ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר איליטשעווסקי
אַלכּסנדר איליטשעווסקי

אין משך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר איז דער שרײַבער אַלכּסנדר איליטשעווסקי געוואָרן איינער פֿון די באַקאַנטסטע נעמען אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. דערבײַ זײַנען זײַנע ווערק ווײַט ניט קיין לײַכטע לעקטור. זיי זײַנען אָנגעפּאַקט מיט פֿילאָסאָפֿישע אידעען און קולטורעלע אַסאָציאַציעס, לאַנגע פּרטימדיקע שילדערונגען פֿון נאַטור און ווײַטגייענדיקע דיגרעסיעס אין דער קולטור־געשיכטע; און דערצו נאָך, באַלאָדן מיט וויסנשאַפֿטלעכע קענטענישן. איליטשעווסקי פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישע ערודיציע אויף אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים, פֿון טעאָרעטישער פֿיזיק ביז דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ליטעראַרישן אַוואַנגאַרד.

דער סאַמע לעצטער ראָמאַן זײַנער הייסט "אַנאַרכיסטן" און דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פֿרײַער אַנאַרכיסטישער קהילה ערגעץ טיף אין רוסלאַנד. איליטשעווסקי רופֿט אַנאַרכיע "אַ קלוגער בונד פֿון אויטאָנאָמע פּערזענלעכקייטן" און האַלט זי פֿאַר אַ מין פּאַראַלעלע אומפֿאָרמעלע געזעלשאַפֿט אין מיטן פֿון דער "נאָרמאַלער" מלוכישער סטרוקטור. דער נײַער ראָמאַן איז דער פֿערטער טייל פֿון אַ סעריע, וואָס איז פֿאַראייניקט דורך דער בשותּפֿותדיקער טעמע פֿון זוכענישן פֿון אַן אַלטערנאַטיווער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע.

איליטשעווסקיס ווערק זײַנען פּאָפּולער געוואָרן אין רוסלאַנד איינצײַטיק מיטן אויפֿברויז פֿון די פּראָטעסט־שטימונגען קעגן פּוטינס דיקטאַטאָרישן רעזשים. אָבער איליטשעווסקי איז ניט קיין פּאָליטישער אַגיטאַטאָר. ער איז, קודם־כּל, אַ קינסטלער און אַ דענקער, און זײַנע ווערק באַרירן זייער אַ ברייטן קרײַז טעמעס און פֿראַגן. ער שעפּט שטאָף פֿאַר זײַנע ווערק פֿון פֿאַרשיידענע מקורים, פֿון די סאַמע לעצטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען ביז זײַן אייגענער פֿאַמיליע־געשיכטע.

ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אמתן קינסטלער, שמעלצט איליטשעווסקי צונויף זײַנע פּערזענלעכע אײַנדרוקן, געפֿילן, דערפֿאַרונג און זכרונות מיט די קענטענישן, וואָס ער באַקומט פֿון לייענען און שטודירן. דערבײַ פֿאַרנעמט זײַן אייגענע משפּחה־געשיכטע אַ צענטראַל, הגם אפֿשר ניט זייער אַ בולט אָרט. מײַן שמועס מיט איליטשעווסקין אין דער מאָסקווער רעדאַקציע פֿונעם רוסיש־ייִדישן זשורנאַל "לחיים" האָט זיך געדרייט דווקא אַרום דער דאָזיקער טעמע.

איליטשעווסקי קומט פֿון אַן אומגעוויינטלעכן ייִחוס. פֿון איין זײַט שטאַמט ער פֿון די אַשכּנזישע סוחרים, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט לענקאָראַן אין דרום־אַזערבײַדזשאַן נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט ער אַ שײַכות צו די רוסישע "גרים", וואָס די צאַרישע מאַכט האָט זיי אַרויסגעשיקט אויפֿן קאַווקאַז פֿאַר דעם, וואָס זיי זײַנען אַוועק פֿון דער קריסטלעכער אמונה און זיך מגייר געווען. איין זיידע זײַנער איז געקומען אויפֿן קאַווקאַז פֿון דער כאַרקאָווער געגנט שוין נאָך דער רעוואָלוציע, זוכנדיק אַ שטילן מקום־מיקלט ווײַט פֿונעם צענטער, וווּ מען האָט געקאָנט זיך פֿאַרבאַהאַלטן פֿון דער סאָוועטישער מאַכט.

נאָך דעם אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זײַן אַשכּנזישער עלטער־זיידע אונטערגענומען אַן אַוואַנטורע, וואָס האָט אים, סוף־כּל־סוף, געבראַכט קיין קאַליפֿאָרניע. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער רוסישער אימפּעריע דורך איראַן קיין יאַפּאַן, און פֿון דאָרט שוין אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק. מיט יאָרן שפּעטער האָט איליטשעווסקי געמאַכט זײַן לאַנגע רײַזע, פֿון אַזערבײַדשאַן קיין מאָסקווע, ישׂראל, קאַליפֿאָרניע און צוריק קיין מאָסקווע.

די עלטער־באָבע זײַנע איז פֿאַרבליבן אין אַזערבײַדזשאַן און האָט זיך באַקענט מיט רוסישע גרים און רעוואָלוציאָנערן. אַזוי אַרום האָט זיך די קאָמפּליצירטע און שפּאַנענדיקע געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איבערגעמישט מיט איליטשעווסקיס אייגענער משפּחה־געשיכטע. אָבער אַ היפּשן טייל דערפֿון האָט מען געהאַלטן בסוד פֿון די קינדער בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה צוליב פּאָליטישע סיבות. ערשט איצט האָט ער זיך גענומען אויסצופּלאָנטערן די פֿעדים פֿונעם דאָזיקן היסטאָרישן קנופּ.

אָן דעם משפּחה–הינטערגרונט קאָן מען ניט פֿאַרשטיין דעם עצם פֿון איליטשעווסקיס שרײַבערישן מעטאָד. דער קאַספּישער ים איז דער צענטער פֿון זײַן ליטעראַרישן אוניווערסום. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ קליין הויז אין דער שטאָט סומגאַיִט, וווּ אין די 1930ער—1950ער יאָרן זײַנען אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אַ סך אַרבעטער און אינזשענירן, כּדי אויפֿצובויען די נײַע סאָוועטישע נאַפֿט־אינדוסטריע. יעדער איינער פֿון זיי האָט געהאַט אַן אייגנאַרטיקן כאַראַקטער און גורל, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין קליינע פּרטים אין איליטשעווסקיס זכּרון.

איליטשעווסקיס גרעסטער ראָמאַן "דער פּערסיאַנער" איז געוואָרן אַ ליטעראַרישער דענקמאָל פֿאַר אָט דעם עבֿר. דער ראָמאַן ברענגט צונויף דעם מחברס אייגענע קינדער־יאָרן מיט דער גאַנצער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וואָס ווערט געזען פֿון אָט דעם שטאַנדפּונקט. איליטשעווסקי דערקלערט׃ "דאָס איז געווען זייער אַ שווערע אונטערנעמונג. איך האָב געדאַרפֿט געפֿינען, ווי אַזוי צו מאַכן אַ סוף פֿון דער גאַנצער געשיכטע. מיטן אָנשרײַבן דעם 'פּערסיאַנער’ האָב איך זיך באַפֿרײַט פֿון דער דאָזיקער לאַסט."

זײַן שעפֿערישע באַפֿרײַונג נעמט אָן די פֿאָרעם פֿון אַ נבֿיאישער וויזיע׃ "דו הייבסט פּלוצעם אָן צו פֿילן אין דער אייגענער געשיכטע די באַוועגונג פֿון מעטאַפֿיזישע, געאָ־פּאָליטישע און געאָ־פּאָעטישע זינען." איליטשעווסקי שעפּט זײַנע ליטעראַרישע מכשירים פֿון דער ירושה פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד, וואָס זײַן צוועק איז געווען צו דערגיין צו דעם סאַמע דנאָ פֿון דער שפּראַך, און אַזוי אַרום צו אַנטפּלעקן די סאַמע יסודות פֿונעם מענטשלעכן מהות.

די פּאָעטישע מעטאַפֿאָרישקייט איז פֿאַר איליטשעווסקי אַן אָפּקלאַנג פֿון דעם סאַמע מעשׂה־בראשית. דאָס וואָרט איז אַדורך פֿילצאָליקע גילגולים אין פֿאַרשידענע קולטורן און תּקופֿות, און דאָס שליחות פֿונעם עכטן דיכטער איז צו אַנטפּלעקן דעם קדמונישן יסוד פֿון דעם וואָרט־געשטאַלט און צו ברענגען דאָס צו דעם הײַנטיקן לייענער. איליטשעווסקיס ליטעראַרישער דערפֿאָלג איז אַ באַווײַז, אַז מען קאָן דאָס יאָ אויפֿטאָן אַפֿילו אין דער הײַנטיקער קאָמערציעלער קולטור.