מוזיק

אַ סצענע פֿון דער אָפּערע "קאַרמען"
אַ סצענע פֿון דער אָפּערע "קאַרמען"

"קאַרמען", די אָפּערע פֿון פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע, איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אָפּערע־ווערק אין דער געשיכטע פֿון מוזיק (און אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע). אַזוי איז די סיטואַציע הײַנט־צו־טאָג. אַ קאַפּיטשקע אַנדערש האָט די געשיכטע אויסגעזען אין יאַנואַר 1875, ווען נאָך דער פּרעמיערע האָט דער שאָקירטער באַלעבאַטישער עולם "אָפּגעדאַנקט" דעם ספּעקטאַקל מיט קנאַפּע אַפּלאָדיסמענטן. צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע, האָבן אַ טייל מוזיק־מבֿינים שאַרף קריטיקירט די אָפּערע.
די "שאַרפֿע קעפּ" פֿון דער באַלעבאַטישער קריטיק האָבן די אָפּערע "קאַרמען" געפּסלט!...
וואָס איז געווען די סיבה פֿון דער נעגאַטיווער אָפּשאַצונג פֿונעם מוזיקאַלישן ווערק פֿון ביזע? שאָקירט האָט די באַזוכער קודם־כּל די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי קאַרמען, וואָס זינגט די הויפּטראָלע. די קריטיק, וואָס האָט געפֿורעמט דעם בירגערלעכן געשמאַק, האָט געפּסקנט — "קאַרמען" טראָגט נישט קיין מאָראַלישן כאַראַקטער...
די רייד פֿון דער קריטיק האָבן נישט געשטערט, אַז די אָפּערע "קאַרמען" איז אין די ערשטע דרײַ חדשים געגאַנגען אַריבער דרײַסיק מאָל, און גלײַך אַריבער אויף אַ בינע אין ווין און אין דער וועלט.

* * *

אין יאַנואַר 1873 האָט דער דירעקטאָר פֿון טעאַטער "אָפּעראַ קאָמיק" אין פּאַריז באַשטעלט בײַם באַרימטן גאָון־הנגינה, זשאָרזש ביזע, אַן אָפּערע. מאַכט זיך, אַז צו דער צײַט, איז ביזע איבערראַשט פֿון אַ נאָוועלע פֿון פֿראַנצויזישן שרײַבער פּראָספּער מערימע (1870—1893), וווּ ער שילדערט דאָס סענטימענטאַלע לעבן פֿון אַ יונגער שפּאַנישער ציגײַנערין — קאַרמען. דער דראַמאַטישער שטאָף פֿון דער נאָוועלע האָט באַווויגן דעם מוזיקער ביזע זי צו באַקליידן מיט מוזיק, זי זאָל ווערן די אָפּערע "קאַרמען".
דער שאַרף ליריש־דראַמאַטישער אינהאַלט פֿון דער אָפּערע איז פֿאַר דעם בירגערלעכן עולם — די סטאַבילע באַזוכער פֿון טעאַטער — נישט געווען צום געשמאַק. כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער "אָפּעראַ קאָמיק"־טעאַטער איז געווען אַ מין משפּחה־"ווינקל"; אַהין פֿלעגן די רײַכע באַזוכער פֿירן זייערע יונגע פֿרײַלינס, זיי זאָלן "וואַרפֿן אַן אויג"... אויף אַ חתן. דערפֿאַר האָט מען דאָרטן דערלאַנגט ספּעקטאַקלען פֿון אַ מער באַשיידענעם כאַראַקטער.
דעם אמת געזאָגט, ווען ביזע האָט פֿאָרגעלייגט דער טעאַטער־דירעקציע זײַן "קאַרמען"־אָפּערע האָט די לייטונג גלײַך געפֿילט אַ מעגלעך נעגאַטיווע רעאַקציע פֿונעם באַלעבאַטישן עולם; דער דראַמאַטיש־אָנגעגליטער שטאָף פֿון דער אָפּערע, קאָן די באַלעבאַטים נישט געפֿעלן. האָט די דירעקציע געבעטן, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר זאָל מאַכן אייניקע ענדערונגען. ביזע איז אָבער נישט באַשטאַנען עפּעס צו ענדערן! צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע, איז אַ טייל קריטיקער אַרויס מיט אַ געוואַלד! — "קאַרמען" איז אַן אוממאָראַליש ווערק!.. וואָס האָט אייגנטלעך אַזוי שאָקירט די באַזוכער פֿון דער אָפּערע "קאַרמען"? ווער איז זי, די יונגע שפּאַנישע פֿרוי, די העלדין פֿון דער אָפּערע?
קאַרמען איז אַ רייצנדיקע פֿרוי, זי ווירקט אויף די געפֿילן פֿון מענער. איר געזעץ פֿון לעבן איז אָבער פֿרײַהייט: זי באַשטימט אירע "באַשערטע"; זי באַלעבאַטעוועט מיט אירע געפֿילן; זאָל איר נאָר איינער פֿאַרמיאוסט ווערן, איז גלײַך דאָ אַ צווייטער. דער פֿרוי קאַרמען איז פֿרעמד די אונטערטעניקייט צו אַ מאַן. אין יענע צײַטן איז אַזאַ איינע באַצייכנט געוואָרן ווי אַן אומפֿאַרשעמט געשטאַלט, אַ ווײַט נישט מאָראַלישע פֿרוי... זי דעגראַדירט דאָך דעם מאַן... קאַרמען איז אויף דער דראַמאַטישער בינע פֿון ביזע אַ דעמאָן... קורץ, צו אַזאַ אַספּעקט פֿון אַ פֿרוי זענען די באַלעבאַטישע באַזוכער פֿון "אָפּעראַ קאָמיק" נישט געוווינט געווען.

קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע
קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע

און אַז ווען אַ טייל פֿון דער פּרעסע האָט די אָפּערע "קאַרמען" פֿאַראורטיילט, אַז זי איז ווײַט פֿון מאָראַל, האָבן שוין אויך מוזיק־"ספּעציאַליסטן" געפֿונען "לעכער" אין דער מוזיקאַלישער פּאַרטיטורע. דהײַנו, די אָפּערע "קאַרמען" איז אַ מין צעפֿאָרענע מוזיק אָן אַ סדר... זי וועט לאַנג נישט אָנהאַלטן... איינער אַ "מבֿין" האָט זיך געוויצלט: "די אָפּערע ‘קאַרמען’", האָט ער געזאָגט, "איז אַ געבראָטנס אָן אַ טראָפּן סאָוס"... הקיצור, די "שאַרפֿע קעפּ" האָבן די אָפּערע פֿון ביזע אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט!
אינטערעסאַנט, אויך אונדזערע "גוטע פֿרײַנד", די אַנטיסעמיטן, האָבן גענומען אַ וואָרט. לפֿי זייער דעה איז די אָפּערע "קאַרמען" אַ ייִדישע מאַכערײַקע: ווײַל — הערט אַ מעשׂה! — ביזע, דער ייִד (ס’איז אַ ליגן, ער איז אַ קריסט), דער איידעם פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר הלוי, האָט פֿאַרטראַכט אַן אָפּערע, וואָס איז האַלב ייִדיש און האַלב שפּאַניש... לויט די אַנטיסעמיטן איז "קאַרמען" אַ גרויסער דורכפֿאַל!...

* * *

ס’איז כּדאַי צו באַמערקן: זשאָרזש ביזע איז געווען אַ גאָון פֿון מוזיק. שוין אין דער פּאַריזער קאָנסערוואַטאָריע האָט מען באַמערקט זײַן גאונות; ער האָט די מוזיק־הויכשול פֿאַרענדיקט מיט אַן אויסצייכענונג. צו זעכצן יאָר האָט ער געשאַפֿן זײַן ערשטע סימפֿאָניע. איר גלאַנץ האָט געמאַכט אַ רושם, זי ווערט געשפּילט עד־היום; זײַן "קאַרמען" ווערט געשטעלט אויף אַלע בינעס פֿון דער וועלט. אָבער צו דער פּרעסע האָט דער דאָזיקער גאָון, זינט די ייִנגסטע יאָרן זײַנע, קיין מזל נישט געהאַט. שוין אין זײַנע אָנהייב־יאָרן האָט אַ "נבֿיא" געפּסקנט, אַז ביזע, וועמענס שאַפֿונגען זענען שטאַרק באַגרענעצט, וועט שוין אין לעבן נישט שאַפֿן אַ גוט ווערק פֿאַר דער בינע... דער דאָזיקער מוזיק־"ספּעציאַליסט" האָט געהאַט אַ גראָבן טעות. גלײַך נאָך די ערשטע אויספֿירונגען פֿון "קאַרמען" (אין 1875) האָט די רעגירונג פֿון פֿראַנקרײַך, אויפֿן פֿאָרשלאָג פֿון וויכטיקע טוער אין דער קונסט, דערלאַנגט זשאָרזש ביזע די העכסטע מלוכישע אויסצייכענונג פֿון "ערן־לעגיאָן", פֿאַר זײַנע פֿאַרדינסטן אויפֿן געביט פֿון קונסט אין מדינת־פֿראַנקרײַך!
מ׳דאַרף באַטאָנען, אַז צווישן ערנסטע גײַסטמענטשן אין פֿראַנקרײַך איז מען צוגעוווינט געווען צום איטאַליענישן, אַזוי גערופֿענעם (שיין געזאָגט) סטיל "בעלקאַנטאָ"; געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך נישט אָפּגעגעבן קיין חשבון אַז "קאַרמען" פֿון ביזע טוט אַ שטויס פֿאָרויס דאָס אָפּערע־וועזן אין פֿראַנקרײַך.
אָבער ס׳זײַנען אויך געווען אַנדערע מבֿינים, מיט אַ ברייטן קולטור־עסטעטישן האָריזאָנט, וואָס האָבן אין דער ליריש־דראַמאַטישער פּאַרטיטורע פֿון "קאַרמען", אין איר פֿיבערדיקן ריטעם און פּראַכטפֿולע מעלאָדיעס, גלײַך אײַנגעזען אַ נײַעס. ביזע ברענגט צום אויסדרוק אַ מין גליִיִקע פּאַרטיטורע פֿון אַ דראַמע ווײַט פֿון באַשטימטע דינים; די פֿאַרביקע אָרקעסטראַציע פֿון "קאַרמען", די פּיקאַנטע האַרמאָניעס אירע, צערטלען וואַרעם דאָס אויער פֿונעם צוהערער. ביזע באַנוצט דראַמאַטישע סיטואַציעס און עקסטרעמע קאָנטראַסטן.
מען דאַרף זאָגן, אַז ביזע האָט אויסגעמיטן דעם געשמאַק פֿון די פּאַריזער סאַלאָנען!
דער רוסישער מוזיק־מײַסטער טשײַקאָווסקי (1840—1893) האָט אין פּאַריז געהערט (אין 1876) די אָפּערע "קאַרמען", און אַ באַגײַסטערטער אַוועקגעשיקט אַ בריוו קיין רוסלאַנד: "‘קאַרמען’ איז אַ שעדעווער אין פֿולן זין פֿון וואָרט, "קאַרמען" איז איינס פֿון די זעלטענע שאַפֿונגען פֿון אונדזער גאַנצער מוזיקאַלישער תּקופֿה!"
ניטשע, דער דײַטשישער פֿילאָסאָף (1844—1906), וועלכער איז אויך געווען אַ מוזיקער, האָט אין 1888 אַ זאָג געטאָן אין התפּעלות: "איר וועט מיר גלייבן, אָט נעכטן האָב איך געזען ‘קאַרמען’ צום צוואַנציקסטן מאָל!" ניטשע איז אין "קאַרמען" געווען ממש פֿאַרליבט, ער האָט דערקלערט: "בײַ די רײַכע מעלאָדיעס פֿון ‘קאַרמען’ אָטעמט מען אָפּ!... זיי באַפֿרײַען דאָס אויער פֿון די אייביק־דעקלאַמאַטאָרישע ניגונים פֿון ריכאַרד וואַגנער..."