|
סאָלאָמאָן ראָסין |
|
אין מערץ איז אין סאַנקט־פּעטערבורג פֿאָרגעקומען אַ טאָפּלטע אויסשטעלונג פֿונעם קינסטלער סאָלאָמאָן ראָסין, איינער פֿון די צענטראַלע פֿיגורן פֿון דער "ניט־אָפֿיציעלער" רוסישער קונסט פֿון דער שפּעטערער סאָוועטישער תּקופֿה. אַזוי ווי אַנדערע מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער שיטה, האָט ראָסין געצויגן זײַן קליין ביסל פּרנסה פֿון לערנען קונסט און אויספֿירן כּלערליי דעקאָראַטיווע באַשטעלונגען. דאָס האָט אים דערמעגלעכט זיך אָפּצוגעבן מיט דער ערנסטער אַרבעט און שאַפֿן צענדליקער ווערק, וואָס האָבן איצט באַקומען אַ קאַנאָנישן סטאַטוס אין דער מאָדערנער רוסישער קונסט.
ראָסינס רעטראָספּעקטיווע אויסשטעלונג אינעם "מירמל־פּאַלאַץ", דעם סאַמע פּרעכטיקן פֿון די פּעטערבורגער פּאַלאַצן, וואָס דינט ווי אַן אָפּטייל פֿונעם "רוסישן מוזיי", האָט באַשטעטיקט זײַן סטאַטוס ווי אַ קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער רוסישער קונסט. דער וועג צו דעם דאָזיקן שפּיץ איז געווען אַ לאַנגער און אַ שווערער.
געבוירן אין האָמעל אין 1937, האָט ראָסין — דעמאָלט האָט ער געטראָגן זײַן אמתדיקן נאָמען אַלבערט סאָלאָמאָנאָוויטש רויזין — שטודירט קונסט אין די קונסט־אינסטיטוטן פֿון לענינגראַד און מאָסקווע. דערנאָך, אַנשטאָט צו זוכן גליקן אין די הויפּטשטעט, איז ער אַוועק אין אַ ווײַטן דאָרף אין אַרכאַנגעלסק־געגנט אין צפֿון־רוסלאַנד, וווּ ער האָט אין משך פֿון דרײַ יאָר געאַרבעט ווי אַ קונסט־לערער אין אַ מיטלשול.
די דאָזיקע צײַט פֿון וווינען אין סאַמע געדיכט פֿון רוסישן פֿאָלק האָט אויסגעפֿורעמט ראָסינס וועלטאַנשויונג ווי אַ מענטש און ווי אַ קינסטלער. דאָ האָט ער בהדרגה געפֿונען זײַן אייגנאַרטיקן סטיל, וואָס אייניקע קונסט־קריטיקער האַלטן פֿאַר אַ גילגול פֿונעם דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם פֿון דער תּקופֿה נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. ראָסין נעמט זײַנע פּערסאָנאַזשן פֿון פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן, אָבער די סאַמע באַליבטע העלדן זײַנע זײַנען קבצנים, קאַליקעס, און היימלאָזע מענער און פֿרויען פֿונעם סאַמע דנאָ פֿון דער געזעלשאַפֿט.
ראָסין איז אַן אויסגעשפּראָכענער קעגנער פֿון וואָסער ניט איז פֿאַרשענערונג און פֿאַרבעסערונג פֿון דער ווירקלעכקייט. דערפֿאַר האָט ער זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אינעם סדום־בעטל פֿון דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער עסטעטיק, וואָס האָט געפֿאָדערט פֿון קינסטלער, זיי זאָל מאָלן דאָס סאָוויעטישע לעבן לויט געוויסע באַשטימטע כּללים.
ראָסין האָט אויסגעדריקט דעם עצם פֿון זײַן קינסטלערישן קוק דורך אַזאַ פּאָעטישן אימאַזש׃ "אין רוסלאַנד שײַנט די זון ניט שטענדיק. דער שטאַרקער ווינט טרײַבט געלע בלעטער איבער דער ערד און פֿײַפֿט אַ בייזן ניגון אויף הויכע יאָדלעס, ווי אויף סטרונעס". ער ווײַזט רוסלאַנד ווי עס איז, פֿול מיט טרויער און אומעט, רוי און גראָב. אָבער הינטער אָט די גרויע און אומעטיקע בילדער שטעקט די טיפֿע ליבע און מיטלײַד פֿונעם קינסטלער.
|
"די ייִדישע פֿרויען" (1981) |
|
נאָכן אומקער פֿונעם צפֿונדיקן דאָרף האָט ראָסין געאַרבעט ווי אַ דעקאָראַטאָר אין פֿאַרשידענע קלובן לעבן לענינגראַד. אָבער די אמתדיקע אַרבעט האָט ער געמאַכט אין זײַן סטודיע, וווּ ער האָט געשאַפֿן צענדליקער פּאָרטרעטן. פֿון מאָל צו מאָל האָט ער אָנטייל גענומען און חצי־דערלויבטע אויסשטעלונגען, אָבער ער איז קיין מאָל ניט געווען צווישן די אַקטיווע קינסטלערישע דיסידענטן. זײַן פּאָזיציע איז תּמיד געווען אויפֿן ראַנד — סײַ פֿון דער אָפֿיציעלער, סאָוועטישער קונסט, סײַ פֿון דער ניט־אָפֿיציעלער, אַנטי־סאָוועטישער.
אין 1990 איז ראָסין אַוועק קיין פֿראַנקרײַך און האָט זיך באַזעצט אין דער ברעטאַנער פּראָווינץ. זײַנע פֿראַנצויזישע ווערק פֿאַרמאָגן אַ מער אַלעגאָרישן און סימבאָלישן כאַראַקטער. די מענטשלעכע געשטאַלטן זײַנען מער ניט קיין רעאַלע מענטשן פֿון בשׂר־ודם, נאָר געשטאַלטן פֿון מאָראַלישע און רעליגיעזע משלים. דער קריסטלעכער אַספּעקט ווערט דאָ אַ סך בולטער, צו מאָל, אַפֿילו צו דידאַקטיש. דאָס גראָבע, שאָקירנדיקע גשמיות פֿונעם רוסישן פּעריאָד איז אין פֿראַנקרײַך פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סכעמאַטיש רוחניות. די נאַטור ווערט געשילדערט פֿונעם זכּרון.
די אויסשטעלונג אינעם מירמל־פּאַלאַץ באַשטייט פֿון פֿינף אָפּטיילן, וואָס שטעלן פֿאָר פֿינף עיקרדיקע טעמעס פֿון ראָסינס קונסט׃ "אַ צייכענונג־לעקציע", "דאָס פֿײַערל", "דאָס ריינע האַרץ", "רחמנות" און "רעקוויִעם". אינעם לעצטן אָפּטייל ווערן פֿאָרגעשטעלט די סאַמע מאָנומענטאַלע ווערק זײַנע, וואָס באַהאַנדלען די טעמע פֿון לעבן און טויט. צווישן זיי געפֿינט זיך דאָס איינציקע ווערק אויף דער חורבן־טעמע. "די ייִדישע פֿרויען" (1981) שטעלט פֿאָר אַ גרופּע פֿון האַלב־נאַקעטע פֿרויען ווי זיי שטייען פֿאַרן אומקום. דער צושויער טרעפֿט זיך מיט זייערע בליקן אינעם לעצטן מאָמענט פֿון זייער לעבן.
דער קינסטלער סאָלאָמאָן ראָסין קומט אַרויס פֿון דער דאָזיקער אויסשטעלונג אַ פּעסימיסט, וואָס גלויבט ניט, אַז מען קאָן פֿאַרבעסערן די מענטשלעכע נאַטור אָדער מאַכן דאָס לעבן גליקלעכער. ער האָט אַ סך רחמנות אויף דעם יחיד, אָבער ניט קיין צוטרוי צו דעם כּלל. ראָסין איז געווען און פֿאַרבליבן אַן אַליין־גייער אין מאָלערײַ, וואָס בלײַבט אויפֿן ראַנד פֿון וועלכער ניט איז גרופּע, שיטות און באַוועגונגען. ער איז תּמיד געווען "אויסער דער שפּיל", און איבערגעגעבן זײַן שליחות.
אַזוי ווי איסאַק לעוויטאַן, דער ערשטער גרויסער ייִדישער קינסטלער פֿון רוסלאַנד, וואָס האָט אַנטדעקט פֿאַר דער וועלט די רוסישע לאַנדשאַפֿט, האָט ראָסין אַנטפּלעקט פֿאַר דער וועלט די רוסישע נשמה. און ער האָט דאָס געטאָן אין דער צײַט, ווען די רוסישע קונסט איז געווען אונטערן שווערן אידעאָלאָגישן דרוק פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם". אין אַ געוויסן זין האָט ראָסין דער מענטש איבערגעלעבט זײַן תּקופֿה, אָבער צו זײַן מזל האָט ער דערלעבט צו דער צײַט, ווען מען האָט אים אָנערקענט ווי אַ קלאַסיקער.
|
אַ רוסישער פּייסאַזש |
|