ס. אָ. כאַן־מאַגאָמעדאָוו. לאַזאַר ליסיצקי. מאָסקווע׃ "גאָרדייעוו", 2011 |
גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור.
נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע".
ליסיצקיס נײַע שעפֿערישע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן אין 1919, ווען ער איז אַריבער, מיט מאַרק שאַגאַלס הילף, קיין וויטעבסק, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט קאַזימיר מאַלעוויטש. דער וויטעבסקער פּעריאָד האָט געדויערט אַ ביסל מער פֿון איין יאָר, אָבער די דאָזיקע קורצע צײַט האָט שטאַרק געביטן די ריכטונג פֿון ליסיצקיס קונסט. ער איז געוואָרן אַ חסיד פֿון סופּרעמאַטיזם, דער ראַדיקאַלער טעאָריע וואָס האָט באַצוועקט צו שאַפֿן אַ שפּאָגל־נײַעם קינסטלערישן אלף־בית פֿאַר דער צוקונפֿט.
וועגן ליסיצקיס זוכענישן פֿון אַ נײַעם סטיל זײַנען אָנגעשריבן צענדליקער ביכער. די נײַע מאָנאָגראַפֿיע פֿון סעלים כאַן־מאַגאָמעדאָוו איז ווערטפֿול קודם־כּל צוליב די נײַע מקורים, וואָס ווערן צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿענטלעך אין אָריגינאַל אויף רוסיש, ווי אויך צוליב פּריוואַטע זכרונות פֿון עטלעכע וויטעבסקער תּלמידים פֿון ליסיצקין פֿון די 1920ער יאָרן.
דאָס נײַע בוך האָט אויך אַ געוויסן פּאָלעמישן אַספּעקט. עס איז גוט באַקאַנט, אַז די אָפֿיציעלע געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט האָט לאַנגע יאָרן בכלל ניט אָנערקענט אַוואַנגאַרד. אָבער ווייניקער באַקאַנט איז, אַז אייניקע האַלב־אָפֿיציעלע היסטאָריקער פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד האָבן ניט געוואָלט אַרײַנלאָזן ליסיצקין אין זייער קאַנאָן, וווּ עס איז געשטאַנען בראָש קאַזימיר מאַלעוויטש.
דערפֿאַר איז כאַן־מאַגאָמעדאָוו ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין דעם מאָמענט, ווען ליסיצקי איז אַוועק פֿון מאַלעוויטשעס חדר. ליסיצקי האָט אויסגעטראַכט זײַן אייגענעם, באַוועגלעכן מין פֿון סופּרעמאַטיזם, להיפּוך צו מאַלעוויטשעס פֿלאַכלעכן באַגריף פֿון סטאַטעטשנע "סטיל־פֿאָרמולעס". ליסיצקי האָט זיך גענומען שאַפֿן פּראָסטע דינאַמישע קאָנסטרוקציעס, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "פּראָון" ("פּראָיעקט פֿון באַהויפּטונג פֿונעם נײַעם" אויף רוסיש), וואָס האָבן אַרויסגעבראַכט דעם סופּרעמאַטיסטישן אלף־בית פֿון צוויי אין דרײַ דימענסיעס.
אינעם דאָזיקן עטאַפּ פֿון זײַן קינסטלערישער אַנטוויקלונג האָט זיך ליסיצקי אָפּגעזאָגט פֿון וואָסער ניט איז דעקאָראַטיווער קונסט. ער האָט געהאַלטן, אַז די נײַע קונסט, פּונקט ווי די רעוואָלוציע, האָט חרובֿ געמאַכט די אַלטע זאַכלעכע וועלט, און איצט מוז מען שאַפֿן אַ נײַע אַבסטראַקטע ווירקלעכקייט. די נײַע וועלט איז געבויט געוואָרן אין פּוסטקייט און תּוהו־ובֿוהו ווי אַ נײַע מעשׂה־בראשית.
בהדרגה האָט ליסיצקי געקערט זײַן אויפֿמערקזאַמקייט צו אַרכיטעקטור. די ערשטע פּראַקטישע פֿאַרקערפּערונג פֿון זײַנע אַבסטראַקטע סופּרעמאַטיסטישע קאָמפּאָזיציעס איז געוואָרן דער פּראָיעקט פֿון "לענינס טריבונע", וואָס ער האָט געשאַפֿן ווי אַן אָפּרוף אויף לענינס טויט אין 1924. דערנאָך האָט ער פּראָיעקטירט "האָריזאָנטאַלע וואָלקנקראַצער" פֿאַר מאָסקווע. אָבער די דאָזיקע אַלע פּראָיעקטן זײַנע זײַנען פֿאַרבליבן אויפֿן פּאַפּיר.
ליסיצקיס השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿונעם קינסטלערישן אַוואַנגאַרד אין די צוואַנציקער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט איז געווען שטאַרקער אין דײַטשלאַנד איידער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ער האָט זיך באַטייליקט אין קינסטלערישע אויסשטעלונגען און פּראָיעקטירט נײַע וווין־רוימען, וואָס זײַנען געווען עקאָנאָמיש און פֿונקציאָנעל. אין רוסלאַנד, וווּ ער האָט זיך אומגעקערט אין 1925, איז ער פֿאַרטאָן געוואָרן אין טיפּאָגראַפֿישן דיזײַן און פֿאָטאָ־מאָנטאַזש.
די סאָוועטישע מאַכט האָט אין גיכן אַנטדעקט פֿאַר זיך דעם פּראַקטישן ווערט פֿונעם אַוואַנגאַרדיסטישן סטיל פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע־צוועקן. דאָס האָט דערמעגלעכט צו שאַפֿן אַ פּאָזיטיוון מאָדערנעם אימאַזש פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין אויסלאַנד. אַ פּראָסטער קאָמוניסטישער לאָזונג, אויסגעשטאַלטיקט אין דער אַוואַנגאַרדיסטישער פֿאָרעם, האָט געווירקט אויף דעם עולם אַ סך שטאַרקער, איידער אַ געוויינטלעך צײַטונג־קעפּל פֿון "פּראַוודאַ". ליסיצקי איז געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע־קינסטלער. ער האָט דעקאָרירט דעם זשורנאַל "פֿססר אין בוי" און געשאַפֿן אַ היפּשע צאָל פּלאַקאַטן אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ער איז געשטאָרבן אין 1941, און האָט נאָך באַוויזן צו שאַפֿן עטלעכע מלחמה־פּלאַקאַטן. אָבער דער לעצטער יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן איז פֿאָרגעשטעלט אין כאַן־מאַגאָמעדאָווס בוך בלויז מיט בילדער, אָן קיין שום אויסטײַטשונגען אָדער דערקלערונגען.
אליעזר ליסיצקי איז אַרײַן אינעם קאַנאָן פֿון דער וועלט־קונסט ווי אַ גרינדער פֿונעם נײַעם סטיל, וואָס איז ממשיך געווען די אַבסטראַקטע סופּרעמאַטיסטישע עקספּערימענטן פֿון מאַלעוויטש. דערבײַ פֿאַרמינערט מען וואָסער־ניט־איז קאָנקרעטן אינטעלעקטועלן און אידעאָלאָגישן תּוך פֿון ליסיצקיס קונסט, איבערלאָזנדיק בלויז די גאָלע פֿאָרמען און קאָנסטרוקציעס. דער סטיל האָט פֿאַרביטן דעם אינהאַלט.