- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אורה, איז געבוירן געוואָרן מיט דרײַסיק יאָר צוריק אין ירושלים. אירע עלטערן זענען ביידע אַמעריקאַנער עולים, וואָס האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, לערנענדיק זיך אין דער פּרדס-אינסטיטוציע (אַן אינסטיטוציע אין ירושלים צו לערנען ייִדישקייט די ייִדישע סטודענטן פֿון אויסלאַנד). אין יענער צײַט (סוף 1970ער יאָרן) איז געווען אַ גרויסע עליה־כוואַליע פֿון אַמעריקע צוליב ציונסטישע סיבות. ביידע מיט אַ סעקולערן הינטערגרונט, זענען זיי כּמעט אין איין צײַט געוואָרן אין ישׂראל בעלי-תּשובֿה. זייער טאָכטער האָבן זיי געשיקט אין דער רעליגיעזער פּלך-גימנאַזיע אין ירושלים, וואָס ווערט גערעכנט פֿאַר דער ערשטער רעליגיעז-פֿעמיניסטישע שול אין ישׂראל. אורהס משפּחה (די עלטערן מיט צוויי שוועסטער און צוויי ברידער) וווינט נאָך עד-היום אין ירושלים און אַלע זענען געבליבן אין דער וועלט פֿון "געשטריקטע יאַרמולקעס". הײַנט צו טאָג, דעפֿינירט אורה זיך אַליין ווי אַ טראַדיציאָנעלע. אין ניו-יאָרק איז זי אָנגעקומען מיט 4 יאָר צוריק מחמת איר מאַנס לימודים. וואָס שייך איר נאַציאָנאַלער אידענטיטעט, זאָגט זי, אַז "איך זע זיך נישט ווי ממש אַ ישׂראלדיקע און נישט ווי ממש אַן אַמעריקאַנערין; נאָר איך האָב אַ קאָמפּליצירטע אידענטיטעט, עפּעס מער אַ געמיש — אַ ביסל פֿון דאַנען און אַ ביסל פֿון דאָרטן. איך געהער נישט אַ הונדערט פּראָצענט צו קיין איין ריכטונג." אורה זאָגט, אַז די סאַמע ישׂראלדיקסטע זאַך וואָס זי האָט אַמאָל געטאָן, איז געווען דאָס דינען אין דער אַרמיי. קונסט שטודירט זי איר גאַנץ לעבן, בפֿרט מאָלערײַ. און אין ניו-יאָרק האָט זי זיך דערצו געלערנט "דיזײַן" און אַרבעט הײַנט ווי אַ "גראַפֿישע דיזײַנערין" בײַם ייִדישן מוזיי. בעיקר, מאָלט אורה פֿרויען. זי האַלט, אַז ס’איז פֿאַרבונדן מיטן פֿאַקט פֿון איר דערצויגן ווערן אין דער פֿרומער געזעלשאַפֿט, וווּ דער גוף איז נישט קיין אָביעקט וואָס מע דאַרף רעדן וועגן דעם. "מע פֿאָדערט דאָרט מער צניעות. דער גוף איז עפּעס וואָס מע דאַרף שטענדיק פֿאַרדעקן. דעריבער שאַפֿט זיך אַ מין איבעררײַסונג צווישן דעם מענטש און זײַן פֿיזישן גוף. שוין אַ סך יאָרן, וואָס איך פּראָביר זיך צוריקצוקערן צום גוף." און אורה טוט עס דורך איר קונסט. אין איר סעריע וואָס הייסט "פֿרויען־צימער" (Ladies Room), האָט זי, בעיקר, געשאַפֿן איילבילדער פֿון געקליידטע, האַלב נאַקעטע און נאַקעטע ווײַבלעכע געשטאַלטן. "איך קאָן שוין הײַנט גיין אַזוי אָנגעטאָן, אָן אַרבל אָדער אין אַ מיני-קליידל; ס’האָט אָבער בײַ מיר גענומען אַ צײַט צו ווערן צוגעוווינט צו דעם, און געהאָלפֿן האָט מיר גובֿר זײַן מײַן ׳מניעות׳ דאָס וווינען אין ניו-יאָרק. ירושלים איז אַ קליינע שטאָט, וווּ יעדער איינער קען דעם צווייטן, די אַנאָנימקייט אין ניו-יאָרק דערמעגלעכט די מענטשן צו טאָן וואָס זיי ווילן." איר מין מאָלערײַ הייסט "פּערספּעקטיוו-מאָלערײַ", אָדער ווי אורה אַליין דערקלערט עס: "ס’רובֿ פֿון מײַנע ווערק ווערן גענומען פֿון זאַכן וואָס איך זע. הגם איך אַליין ׳רעזשיסיר׳ דאָס בילד, קוק איך פֿאָרט אויף די אָביעקטן וואָס איך מאָל." ווען איך פֿרעג בײַ איר, ווי אַזוי וועט מען אויפֿנעמען די נאַקעטע געשטאַלטן אין איר סבֿיבֿה, זאָגט זי, אַז אירע עלטערן האָבן זי געשיקט צו מאָלן נאַקעטע מאָדעלן, ווען זי איז נאָך געווען אַ זעכצן־יעריק מיידל. "זיי שאַצן אָפּ קונסט און ס’איז זייער קלוג, וואָס זיי האָבן עס מיר דערמעגלעכט. אַזאַ מין זאַך וואָלט אין דער פֿרומער וועלט נישט דערלאָזט געוואָרן... בכלל איז מײַן משפּחה אין אַמעריקע נישט פֿרום." לגבי דער ברענענדיקער טעמע אין ישׂראל פֿון "הדרת נשים" (די אויסשליסונג פֿון פֿרויען. זע: מרדכי דוניץ, יאַנואַר 16, 2012), זאָגט פֿריימאַן-לויִס, אַז "ערשטנס, לעבט זי נישט אין ישׂראל שוין 4 יאָר. און צווייטנס, האָט מען פּראָבירט, בפֿרט אין איר סבֿיבֿה, וואָס מער צו אינטעגרירן פֿרויען און נישט אויסצושליסן זיי. דאָס וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין ישׂראל מכּוח פֿרויען, באַטרויערט מיך זייער. שווער צו גלייבן, אַז אין יאָר 2012 עקזיסטירט נאָך אַזאַ מין פּחד בײַ פֿרויען, וואָס צום סוף, ברענגט עס דערצו, אַז פֿרויען נעמען זיך שרעקן פֿאַר זיך אַליין. איך פּערזענלעך נעם עס אויף ממש ווי אַ נישט קיין געזונטע זאַך." די ווערק פֿון פֿריימאַן-לויִס וועלן אויסגעשטעלט ווערן אויף איין אָוונט, דעם 31טן מערץ, פֿון 7 ביז 10 אַ זייגער, אין דער גאַלעריע וואָס הייסט Studio 580. דער אַדרעס פֿון דער גאַלעריע איז: 580 אַכטע עוועניו, לעבן 38סטער גאַס, אין מאַנהעטן. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע זעט איר וועבזײַטל: http://www.aurasstudio.com. |