אָנהייבן וועל איך אַזוי, ווי שלום־עליכם הייבט אָן זײַן "מאָטל פּייסי דעם חזנס":
איך גיי מיט אײַך אין געוועט אויף וויפֿל איר ווילט, אַז קיינער אין דער וועלט איז נישט געווען אַזוי צופֿרידן מיטן וואַרעמען ליכטיקן נאָכפּסח ווי איך, פּייסי דעם חזנס ייִנגל, מאָטל, און דעם שכנס קעלבל... ביידע גלײַך זענען מיר אַרויסגעקראָכן פֿונעם פֿינצטערן ענגשאַפֿט צו מקבל־פּנים זײַן דעם ערשטן זיסן, ליכטיקן, וואַרעמען פֿרילינג־מאָרגן...
אויך אין ישׂראל זײַנען די ערשטע נאָכפּסחדיקע טעג וואַרעמע און שיינע. דער ווינטער איז דאָס יאָר געווען אַ נאַסער, אַ רעגנדיקער. און כאָטש בײַ אונדז שײַנט די זון נײַן חדשים אין יאָר, האָבן מיר, שוין נאָך אַ וואָך רעגנס און אַ פֿאַרכמורעטן הימל, געבענקט נאָך די זונשטראַלן, נאָך דער טיפֿער־טיפֿער בלויער יאַרמלקע. און ווען די זון האָט זיך באַוויזן, האָט זי ניט נאָר צעטריבן די שוואַרצע כמאַרעס פֿון הימל, נאָר אויך די וואָלקנס פֿון די הערצער, פֿון די נשמות. ווי האָט געשריבן אליעזר שטיינבאַרג אין זײַן פֿילאָסאָפֿישן ליד: "דער רעגן־בויגן":
וואָס? די וועלט חסר־דעהש?
פֿינצטער? גליטשיק? ייִאוש
אין די ביינער עסט זיך אײַן?
אָבער, חבֿרה, אַז די זון וועט טון אַ שײַן!
די זון איז טאַקע איינע פֿון די גרעסטע נסים אין דער נאַטור. אָן איר וואָלט ניט געווען קיין לעבן אויף דער ערד. די זון איז אַ סימבאָל פֿון לעבן. ווער פֿון די שרײַבער, פּאָעטן האָט ניט געבענטשט די הימלליכט? צום בײַשפּיל, מענדעלע מוכר־ספֿרים: "אַ שיינער, אַ וואַרעמער פֿרילינג־טאָג. די גילדענע זון האָט בײַם אויפֿגיין צעריסן, צעטריבן די גרויע וואָלקנס אין דער לופֿט און מיט איר ליכטיק פּנים אַראָפּגעקוקט פֿונעם בלויען הימל מילד, פֿרײַנדלעך אויף דער ערד..." די שאַפֿונגען אויף דער טעמע זון און רעגן זענען אָן אַ צאָל. אין די רעגנסטעג פֿון דעם הײַיאָריקן ישׂראלדיקן ווינטער האָב איך אויך אָנגעשריבן אַ ליד "רעגן און געלעכטער":
ס’וויל זיך וויינען,
ווען עס וויינט דער דרויסן אין טרויער...
נאָר פּרוּווט זיך קײַקלען פֿאַר געלעכטער,
ווען ריטשקעס רינען פֿון די דעכער
און ס’גיסן רעגנס אָסיענדיקע גרויע.
גייט אַרויס צו די דונערן און בליצן,
כאָטש אומעטיק איז אײַער נשמה,
מיט אַ שירעם פֿון חכמות און וויצן,
זאָל אַ שמייכל שטראַלן אויף אײַער פּנים.
פֿאַרלאָזט דעם וואַרעמען צימער,
די כמאַרע פֿרײַנדלעך טוט אַ וווּנק
וועט פֿאַר אײַך דער כמורנער הימל,
זיך באַלד צעלאַכן מיט דער זון!
אין אייניקע רעליגיעס האָט מען די זון פֿאַרגעטערט. אין דעם אַלט־מיצרישער גלויבן איז "ראַ", וואָס זעצט זיך איבער — זון, דער גאָט פֿון זון. שפּעטער אין אַלט־מיצרישע מעשׂיות האָט מען פֿאַרפֿעסטיקט, אַז די ערשטע דרײַ פּרעהס פֿון דער פֿינפֿטער דינאַסטיע זענען די זין פֿון דער זון. אַ סך פֿעלקער האָבן אַמאָל געדינט דער זון. און הײַנט?
אַבֿרהם סוצקעווער אין זײַן ליד: "אַ שטיקל ערד, אַ שטיקל הימל" שרײַבט:
יונגע, ניט־אַנטוויינטע ערד, וואָס האַלט נאָך אַלץ אין זייגן
זוניק־פֿרישע מילך פֿון אונדזער זון,
פֿון אונדזער זון־אַם.
נאָר דער פּאָעט האָט אַוודאי ניט געוווּסט, אַז מע קאָן זײַן פּאָעטישן אויסדרוק אויפֿנעמען גאַנץ פּראַקטיש. לאָזט זיך אויס, אַז איצט זענען דאָ די אַזוי גערופֿענע — זון־עסער. די דאָזיקע מענטשן האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון שפּײַז און שעפּן זייער ענערגיע בלויז פֿון קוקן אויף דער זון. מע שרײַבט, אַז איינער מיטן נאָמען פּראַלאַד דזשאַני, אין אינדאָסטאַן, עסט שוין ניט 68 יאָר, פֿון זײַנע 76. ס’זענען נאָך דאָ בײַשפּילן, ווען מענטשן האָבן ניט געגעסן צענדליקער יאָרן. און דאָך זענען זיי אַלע פֿול מיט ענערגיע און כּוח. איצט שרײַבט מען וועגן די דאָזיקע זון־עסער, מע פֿילמירט טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס, מע פֿירט דורך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. זיי באַשטעטיקן, אַז אַ צוואַנציק מינוט קוקן אויף דער זון פֿאַרבײַט אַ לעבל ברויט. האָב איך, ווי אַ בעסאַראַבער, אַ טראַכט געטאָן, אַז אַ צוואַנציק מינוט קוקן אויף דער לבֿנה קאָן פֿאַרבײַטן פֿאַרן מענטש אַ גאַנצע מאַמעליגע...
די רוסן רופֿן אָן זייער גרויסן פּאָעט פּושקינען — די זון פֿון דער רוסישער פּאָעזיע. לויט דעם גרויסן סאָוועטישן פּאָעט וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, איז די פּאָעזיע גופֿא — די זון, ווײַל די לידער וואַרעמען די נשמה, פֿילן אָן דעם מענטש מיט אייביקן פֿײַער פֿון לעבן.
אונדזערע חכמים האָבן אויך וועגן דער זון ניט ווייניק געזאָגט. דער קהלת שרײַבט: "רזיה השמש ובו השמש" — די זון שײַנט אויף און די זון פֿאַרגייט. אין מדרש קהלת לייענען מיר: "רבי ברכיה זאָגט: ווייסן מיר דען נישט אַז די זון שײַנט אויף און די זון פֿאַרגייט? נאָר וואָס דען זאָגט קהלת: איידער עס גייט אונטער די זון פֿון איין צדיק, שײַנט אויף די זון פֿון אַ צווייטן צדיק. איידער איין צדיק גייט אַוועק פֿון דער וועלט, ווערט אַ צווייטער געבוירן. אין דעם טאָג וואָס רבי עקיבֿא איז געשטאָרבן איז געבוירן געוואָרן ר’ יהודא הנשיא. איידער עס איז אונטערגעגאַנגען די זון פֿון אונדזער מוטער שׂרה האָט אויפֿגעשײַנט די זון פֿון אונדזער מוטער רבֿקה. איידער עס איז אונטערגעגאַנגען די זון פֿון משה רבינו איז אויפֿגעגאַנגען די זון פֿון יהושע בן־נון, און אַזוי בײַ אַלע צדיקים פֿון אַלע דורות".
דאָך בוקן זיך מענטשן ניט נאָר צו דער זון, נאָר אויך צו דער לבֿנה, צו די שטערן, צו אַ געוויטער... איר געדענקט, ווי ס’האָט געשריבן איציק מאַנגער אין זײַן ליד "שטערן־גלויבער":
מיטן־נאַכט. די גלויבער אין די שטערן
גייען מיט מידע טריט אַהיים.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם מענטש איז גרינגער צו גלייבן אין דעם, וואָס ער זעט מיט זײַנע אייגענע אויגן, וואָס עקזיסטירט אין דער רעאַליטעט. איינער זעט די זון, ווי אַ הימל־קערפּער, אַ נוקלעאַרן רעאַקטאָר, אין וועלכן סע זיד און קאָכט זיך די זון־ענערגיע. אַ צווייטער זעט די זון, די שטערן, די לבֿנה ווי גאָטס באַשאַפֿונגען, גאָטס וווּנדער, און דורך זייער שיינקייט שטעלט ער זיך פֿאָר די געשטאַלט פֿונעם וועלט־באַשעפֿער.
יחיאל שרײַבמאַן אין זײַן חומש־נאָוועלע: "עקדת יצחק" שרײַבט: "...אין אַלצדינג, אין אַלצדינג האָט אַבֿרהם געזען גאָט. גאָטס באַשאַף. גאָטס רצון." און ווײַטער: "...ערשטע זונשטראַלן האָבן דורך די שיטערע ביימער באַלויכטן זײַן קאָפּ. אַ ליכטיקע געטלעכע פֿרייד איז אויפֿגעגאַנגען אין אים... צוויי מאָל אין טאָג בײַם שעפּטשען צו גאָט די לויב־תּפֿילות גאַנצפֿרי... בײַם זון־אויפֿגאַנג, און פֿאַרנאַכט, צו מינחה,... מיט דער פּלייצע אויסגעדרייט צום זון־פֿאַרגאַנג — איז די פֿרייד אויפֿגעגאַנגען אין אים..."
קוקן אויף דער זון, אויף די שטערן, אויף יעדער ביימעלע און בלימעלע, אויף יעדער באַשעפֿעניש און פֿילן אַ געטלעכע פֿרייד, זען אין אַ שטראַלעכל, אין אַ בלימל־בלעטל, אין פֿלי פֿון אַ פֿויגל — דעם באַשעפֿער! אַ ייִד ווענדט זײַן בליק צו די הימלען און זעט דאָרט דעם גרויסן גאָט, שעפּט פֿון אים גײַסטיקע כּוחות, פֿילט זיך אָן מיט גײַסטיקער ענערגיע, מיט האָפֿענונגען, אַז מאָרגן וועט אויפֿגיין די זון און ס’וועט זיך אָנהייבן אַ נײַער, אַ שיינער, אַ שטראַלנדיקער טאָג.
פֿאַרגעסט ניט אין דער פֿרי אַ קוק צו טאָן אויף דער זון! — אויף גאָטס וווּנדער, ווײַל ווי עס זאָגן אונדזערע ווערטלעך: די זון שײַנט פֿאַר איטלעכן אומזיסט; און נאָך: די זון שײַנט גלײַך אויף אָרעם און רײַך!