מיט 100 יאָר צוריק, דעם 15טן אַפּריל 1912 איז געזונקען די שיף "טיטאַניק", 5 טעג נאָך דעם ווי זי איז אָפּגעשוווּמען פֿון ענגלאַנד. מער ווי 1,500 נפֿשות זענען אומגעקומען אין די אײַז־קאַלטע וואַסערן און די גאַנצע וועלט האָט נישט נאָר גערעדט, נאָר אויך געזונגען וועגן דער טראַגעדיע; די ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן בתוכם.
"צי האָט איר, ליבע מענטשעלעך, געהערט
דעם אומגליק וואָס האָט געטראָפֿן?
אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט,
וויפֿל מענטשן האָט איין אומגליק פֿאַרלאָפֿן.
צי האָט איר, ליבע מענטשלעך, געזען די קאַרטינע [בילד]
ווי גרויס עס איז געווען דער צאָרן,
ווי מאָמענטאַלנע די וואַסער איז אַרײַן אין דער מאַשינע,
און די עלעקטרי איז פֿאַרלאָשן געוואָרן.
דער שיפֿס־קאַפּיטאַן איז אין דער הייך געשטאַנען
און האָט באַמערקט דעם ביטערן צאָרן,
ווי די שיף פֿאַנגט אָן אונטערצוגיין,
אַ קלאַפּ און אַ שטראָך און איז צעשמעטערט געוואָרן.
אין גיכן נאָך דער טראַגעדיע האָבן די ייִדישע גאַסן־זינגער פֿאַרשפּרייט די לידער וועגן דעם "טיטאַניק" איבער די גאַסן פֿון מיזרח־אייראָפּע. מיט פֿאַנטאַזיע האָבן די זינגער צוגעגעבן סצענעס וואָס האָבן זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער ייִדישער געשיכטע, אויפֿן מוסטער פֿון די לעגענדעס נאָך פֿון כמעלניצקיס צײַטן, מיט די בלוטיקע פּאָגראָמען אינעם 17טן יאָרהונדערט.
חתן־כּלה זײַנען געזעסן אין גרויס פֿריידן
און אויף דעם אומגליק האָבן זיי זיך ניט געריכט.
אוי, גאָטעניו, טוסט אונדז צעשיידן,
און אונדזערע נשמות זאָלן אויסגיין ווי ליכט.
דעם אויבן־דערמאָנטן וואַריאַנט האָט דער גראָדנער פֿאָלקלאָר־זאַמלער חיים שעסקין פֿאַרשריבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1928 בײַ אַ פֿרוי פֿון אָסטראָווע, און ס׳איז געדרוקט געוואָרן אינעם זשורנאַל "ייִדישער פֿאָלקלאָר". אין אַן אַנדער נומער פֿונעם זשורנאַל גיט צו עזרא להד פֿון חיפֿה נאָך סטראָפֿעס צום ליד, וואָס מע האָט געזונגען אין וואַרשע. וועגן דעם אויבן־דערמאָנטן חתן־כּלה זינגט מען ווײַטער:
"פֿון אונדזערע עלטערן זענען מיר אָפּגעפֿאָרן
אויף דעם ים צו פֿאַרשפּילן אונדזערע יונגע יאָרן.
אַך, גאָט, דעם גליק האָסטו אונדז פֿאַרשטערט
מיר זענען נאָך יונגע־לײַט
מיר מוזן שטאַרבן פֿאַר דער צײַט
מיר גייען אַוועק יונגערהייט אין דער ערד".
דאָס ליד איז געשאַפֿן געוואָרן לויטן זשאַנער פֿון אַ באַלאַדע — אַ ליד וואָס דערציילט אַ מעשׂה. אין דער געזונגענער באַלאַדע, באַשרײַבט מען די סצענע אין די ערשטע סטראָפֿעס, און דערנאָך ווערט די באַלאַדע אַ שמועס צווישן צוויי מענטשן; און די טיטאַניק־באַלאַדע האַלט זיך, בדרך־כּלל, נאָך דער פֿאָרעם. אינטערעסאַנט, וואָס דאָס ליד מישט צונויף צוגעטראַכטע לעגענדאַרישע פּרטים מיט דעטאַלן וואָס זענען טאַקע פֿאָרגעקומען אויף דער שיף טיטאַניק.
אייניקע מענטשן האָט מען אויף די שיפֿלעך אוספּעיעט אַרויסצונעמען,
דער קאַפּיטאַן אַליין האָט זיך געראַנגלט מיט גרויס נויט.
איידער זיי זענען צו אַ ברעג צוגעקומען
זענען זיי געשוווּמען דרײַ טעג אָן אַ שטיקל ברויט.
זיי האָבן אַן אינדזל דערטאַפּט
צו די בלעטלעך זיך צוגעכאַפּט
די טויטע האָבן זיי מקנא געוועזן
אוי, די הערצער האָבן אין זיי געברענט.
איינער דעם צווייטן נישט דערקענט
דעם רחמנות פֿון זיי האָט מען נישט געקענט צוזען.
די ייִדישע גאַסן־זינגערס, אָפֿט בלינד, זענען אַרומגעגאַנגען איבער די הויפֿן אין די גרויסע שטעט, אַמאָל באַגלייט פֿון אַ קינד, וואָס האָט געזאַמלט די נדבֿות. אַמאָל האָט דער זינגער באַגלייט זיך אויף אַן אינסטרומענט, אַ קאַטאַרינטשיק, אַ פֿידל, אַן אַקאָרדעאָן, און אַמאָל האָט מען געזונגען אָן אַן אינסטרומענטאַלער באַגלייטונג. אינעם פֿילם "ייִדל מיטן פֿידל" שפּילט מען אויס אַזאַ גאַסן־זינגער סצענע. דאָס טיטאַניק־ליד האָבן שפּעטער רעקאָרדירט מיישקע אַלפּערט און די גרופּע "בראַווע אַלטע וועלט" און לאָרין סקלאַמבערג אויפֿן קאָמפּאַקטל "פּערל פֿון ייִדישן ליד".
די שיף "טיטאַניק" איז נישט געווען די איינציקע שיף־טראַגעדיע, וועגן וועלכער מע האָט געזונגען אויף ייִדיש. "דער פּאַראַכאָד וולאַדימיר" האָט געקראַכט מיט אַן אַנדער שיף און גאָר אין גיכן, האָט מען שוין געזונגען וועגן דעם אויף די גאַסן.
די בולטע ענלעכקייטן צווישן דעם ליד און דעם טיטאַניק־ליד קען מען באַמערקן, און דאָס איז דאָך דער "פֿאָלקס־פּראָצעס", אין וועלכן איין ליד "באָרגט" סטראָפֿעס פֿון אַן אַנדער ליד; בפֿרט, ווען זיי דערציילן וועגן ענלעכע פֿאַלן. אָבער די טראַגעדיע פֿון דער שיף "וולאַדימיר" האָט מען שוין לאַנג פֿאַרגעסן, און וועגן "טיטאַניק" רעדט מען עד־היום.