- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לודוויג וואַן בעטהאָווען סאָנאַטע נומ׳ 14 (לבֿנה־סאָנאַטע); סעמועל באַרבער פּיאַנע־סאָנאַטע פֿרעדעריק שאָפּען "נאָקטורן", לאַ־בעמאָל מאַזשאָר סאָנאַטע נומ׳ 3 דעם 3טן מײַ האָט אין קאַרנעגי־האָל געשפּילט דער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. איך האָב בכּיוון אָנגערופֿן די דאַטע, ווײַל אַזעלכע געשעענישן מוזן אָנגעוויזן ווערן פּינקטלעך, בפֿרט אין אַזאַ קולטורעלן כּרך, ווי ניו־יאָרק מיט הונדערטער (אויב נישט טויזנטער) אונטערנעמונגען אין איין אָוונט. אַזאַ אָוונט פֿאַרגעדענקט זיך אויף לאַנגע יאָרן. איך, אַני־הקטן, נעם זיך נישט אונטער צו שרײַבן אַ רעצענזיע אויף קיסינס קאָנצערט; איך בין זיכער, ס׳וועלן עס טאָן מיט גלאַנץ די הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיק־קאָמענטאַטאָרן פֿון דער בכּבֿודיקער "ניו־יאָרק טײַמס". איך קאָן נאָר נאָכבאָמבלען אונדזער גרויסן ייִדישן פּאָעט: "כ׳בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט... ווי אַ שטילע שמונה־עשׂרה..." — און דערנאָך, ווען דער לעצטער קלאַנג איז אויסגעגאַנגען, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: ניין, דער אייבערשטער האָט פֿון דעסטוועגן קודם געשאַפֿן דעם קלאַנג און שוין דערנאָך פֿון אים אויסגעפֿורעמט דאָס וואָרט. Natan Sznaider. די ייִדיש-קאַטעדרע אין ירושלים באַמיט זיך שוין זינט יאָרן צו פֿאַרברייטערן דעם וויסן וועגן דער חורבן-תּקופֿה מיט דער הילף פֿון יונגע פֿאָרשער, וואָס שטייען צו צו די רייען און זוכן אַ תּיקון פֿאַר זייער דורשט וואָס מער און טיפֿער צו פֿאַרשטיין און געבן צו פֿאַרשטיין. די טעג דאַרף מען דערמאָנען אַ דאָקטאָראַט, וואָס ווערט געשריבן פֿון מרים טרין, אויף דער טעמע: "די איבערלעבונגען בעתן חורבן אין ליכט פֿון די מולטי־קולטורעלע און פֿילשפּראַכיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען, געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט". ביז איצט האָבן פֿאָרשער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד זיך באַצויגן צו די לידער, אָנגעשריבן אין געטאָס און לאַגערן, בדרך-כּלל, פֿון אַן איין שפּראַכיקער פּערספּעקטיוו, אָדער העכסטנס — פֿון אַ צוויי־שפּראַכיקער (ייִדיש אָדער ייִדיש-העברעיִש, אָדער ייִדיש-פּויליש, אד״גל). אַ דערפֿרישנדיקער חידוש איז מרים טרינס דיסערטאַציע, וואָס באַהאַנדלט די לידער, אָנגעשריבן פֿון ייִדן אין געטאָס און לאַגערן, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף פּויליש, סײַ אויף דײַטש און סײַ אויף העברעיִש — פֿון אַ פֿאַרגלײַכלעכער פּערספּעקטיוו. אין משך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר איז דער שרײַבער אַלכּסנדר איליטשעווסקי געוואָרן איינער פֿון די באַקאַנטסטע נעמען אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. דערבײַ זײַנען זײַנע ווערק ווײַט ניט קיין לײַכטע לעקטור. זיי זײַנען אָנגעפּאַקט מיט פֿילאָסאָפֿישע אידעען און קולטורעלע אַסאָציאַציעס, לאַנגע פּרטימדיקע שילדערונגען פֿון נאַטור און ווײַטגייענדיקע דיגרעסיעס אין דער קולטור־געשיכטע; און דערצו נאָך, באַלאָדן מיט וויסנשאַפֿטלעכע קענטענישן. איליטשעווסקי פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישע ערודיציע אויף אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים, פֿון טעאָרעטישער פֿיזיק ביז דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ליטעראַרישן אַוואַנגאַרד. דער סאַמע לעצטער ראָמאַן זײַנער הייסט "אַנאַרכיסטן" און דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פֿרײַער אַנאַרכיסטישער קהילה ערגעץ טיף אין רוסלאַנד. איליטשעווסקי רופֿט אַנאַרכיע "אַ קלוגער בונד פֿון אויטאָנאָמע פּערזענלעכקייטן" און האַלט זי פֿאַר אַ מין פּאַראַלעלע אומפֿאָרמעלע געזעלשאַפֿט אין מיטן פֿון דער "נאָרמאַלער" מלוכישער סטרוקטור. דער נײַער ראָמאַן איז דער פֿערטער טייל פֿון אַ סעריע, וואָס איז פֿאַראייניקט דורך דער בשותּפֿותדיקער טעמע פֿון זוכענישן פֿון אַן אַלטערנאַטיווער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. האָב איך, הייסט עס, געזען אַ פֿילם אויף אַ ייִדישער טעמע וואָס הייסט אויף ענגליש Mighty Fine און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן? דערמיט מיינט מען, אַז אַלץ איז גוט און ווויל און פֿײַן און אין בעסטן אָרדענונג, אָבער ס׳איז נישט פֿײַן. אַפֿילו ווען די משפּחה הייסט פֿײַן. האָבן מיר דאָ צו טאָן מיטן אַמעריקאַנער סטיל פֿון לעבן. איר ווייסט דאָך, ווען מ׳באַגעגנט אַ באַקאַנטן אין גאַס און יענער וויל וויסן וואָס איר מאַכט, איז דער ענטפֿער אַלע מאָל פֿײַן. גיי דערצייל יענעם וואָס סע קוועטשט אײַך. קיינער וויל נישט וויסן. יענער טראָגט זיך מסתּמא אַרום מיטן זעלבן פּעקל צרות. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ משפּחה אין די זיבעציקער יאָרן פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג, וווּ די מאַמע איז אַ געראַטעוועטע פֿונעם חורבן און דער טאַטע איז אַ מענטש וואָס דראַפּעט זיך אויפֿן לייטער פֿון דערפֿאָלג; דער עיקר — מאַכן אַמעריקע, צוקומען צו גרויס געלט. אָבער ווי אַזוי טוט מען עס? ערשטנס, לייגט מען אַרײַן אין דעם ביזנעס די באָבע מיטן זיידן, דעם גאַנצן חוש, שׂכל, שווינדל; דער עיקר, מ׳דאָביוועט זיך צו גרויסע געלטער. און אַז מ׳דאָביוועט זיך שוין צו אַ גרויס פֿאַרמעגן, דאַרף מען לעבן גרויס, רחבֿותדיק, באָדן זיך אין לוקסוס. דער עיקר — אויסצושטעכן די שכנים די אויגן. וואָס מע הערט הײַנט אויף קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער שפּיגלט אָפּ נאָר אַ קליינעם טייל פֿונעם געזאַנג־רעפּערטואַר בײַ די ייִדן צווישן די וועלט־מלחמות אין מיזרח־אייראָפּע. ווי תּמיד האָבן ייִדן אין גלות געקענט רעדן אויף אַנדערע שפּראַכן, און אויך זינגען אויף אַנדערע שפּראַכן. מײַן באָבע פֿון דער בוקעווינע האָט געזונגען אויף ייִדיש, אוקראַיִניש און דײַטש; און דאָ רעדט זיך נישט וועגן געציילטע לידער, נאָר גאָר אַ סך לידער אויף יעדן לשון. פּוילישע ייִדן האָבן געזונגען אויף ייִדיש, פּויליש און רוסיש, און אַנדערע שפּראַכן. ווען דער זאַמלער בען סטאָנהיל האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה נאָך דער מלחמה, אין 1948, אינעם לאָבי פֿון אַ ניו־יאָרקער האָטעל, האָט ער געוואָלט אויפֿכאַפּן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אָבער די וויכטיקע "בען סטאָנהיל"־זאַמלונג אין ייִוואָ נעמט אפֿשר אַרײַן, דער עיקר, די פּאָפּולערע לידער פֿון די ייִדן אויף אַלע שפּראַכן וואָס זיי האָבן געקענט. אַ סך פֿון די אָנגעזאַמלטע לידער שטאַמען טאַקע פֿון די קאַבאַרעטן אין די גרויסע שטעט, און נישט פֿון די פֿאָלקזינגערס אין די שטעטלעך. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל "קאַבאַרעט וואַרשע: ייִדישע און פּוילישע שלאַגערס פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן" [Cabaret Warsaw: Yiddish and Polish Hits of the 1930s] האָט די גרופּע "מאַפּאַמונדי" פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ, אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט, קודם־כּל, צו געפֿינען די לידער, דערנאָך פֿאַרשרײַבן די ווערטער, און לסוף, אַראַנזשירן די לידער מיט געשמאַק. די רעקאָרדירונג קומט אַרויס באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ בוך פֿון פּראָפֿ׳ בעט האָלמגרען, פֿון "דיוק־אוניווערסיטעט", וועגן קאַבאַרעט אין פּוילן צווישן די מלחמות, און דאָס אַרויסגעבן דאָס קאָמפּאַקטל האָט דער זעלבער אוניווערסיטעט פֿינאַנציעל געשטיצט. דער נײַער פֿילם, Inside Hana’s Suitcase, "אין חנהס וואַליזקע" איז נישט קיין דראַמע, נאָר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס האָט אויך דראַמאַטיזירטע סצענעס. אָבער דער עצם פֿונעם פֿילם איז צו ווײַזן, ווי אַזוי מען קען דערציִען קינדער וועגן דעם חורבן. ווי אינעם פֿילם Sarah’s Key, איז דער פֿילם אויך אַ מעשׂה וועגן אַ ברודער און שוועסטער. אָבער אין דעם פֿאַל איז דער ברודער, דזשאָרדזש בריידי, געבליבן לעבן און זײַן שוועסטער חנה איז אומגעקומען. מען זעט אינעם פֿילם ווי דזשאָרדזש, שוין אַן אַכציק־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית-הפּליטה, ראַנגלט זיך מיטן געפֿיל פֿון שולד, צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען זײַן קליין שוועסטערל. ראָסינס רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אינעם "מירמל־פּאַלאַץ", דעם סאַמע פּרעכטיקן פֿון די פּעטערבורגער פּאַלאַצן, וואָס דינט ווי אַן אָפּטייל פֿונעם "רוסישן מוזיי", האָט באַשטעטיקט זײַן סטאַטוס ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער רוסישער קונסט. דער וועג צו דעם דאָזיקן שפּיץ איז געווען אַ לאַנגער און אַ שווערער. געבוירן אין האָמעל אין 1937, האָט ראָסין — דעמאָלט האָט ער געטראָגן זײַן אמתדיקן נאָמען אַלבערט סאָלאָמאָנאָוויטש רויזין — שטודירט קונסט אין די קונסט־אינסטיטוטן פֿון לענינגראַד און מאָסקווע. דערנאָך, אַנשטאָט צו זוכן גליקן אין די הויפּטשטעט, איז ער אַוועק אין אַ ווײַטן דאָרף אין אַרכאַנגעלסק־געגנט אין צפֿון־רוסלאַנד, וווּ ער האָט אין משך פֿון דרײַ יאָר געאַרבעט ווי אַ קונסט־לערער אין אַ מיטלשול. די דאָזיקע צײַט פֿון וווינען אין סאַמע געדיכט פֿון רוסישן פֿאָלק האָט אויסגעפֿורעמט ראָסינס וועלטאַנשויונג ווי אַ מענטש און ווי אַ קינסטלער. דאָ האָט ער בהדרגה געפֿונען זײַן אייגנאַרטיקן סטיל, וואָס אייניקע קונסט־קריטיקער האַלטן פֿאַר אַ גילגול פֿונעם דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם פֿון דער תּקופֿה נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. ראָסין נעמט זײַנע פּערסאָנאַזשן פֿון פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן, אָבער די סאַמע באַליבטע העלדן זײַנע זײַנען קבצנים, קאַליקעס, און היימלאָזע מענער און פֿרויען פֿונעם סאַמע דנאָ פֿון דער געזעלשאַפֿט. אין דעם פֿילם "ראַנד־באַמערקונג" (הערת שוליים) פֿאַרברענגט דער העלד צענדליקער יאָרן בײַם פֿאָרשן אַלטע כּתבֿ־ידן, ביז עס שטעלט זיך אַרויס, אַז אַ צווייטער פֿאָרשער איז אים פֿאַרלאָפֿן דעם וועג און אַנטדעקט דעם אָריגינאַל, פֿון וועלכן די אַלע אַנדערע כּתבֿ־ידן שטאַמען אָפּ. אַזוי אַרום איז זײַן גאַנצע טירחה געווען אומזיסט. כּדי איך זאָל בעסער פֿאַרגעדענקען יענעם עפּיזאָד, איז טאַקע געשען דאָס זעלבע מיט מיר: איך האָב אָנגעשריבן אַ רעצענזיע אויף דעם פֿילם, אָבער ניט באַמערקט, אַז אַנדערע האָבן עס שוין געטאָן פֿריִער. דעריבער פֿאַרלאָז איך זיך אויפֿן לייענערס זכּרון צו געדענקען דעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם און שרײַב דאָ בלויז די היסטאָרישע באַטראַכטונגען. אָנהייבן וועל איך אַזוי, ווי שלום־עליכם הייבט אָן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס": "צי האָט איר, ליבע מענטשעלעך, געהערט דעם אומגליק וואָס האָט געטראָפֿן? אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט, וויפֿל מענטשן האָט איין אומגליק פֿאַרלאָפֿן. צי האָט איר, ליבע מענטשלעך, געזען די קאַרטינע [בילד] ווי גרויס עס איז געווען דער צאָרן, ווי מאָמענטאַלנע די וואַסער איז אַרײַן אין דער מאַשינע, און די עלעקטרי איז פֿאַרלאָשן געוואָרן. דער שיפֿס־קאַפּיטאַן איז אין דער הייך געשטאַנען און האָט באַמערקט דעם ביטערן צאָרן, ווי די שיף פֿאַנגט אָן אונטערצוגיין, אַ קלאַפּ און אַ שטראָך און איז צעשמעטערט געוואָרן. Shalom Auslender. |