קונסט
מאָלערײַ פֿון מיס לאַסקאָ־גראָס ספּעציעל פֿאַר דער אויסשטעלונג
מאָלערײַ פֿון מיס לאַסקאָ־גראָס ספּעציעל פֿאַר דער אויסשטעלונג

אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין מאַנהעטן ווערן איצט אויסגעשטעלט "גראַפֿישע דעטאַלן: פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען". די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ מיט אַ יאָר צוריק, און קומט קיין ניו־יאָרק פֿון טאָראָנטאָ. זי וועט ווײַטער געוויזן ווערן אין פּאָרטלאַנד, אַן־אַרבאָר און וואַנקוּווער. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע האָט געהאָלפֿן דאָס צונויפֿשטעלן די אויסשטעלונג און געשטיצט דעם טור אין פֿאַרשיידענע שטעט.

ס'איז פּאַסיק, וואָס "גראַפֿישע דעטאַלן" האָט איר בראשית געהאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווײַל אין יענער שטאָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1960ער יאָרן האָט זיך אָנגעהויבן דער זשאַנער פֿון "אַלטערנאַטיווע" בילדערשטרײַפֿן, קאָמיקס. צו יענער צײַט האָט מען זיי אָנגערופֿן "אונטערערדיש" — אַ טערמין, וואָס איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל נישט אונטער דער ערד געפֿינט מען זיי הײַנט, נאָר אין אַלע גרויסע ביכער־קראָמען ווי "באַרנס און נאָבעל". די קינסטלער און שרײַבער פֿון די אונטערערדישע און, שפּעטער, אַלטערנאַטיווע, בילדערשטרײַפֿן האָבן באַשריבן עראָטישע סצענעס, סצענעס מיט פּרטימדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אָפֿט, מעשׂיות וועלכע נאָר איינער, וואָס האָט גערייכערט מאַריכואַנע, וואָלט פֿאַרשטאַנען און ריכטיק אָפּגעשאַצט.

כּמעט אַלע שאַפֿערס פֿון דעם זשאַנער אין סאַן־פֿראַנציסקאָ זענען געווען מענער, און ערשט אין די 1970ער יאָרן האָבן זיך אָנגעהויבן באַווײַזן ווערק פֿון פֿרויען, און נישט ווייניק פֿון זיי זענען געווען ייִדן. טרינאַ ראָבינס, אַ ייִדיש־קינד, האָט אין 1970 אַרויסגעגעבן איר אַנטאָלאָגיע, "It Aint Me Babe" [מײַן טײַערער, דאָס בין איך נישט"], דאָס ערשטע בלויז־פֿרויען־בילדערשטרײַף־ביכל. צוויי דריטל פֿון די קינסטלער אינעם ווערק זענען געווען ייִדן. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט אַ גרעסערע גרופּע פֿרויען־קינסטלער זיך באַטייליקט, כּמעט אַלע ייִדן, אין נאָך אַן ענלעכן פּראָיעקט. צווישן זיי האָט אָנטיילגענומען אַלין קאָמינסקי, די פֿרוי פֿון ראָבערט קראָמב, "דער פֿאָטער" פֿון די אונטערערדישע קאָמיקס. די שאַפֿונג פֿון קאָמינסקי, וועלכע האָט געשאַפֿן די ערשטע אויטאָביאָגראַפֿישע פֿרויען־קאָמיקס, קען מען זען אין "גראַפֿישע דעטאַלן".

מרים ליביצקי שרײַבט און אילוסטרירט אירע זכרונות פֿון דער ישׂראל־אַרמיי
מרים ליביצקי שרײַבט און אילוסטרירט אירע זכרונות פֿון דער ישׂראל־אַרמיי

די סעריע "ווימענס קאָמיקס" האָבן די פֿרויען לאַנצירט אין 1972 און אין זייערע בילדערשטרײַפֿן האָבן זיי באַהאַנדלט טעמעס, וואָס די מענער־קינסטלער האָבן אין גאַנצן אויסגעמיטן — אַבאָרט, לעזביאַניזם, סעקסועלע באַלעסטיקונג, מענסטרואַציע. די איצטיקע אויסשטעלונג שטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿרויען, וואָס שרײַבן פּערזענלעכע קאָמיקס, דאָס הייסט, מע דערציילט וועגן זיך אַליין; קיין פֿאַנטאַזיעס פֿון אַנדערע פּלאַנעטן און פֿליִענדיקע סופּערמענער וועט איר דאָ נישט געפֿינען.

נישט אַלע קינסטלער אין דער אויסשטעלונג זענען אַמעריקאַנער. אילנה זעפֿרען, למשל, שרײַבט וועגן דער האָמאָסעקסועלער קולטור אין ישׂראל. רחלי ראָטנער, אויך פֿון ישׂראל, האָט אַרויסגעגעבן אַן אויטאָביאָגראַפֿישן בילדערשטרײַף־ראָמאַן וועגן דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט. וועגן בערניס אײַזנשטיין, וועלכע וווינט אין טאָראָנטאָ, האָבן מיר שוין געהאַט געשריבן מיט יאָרן צוריק, ווען איר בילדערשטרײַף־בוך וועגן איר אויפֿוואַקסן ווי אַ קינד פֿון לעבן־געבליבענע ייִדן איז אַרויס אין דרוק. כאָטש איר ווערק איז אויף ענגליש, קומט דאָס פֿאָר אין אַן אימיגראַנטישער, ייִדיש־שפּראַכיקער סבֿיבֿה. לעצטנס, האָט מען געשאַפֿן אַ פֿילם, באַאַרבעט פֿון איר בוך — "איך בין געווען אַ קינד פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה". נאָך אַ קאַנאַדערין, מרים ליביצקי, שרײַבט ערלעך וועגן אירע איבערלעבונגען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי (בקיצור — ס'איז נישט געווען קיין גוטע יאָרן פֿון איר לעבן).

די קוראַטאָרן פֿון "גראַפֿישע דעטאַלן", שׂרה לײַטמאַן און מײַקל קאַמינער, שרײַבן אין דעם אויסשטעלונג־פּראָגראַם־בלעטל, אַז ייִדן האָבן שוין לאַנג אַ נטיה צו רעדן וועגן זיך פֿאַרן גאַנצן קהל, און זיי רעכענען אויס עטלעכע מוסטערן — באַקאַנטע ייִדישע קאָמיקערינס, ווי דזשאָן ריווערס און בעל באַרט. אין די 1970ער יאָרן איז דאָס ווערק פֿון די קינסטלער געווען מער קעמפֿעריש און פֿעמיניסטיש, ווײַל מע האָט געפֿילט, אַז די פֿרויען האָט מען ביז אַהער אויסגעשלאָסן פֿון דער דאָמינירנדיקער געזעלשאַפֿט. אָבער שפּעטער האָבן די נאַראַטיוון זיך געביטן, און די פֿרויען־שרײַבער/קינסטלער האָבן אָנגעהויבן שרײַבן וועגן די קינדער־יאָרן, ליבעס און טראַוומאַטישע איבערלעבונגען אין דער משפּחה.

שׂרה לאַזאַראָוויטש פֿון קאַנאַדע איז באַקאַנט פֿאַר אירע אָבסערוואַציעס פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן
שׂרה לאַזאַראָוויטש פֿון קאַנאַדע איז באַקאַנט פֿאַר אירע אָבסערוואַציעס פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן

דער היסטאָריקער פֿון ייִדישע בילדערשטרײַפֿן, עדי פּאָרטנוי, באַטאָנט, אַז ס'רובֿ פֿון די פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן, דערציילן וועגן דעם נעווראָטישן כאַראַקטער פֿון די שאַפֿערס און דאָס האָט געדינט ווי אַ מין טעראַפּיע, סײַ פֿאַר די שאַפֿערס, סײַ פֿאַר די לייענער. דער וויזועלער אַספּעקט פֿון די דאָזיקע נעווראָטישע אויטאָביאָגראַפֿיעס, צוזאַמען מיט די שטאַרקע זכרונות, רופֿן אַרויס גרעסערע רעאַקציעס בײַם לייענער בילדערשטרײַפֿן, ווי בלויז דאָס לייענען פֿון אַ טעקסט. די זאָרג וועגן די אַלטע סטערעאָטיפּן פֿון ייִדישע פֿרויען איז שוין מער נישט וויכטיק פֿאַרן נײַעם דור פֿרויען קינסטלער, און דאָס דערלאָזט אַ סך מער פֿרײַהייט אין דער טעמאַטיק.

נישט אַלע אָנטיילנעמער אין דער אויסשטעלונג שאַפֿן אויף דער זעלבער מדרגה. אייניקע קענען בעסער צייכענען, די אַנדערע בעסער אויסדרוקן זייערע זכרונות און געפֿילן. מרים קאַטין איז צווישן די מער באַקאַנטע און עלטערע שאַפֿערס פֿון פֿרויען־בילדערשטרײַפֿן, און אירע סקיצן זעען אויס ווי כּמעט נישט־פֿאַרענדיקט; אַנדערע צייכענען מיט מער ראַפֿינירטקייט. נישט אַלע פֿרויען שרײַבן גאַנצע דערציילונגען, נאָר באַשרײַבן אָבסערוואַציעס פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן.

פּאָל בול, אַ קריטיקער פֿון קאָמיקס, שרײַבט, אַז ערשט איצט אָנערקענט מען די בילדערשטרײַפֿן ווי אַן "אמתע" קונסט, און ייִדישע פֿרויען פֿאַרנעמען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַנטוויקלונג. ער באַמערקט וועגן דער קונסט גופֿא, אַז די הײַנטיקע קאָמיק־שאַפֿערס האָבן זיך געלערנט אין די קונסט־שולן, און מע זעט אין די בילדער פֿונעם איצטיקן דור אַ שײַכות צו די געמאָלטע בילדער, און ווייניקער צו דער עלטערער טראַדיציע פֿון קאָמיקס־אילוסטראַציעס.

איך האָב דאָס נישט באַמערקט אין דער איצטיקער אויסשטעלונג, וווּ די וויזועלע קונסט איז בדרך־כּלל נישט אויף דער העכסטער מדרגה. אָבער וואָס די פֿרויען דערציילן, און די שטאַרקע געפֿילן וואָס באַגלייטן די בילדער, איז זייער בולט און נײַ פֿאַרן ברייטערן עולם.

די אויסשטעלונג הייסט אויף ענגליש "Graphic Details" און דער אַדרעס פֿון "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" איז: 15 וועסט 16טע גאַס אין מאַנהעטן, אַ טייל פֿונעם "צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע".