלחמה, קומט אַ באַראָן פֿון דער "אָפּאָזיציע" און הרגעט דעם קעניגס ייִדישע קאָכאַנקע, איר פֿאָטער און דעם ראָש פֿון דער קהילה. ווען דער קעניג קומט צוריק, באַפֿעלט ער צו באַגראָבן זיי מיט כּבֿוד און לאָזט אַפֿילו בויען אַ נײַע שיל אויף זײַן חשבון.
פּונקט אַזאַ אידעאָלאָגישע ליניע ווערט הײַנט דורכגעפֿירט דורך די מאָסקווער רבנים. זיי טענהן, אַז ייִדן זײַנען צו גאַסט אין רוסלאַנד און האָבן ניט קיין רעכט זיך אַרײַנצומישן אין די פּאָליטישע ענינים פֿונעם לאַנד. דערצו נאָך, זאָגן זיי, איז פּוטין דער בעסטער פֿרײַנד פֿון רוסישע ייִדן, ווײַל אָן אים וואָלטן צו דער מאַכט געקומען פֿאַשיסטן און נאַציאָנאַליסטן. די דאָזיקע פּראָסטע אידעע ווערט פֿאָרגעשטעלט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ היסטאָרישן משל אויף דער בינע פֿונעם טעאַטער "שלום". מען האָט אָפּגעהיט די אַלטע ראַדיקאַלע סטיליסטיק, אָבער הײַנט צו טאָג איז דער ייִדישער טעאַטער אַ טייל פֿון דער אָפֿיציעלער רוסישער קולטור, וואָס איז מיט דער מאַכט און ניט מיט דער אָפּאָזיציע.